[justify]אין די משנה שטייט מכל מלמדי השכלתי, [tag]א איד[/tag] האט מיך מעורר געווען א נקודה, און בכח קנאת סופרים וויל איך אים נאכמאכען.
ווען איך האב מיך איינגעשריבען דא אפאר וואכען צוריק איז מיר קאווע שטיבל געווען א מורא'דיגע זאך, איך האב געהאט א ווינקל ווי זיך אויסצולופטערן, און כסדר זיך אונטערגעהאלטן מיט די געשמאקע תגובות פון (איך בעט אנטשולדיגונג פון וועם איך לאז אויס, עניוועי האב איך נישט זוכה געווען צו יעדן אין אזא קורצע צייט) ווי, [tag]זר זהב[/tag] [tag]געפילטע פיש[/tag] [tag]מאראנצןזאפט[/tag] [tag]קופערניקוס[/tag] [tag]יואב[/tag] [tag]שמעקעדיג[/tag] [tag]קאווע טרינקער[/tag] בערל בעל עגלה, [tag]משה געציל[/tag] [tag]טאמבל סאס[/tag] [tag]פרישער[/tag] [tag]לעמיל[/tag] ועוד ועוד ועוד....., צו איז עס געווען ווען מען האט זיך געלאזט וואויל גיין אין א
פארמאכטען אשכול, אדער ווען מען האט פארנומען
יואב'ס סעלפאון אדער ווען מען איז געגאנגען צו גאסט ביי
ר' מאטל, די אלע אשכולות און תגובות האט מען זיך געקענט אויסבלאזן, און א טובל און ארויס.
אבער אין די לעצטע 3 וואכען (קען זיין עס האט מיט'ן חורבן ביהמ"ק) ווי
שוין ערווענט איז מעשה שטן הצליח אז איך וועל מיך אלץ אנשטויסן אין גאנצע אדער האלבע כופרים אדער סתם אנדרייערס, און איך האב מיך פלוצלינג דערזעהן זיצן שעות און טרינקן קאווע, ע"כ אזוי ווי עס קומט שוין די קומענדיגע וואך ט"ו באב, וואס די גמרא זאגט מכאן ואיליך דמוסיף יוסיף, ע"כ וויל איך זיך נעמען אין די האנט אריין, און זיך אפלערנען פון די גוטע אידן דא אין קאווע שטיבל, ועל איך זיך אונטערנעמען נישט צו טרינקן קיין קאווע עטליסט ביז נאך די הייליגע טעג, ע"כ וויל איך ענק וואונטשן:
א געזונטן זומער
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר
א גמר חתימה טובה מען זאל זיך אויסבעטן אלעס גוטס
א גרינגען תענית - און איך וויל איבערבעטן אלע וואס איך האב (בטעות, בשוגג, במזיד) וויי געטוהן
די שלאק זאל פארטיג זיין צום זמן
א פרייליכען סוכות
א גוט קוויטעל
א גוט יום טוב
א געזונטען ווינטער ווי עס וואנטשט ענק
אבגד פון קאווע שטיבל[/justify]