א הצעה: א נייער אפטיילונג פאר פערענטיג

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

א הצעה: א נייער אפטיילונג פאר פערענטיג

שליחה דורך וחלופיהן »

היות אז ליידער איז פערענטינג ביי אונז גאר א נאך געלאזטע זאך ופוק חזי מאי עמא דבר, זייער א סאך פון אונז האבן געזען גאר נעגאטיוו ביי אונזערע אייגענע עלטערן און כ"ש ביי אונזערע מלמדים, ממילא בין איך מציע א סעקשן פאר דער נושא אליין. ווי עלטערע קענען געבן עצות אדער מען קען זיי אפווענדען און ווי יינגערע קענען פרעגן אדער אליין געבן עצות איבער וואס די עלטערע טויגן נישט. פון דער דיבאטע וועלן האפנטלעך אונזער קינדער זיין די עיקר פארדינער.

שטימט איר צו?
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

דערווייל איז גוט די אחיעזר אפטיילונג.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

וואס הייסט דערווייל? און ווען וועט זיך עס טוישן? האלטסט אז קינדער געהערן מיט עצות איבער קאמפיוטער וויירוסעס?
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

אויסער דעם דארפן די דעבאטעס לאו דווקא זיין בנוסח הילף און טיפס פארן דא און יעצט נאר עס מעג אויך זיין אויף דורכצורעדן ברייטערע פרינציפן. קוואליטי טיים, שלאגן, פארהערן וכל מיני פורעניות.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך villager »

מסתמא מיינט ידען אז ווילאנג עס האט נישט קיין סאך אשכולות קען מען נאכנישט עפענען א נייע אפטיילונג פאר דעם.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איך וואלט מייעץ געווען א באזונדערע אשכול פאר זאכן וואס גרעניצן זיך מיט אמונה/כפירה.
יעדן צווייטן טאג רוקט זיך אריין אין שטיבל איינער וואס האט קשיות/תירוצים. ס'הייבט זיך אן א געמעקאכטס, געשעלטאכטס, וכו'.
ס'דא וואס טענה'ן מ'דארף יענעם ענטפערן, מדארף דיעלן מיטן פראבלעם.
ס'דא וואס זאגן ס'איז בל יראה דא, מ'ווערט סתם אנגעשטעקט, וואס דארף איך ליינען יענעמס קשיות, דער רמב''ם שרייבט מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט א מין וכו' וכו'.

אז מיר האבן א באזונדערע אשכול איז אזוי, ווער ס'האט א היתר פון א רב צו עוסק זיין אין דע מה שתשיב,
אדער ווער עס פילט גענוג שטארק אז עס וועט אים נישט שאטן, נאר אזא איינער זאל באזוכען די אשכול.
א געדאנק ווי צימעס, ווער ס'עקעלט זיך פון לשון הרע רכילות וכדו' באזוכט נישט דארט.

אוודאי זאל מען אנפרעגן א פארשטענדליכע תלמיד חכם פאר מ'שטעלט אוועק אזא קריטישע מסוכנ'דיגע זאך.
דאכט זיך אז דא אין שטיבעל באזוכט א דיין, אויב איז ער א ריכטיגע דיין אפשר קען ער פסק'נען.

פארשייט זיך אז אינעם דע מה שתשיב אפטיילונג זאל אויך זיין שטרענגע תקנות אזוי ווי מאחורי צימעס וכו'.
ס'האט נאך א אויפטו, למשל אין שאול'י דיבעט מיט רב אוועריק האט איינער געלינקט א דיבעט פון קריסטאפער היטשנס מיט רב...
פארוואס זאל איינער וואס האלט זיך אפגעהיטן פון כפירה דארפן הערן ביידע צדדים.
די זעלבע איז אין קונסט איז דא א ניגון אימעדזשען, די ניגון האט א ליין פון כפירה.
אזוי וועט זיין א מקום פאר אלע די סארט שרייבעריי.
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך villager »

can't agree more
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

אז מען וויל דא האבן אפטיילונגן מיט הכשירים קען מען שליסן דעם קראם. עס איז שוין דא תורה און מחשבה און ווי געהער די זאכן אז נישט אין מחשבה? אבער סייווי איז דאס נישט א סתירה צו מיין בקשה.

איך רעד פון פערענטינג וואס איך שטעל מיך פאר אז א גרויסער חלק, אז נישט רוב, חבירים זענען אין דעם עוסק ערב ובוקר (וצהרים אז מען שיקט זיי אהיים) איז א גלייכער זאך עס זאל זיין וואו זיך אויסצושמעסן. אז דער פארלאנג איז נישט דא איז לאמער שאפן א דימאנד מיט דיבאטעס וואו זה בונה וזה סותר. איך זע גארמאטיק איז נישט צו אקטיוו און עס האט זיך א באזונדערע חלק איז פארוואס נישט דאס. וואס זאגן די גבאים?
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

עס איז אויך א מכת מדינה וואס יעדער ווייסט אז רבים חללים הפילה. זייער אסאך פון די וואס פארלאזן אונז רעדן זיך אפ אויף זייערע עלטערן און רביס. איז עס דאך אן ענין צו האבן וואו מען קען רעדן פון עניני חינוך אפן און נישט פארצומט ווי אין די צייטונגן. רופט עס חנוך לנער און מען קען רעדן פאר מלמדים, מגידי שיעורים, ווי אויך טאטעס און מאמעס למען לא נגע לריק ולא נלד לבהלה.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך ברוין »

איך בין קעגן דעם פלאן. דאס מיינט א טויט קלאפ פאר אלע פארום'ס
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

ברוין, איך פארשטיי נישט. וויאזוי וועט מיין פלאן פוגע זיין אין אנדערע פארומס?
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וחלופיהן, הייב אן ארויספאקן, עפען אשכולות אויף ענינים וואס זענען דיר נוגע, און אז ס'וועט זיין גענוג אשכולות אויפ'ן נושא וועט מען זיכער עפענען א באזונדערע פארום פאר דעם.
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

גוד איידיא. טאנקס!
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך שטים מיט "געפילטע"

מ'הייבט נישט צו עפענען א שמועס איבער א געוויסע נושא מיט "אפטיילונגען", לא זו הדרך,

נעם דיך שרייבן, וואס ליגט דיר אויפן הארץ, engage און stimulate די ליינער, אז מ'וועט זעהן אז ס'דא א דימענד וועט שוין ווערן א "אפטיילונג",

אבער ביטע הייב נישט אן מיט קיין "אפטיילונגען" פליז,
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18718 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19049 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב שוין גראדע א לענגערע צייט אין פלאן צו עפענען א אשכול בעניני חינוך.
איך וואלט עס געוואלט גראדע עפענען אין מאחורי, כדי נאר עלטערע פארשטענדליכע זאלן האבן צוטריט דערצו.
באט, אדרבה, הייבט אן שרייבן. ס'איז דא אסאך וואס דן צו זיין!
וירח ה' את ריח הניחוח
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

וחלופיהן האט געשריבן:אז מען וויל דא האבן אפטיילונגן מיט הכשירים קען מען שליסן דעם קראם. עס איז שוין דא תורה און מחשבה און ווי געהער די זאכן אז נישט אין מחשבה? אבער סייווי איז דאס נישט א סתירה צו מיין בקשה.

אנטשולדיג כהאב אריינגעשריבן אין די אשכול. כוואלט געדארפט עפענען אן אשכול באזינדער.
כהאב געבעטן די הנהלה עס אפטיילן.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6290 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נולד מאוחר האט געשריבן:איך וואלט מייעץ געווען א באזונדערע אשכול פאר זאכן וואס גרעניצן זיך מיט אמונה/כפירה.
יעדן צווייטן טאג רוקט זיך אריין אין שטיבל איינער וואס האט קשיות/תירוצים. ס'הייבט זיך אן א געמעקאכטס, געשעלטאכטס, וכו'.
ס'דא וואס טענה'ן מ'דארף יענעם ענטפערן, מדארף דיעלן מיטן פראבלעם.
ס'דא וואס זאגן ס'איז בל יראה דא, מ'ווערט סתם אנגעשטעקט, וואס דארף איך ליינען יענעמס קשיות, דער רמב''ם שרייבט מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט א מין וכו' וכו'.

אז מיר האבן א באזונדערע אשכול איז אזוי, ווער ס'האט א היתר פון א רב צו עוסק זיין אין דע מה שתשיב,
אדער ווער עס פילט גענוג שטארק אז עס וועט אים נישט שאטן, נאר אזא איינער זאל באזוכען די אשכול.
א געדאנק ווי צימעס, ווער ס'עקעלט זיך פון לשון הרע רכילות וכדו' באזוכט נישט דארט.

אוודאי זאל מען אנפרעגן א פארשטענדליכע תלמיד חכם פאר מ'שטעלט אוועק אזא קריטישע מסוכנ'דיגע זאך.
דאכט זיך אז דא אין שטיבעל באזוכט א דיין, אויב איז ער א ריכטיגע דיין אפשר קען ער פסק'נען.

פארשייט זיך אז אינעם דע מה שתשיב אפטיילונג זאל אויך זיין שטרענגע תקנות אזוי ווי מאחורי צימעס וכו'.
ס'האט נאך א אויפטו, למשל אין שאול'י דיבעט מיט רב אוועריק האט איינער געלינקט א דיבעט פון קריסטאפער היטשנס מיט רב...
פארוואס זאל איינער וואס האלט זיך אפגעהיטן פון כפירה דארפן הערן ביידע צדדים.
די זעלבע איז אין קונסט איז דא א ניגון אימעדזשען, די ניגון האט א ליין פון כפירה.
אזוי וועט זיין א מקום פאר אלע די סארט שרייבעריי.

עצור כאן חושבים
ווער סוויל שמועסען עניני אמונה קען גיין דארט, ווער הייסט עס זאל זיין דא [די לנו בעצכח אחד]

סתם זאכען וואס האבען א שמעק פון כפירה ווי דער ניגון הנ"ל איז אן עקסטערע שאלה צו מזאל עס ברענגען דא אדער נישט. אבער לכאורה עפענען אן עקסטערע פלאץ פאר דעם איז נישט קיין לעונג פאר די נושא.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך villager »

אויב עצוכ"ח האב מיר שוין בח"ח אנשטאט קאווע שטיבל, מ'רעדט דאך ס'זאל זיין אויפ'ן היימישן אידיש.

איך האלט גראדע פון אזא פארום, ס'דא אזויפיל ענינים אדורצונעמען, די גרעסטע פראבלעם מיט אזא פארום וועט זיין די אנשיקעניש פון די אלע נושרים וואס האבן אזוי שטארק רחמנות אויף אונז, די חברה זענען נארמאל נישט דא צו פרעגן אדער צו דערגיין דעם אמת נאר זיי ווילן פרעגן לשם פרעגן, און וויבאלד ס'איז אנאנים קענען זיי זיך מתלבש זיין בלבוש מבקש און אנזייען א חורבן, און כידוע איז אמונה זייער א וואלנערעבל פלאץ צו פארדרייען דעם מענטשן וואס ווייסט נישט וואס אמונה מיינט.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6290 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

villager האט געשריבן:אויב עצוכ"ח האב מיר שוין בח"ח אנשטאט קאווע שטיבל, מ'רעדט דאך ס'זאל זיין אויפ'ן היימישן אידיש.

איך האלט גראדע פון אזא פארום, ס'דא אזויפיל ענינים אדורצונעמען, די גרעסטע פראבלעם מיט אזא פארום וועט זיין די אנשיקעניש פון די אלע נושרים וואס האבן אזוי שטארק רחמנות אויף אונז, די חברה זענען נארמאל נישט דא צו פרעגן אדער צו דערגיין דעם אמת נאר זיי ווילן פרעגן לשם פרעגן, און וויבאלד ס'איז אנאנים קענען זיי זיך מתלבש זיין בלבוש מבקש און אנזייען א חורבן, און כידוע איז אמונה זייער א וואלנערעבל פלאץ צו פארדרייען דעם מענטשן וואס ווייסט נישט וואס אמונהמיינט.

אמאל איז געווען עצכח אויף יידוש
נו נניח אז ספעלט אויס, האט איר אפשר א לעזונג פאר די פראבלעם. אויך עצכח ליידט אסאך פון דאס, און זיי האלטן נישט ביים מונע זיין די פראבלעם.
איך קלער אפשר וואלט ענדערש געווען סזאל זיין א סייט מיט מאמרים גרייט בעניני אמונה אויף יידיש, וואס מוועט קענען פרעגן שאלות פאר די כותב/ים וואס וועלן זיין גרייט צו ענטפערן פאר ווער סאינטרעסירט זיך באמת. א פארום וואס וועט בהכרח זיין נאר וויכוחים איז לענ"ד יצא שכרו בהפסדו מיטן עצם געדאנק אז סשטעלט זיך אוועק אלץ א דעבאטע גלייך אויף גלייך, אפילו זאל דער מקשה זיין א מאמין וואס האט סך הכל א קשיא.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך villager »

לעיקוואד האט געשריבן:

גערעכט, מען זעהט אפילו יעצט ווען ס'נאך נישטא קיין עקסטערע אפטיילונג פאר דת ואמונה ליידט מען שוין פון די חברה, כש"כ דעמאלטס.
דיין עצה פון א עקסטערע סייט איז אויך געוואלדיג, אין קעיס ס'עפנט זיך אזא סייט בין איך גרייט אי"ה איבער צו טייטשן מאמרים פון עברית אדער ענגליש, דיעלן מיט שואלים לאז איך פאר אנדערע מיט מער עקספיריענס.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פארוואס נישט 100 זאכלעכע תגובת אדער מער אפי'
אזוי ווי מאחורי הפרגוד?
נאכמאל תקנות זאל זיין שטרענגע.
אויב מיר דא קענען עס נישט הענדלען זאל קיינער נישט פארדרייען די קאפ מער דא אין שטיבעל, איבער די סיסטעם,רבנים פארמאכטקייט וכו.
ווען סקומט צי אונז זעמיר גארנישט בעסער, אבער האקן אויף יענעם אוודאי.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6290 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס נישט 100 זאכלעכע תגובת אדער מער אפי'
אזוי ווי מאחורי הפרגוד?
נאכמאל תקנות זאל זיין שטרענגע.
אויב מיר דא קענען עס נישט הענדלען זאל קיינער נישט פארדרייען די קאפ מער דא אין שטיבעל, איבער די סיסטעם,רבנים פארמאכטקייט וכו.
ווען סקומט צי אונז זעמיר גארנישט בעסער, אבער האקן אויף יענעם אוודאי.

האלט איר טאקע נישט אז ס'דא עפעס א ממוצע צווישען פריי האנדלען און דעבאטירן אלעס ביז צו גאט עקזעסטירט צו נישט, א שטייגער ווי עצכ"ח, און צווישען ענדלאזע פארמאכטקייט און חרמות ואיסורים אויף יעדער שטות.
סך הכל טענה'ט מען דא אז מ'וויל אביסל מער אפענקייט און נארמאלקייט, אבער צו ווילט איר באמת גיין ביזן סוף מיט דעם?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך villager »

וואס איז אפילו די פארגלייך צווישן אמונה באלוקים און להבדיל אלף הבדלות אמונה ברבי'ס ובסיסטעם'ס?
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
רעאגיר