וואס האט דא פאסירט?

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

וואס האט דא פאסירט?

הודעהדורך admin » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 1:31 pm

מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פאר אונזערע טייערע חברים אויף דעם וואס "קאווע שטיבל" איז נישט געווען אין דינסט פאר נאנט צו צוויי טעג – פון דאנערשטאג נאכמיטאג, ביז יעצט. טראצדעם וואס דאס האט געשאפן א סך אומאנגענעמליכקייטן פאר יעדן, איז אבער דאך גוט צו וויסן אז די סיבה פון דעם קראך איז דווקא געווען א פריידיגע.

ווען "קאווע שטיבל" האט זיך געעפנט מיט קנאפע 9 חדשים צוריק האבן מיר נישט גע'חלומ'ט פון אזא שנעלן וואוקס ב"ה, און מיר האבן גענומען א ביליגע סערווער פירמע וואס מיר האבן גערעכנט אז ס'וועט קענען דערטראגן דעם טראפיק פון אונזער סייט. מיט דעם וואוקס פון אונזער לייענערשאפט איז דער טראפיק אבער גאר שטארק געשטיגן ביז ס'האט געגרייכט צו א מצב אז די פירמע האט אויסגעשאלטערט אונזער סייט וויבאלד דער טראפיק-פלייץ פארשטייטערט אלע אנדערע וועבסייטס וועלכע געפינען זיך אויף דעם זעלבן סערווער.

מיר האבן פרובירט זיך איינ'טענה'ן מיט דער פירמע אז מ'זאל נאך לאזן דעם סייט אנגיין פאר א טאג צוויי ביז מיר געפינען אן אנדערן סערווער, אבער זיי האבן געזאגט אז ס'איז אוממעגליך פון זייער זייט, ווייל זיי קענען נישט בא'עולה'ן אלע אנדערע וועבסייטס וועלכע ליידן א דאנק אונזער גרויסן טראפיק. אונזער סייט איז טאקע באלד אויסגעשאלטערט געווארן און מיר האבן זיך תיכף ארויסגעלאזט זוכן א סערווער וואס קען אקאמאדירן אונזער טראפיק. פון דעם ערשטן מינוט אן האבן מיר געהאלטן אונזערע חברים אינפארמירט איבער די געשעענישן דורך אונזער "טוויטער"-אקאונט.

מיר זענען זייער דאנקבאר פאר די צענדליגער חברים וועלכע האבן צו אונז געשריבן אנבאטנדיג הילף און געלט אויף צו קענען ווייטער אנגיין מיט דעם וויכטיגן ארבעט.

יעצט האלטן מיר שוין אין די לעצטע שטאפלען פון אריבערפירן דעם סייט, נאר מאמענטאל דארף מען זיך באנוצן מיט דעם צייטווייליגן יו-אר-על, ביז אלעס וועט מסודר ווערן על צד היותר טוב.

מיר בעטן נאכאמאל אנטשולדיגונג אויף דער אומאנגענעמליכקייט, און מיר דאנקען נאכאמאל אלע חברים פאר דעם געדולד און פארשטענדעניש.
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 5:03 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 1:55 pm

יישר כח פארן האלטן אינפארמירט.

האט מען כאטש גענומען א סערווער וואס קען אקאמאדירן די צוקונפטיגע אסטראנאמישע וואוקס?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 2:04 pm

יוי האב איך געציטערט.............
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5427 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 2:06 pm

למעשה האט מיין ''סיג לכחמה שתיקה'' אשכול אויפגעטון. פאר 2 גאנצע טעג האט יעדער ניק אן אויסנאם איינגענומען א שטילשווייגעניש
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4196 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 2:23 pm

עס דאכט זיך מיר אז די סייט גייט יעצט שנעלער ווי ס'פלעגט גיין. נאך איינער פילט עס??
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5427 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 2:32 pm

כ'האב מורא געהאט אז יענע חברה האבן מסדר געווען דעם שטיבל... בד"וו, די לינק ביי kaveshtiebel.com איז נישט גוט מ'דארף עס פיקסן. ווי לאנג גייט נעמען ווילאנג די געהעריגע לינק גייט זיין צוריק?
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 2:36 pm

ברוך מחיה המחים. איך האב אויך גאנץ גוט געציטערט די לעצטע פאר טעג ב"ה מ'איז אפגעקומען מיט שרעק.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1871 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 2:37 pm

דער אלטער האוסטינג פירמע ווי דער דאמעין איז רעגיסטרירט קען נישט מאכן א רידיירעקט דערווייל?
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 3:03 pm

זר זהב האט געשריבן:למעשה האט מיין ''סיג לכחמה שתיקה'' אשכול אויפגעטון. פאר 2 גאנצע טעג האט יעדער ניק אן אויסנאם איינגענומען א שטילשווייגעניש

לאו דוקא, איי וועלט האט זיך אויפגעוועקט פאר א פאר מינוט, ס'געווארן לעבעדיג, זיי האבן געמוזט פארשפארן אשכולות ווייל מאנכע ק"ש האבן זיך דארט אנגעריקט.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8458 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 3:06 pm

בן תמליון האט געשריבן:ברוך מחיה המחים. איך האב אויך גאנץ גוט געציטערט די לעצטע פאר טעג ב"ה מ'איז אפגעקומען מיט שרעק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7676 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

הודעהדורך טעפל » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 3:16 pm

אההה ברוך מחיה המתים אלץ איז צוריק... ביי דע וועי פון וואו האט דער עולם געוואוסט אהער צו קומען? (איך? פון היידפארק).
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 3:20 pm

טעפל האט געשריבן: ביי דע וועי פון וואו האט דער עולם געוואוסט אהער צו קומען? (איך? פון היידפארק).

נסיתי ארבעים פעמים עד שנושעתי והבטחתי לפרסם
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8458 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 3:24 pm

איך האב געזאגט פרק שורה און ווען כ'בין אנגעקומען צו "סקאנק מא הוא אומר" איז קאווע צוריק ארויפגעקומען.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4196 מאל

הודעהדורך Java » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 3:57 pm

גאלד האט געשריבן:דער אלטער האוסטינג פירמע ווי דער דאמעין איז רעגיסטרירט קען נישט מאכן א רידיירעקט דערווייל?

יא, דאס האבן מיר טאקע געטון אויף דערווייל. די דאמעין דארף אנצוהייבן פוינטן צו די נייער סערווער אין די קומענדיגע 24 שעה. איך טוה זיך נאכאמאל אנטשולדיגן פאר די אומאנגענעמליכקייטן וואס די מצב האט געשאפן. מיר האפן אז אין די צוקונפט וועלן מיר זיך שנעלער מסדר זיין.
באניצער אוואטאר
Java
מנהל
מנהל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:12 am
געפינט זיך: קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 4:07 pm

אנטשולדיג אייך נישט אזוי סאך, איר טוהט מעל ומעבר פון וואס איר דארפט, נישט פאר קיין געלט, נישט פאר קיין כבוד, נאר אריינצוברענגען די אור פון די תורה און אידישקייט למטה מעשרה, אויפן טריפה'נעם אינטערנעץ, אריינצושיינען אין די ליבות נשברות די אוטענטישע שיין פון יהדות אן קיין השפעות פון די יונים, רוימים, און די קריסטן וכל שום וחניכא דאית להו.

חזקו ואמצו, יישר חילכם, און לאודס מיט הצלחה בכל מעשי ידכם.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7478 מאל

הודעהדורך ענן כבד » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 4:09 pm

ראשעקאל האט געשריבן:עס דאכט זיך מיר אז די סייט גייט יעצט שנעלער ווי ס'פלעגט גיין. נאך איינער פילט עס??


אויפן דעסקטאפ זעה איך נישט קיין גרויסע חילוק, אבער אויפן טאשן-קאמפיוטער באמערק איך א שיינעם ספיד אינקריעס.
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 4:36 pm

ברוך מחיה המתים!
איך מיין נישט צו זאגן מחיה מתים אויף די שטיבל, איך מיין אויף מיר!
איך פלעג מיינען אז קאווע שטיבל איז אזא לוקסוס מיינע, אזא אם לא יועיל לא יזיק אפאראט, א זיסע טשאקלעד נאך די סעודה... אזוי האט זיך מיר געדוכט, אבער אזוי ווי אסאך זאכן מיט וועמען מען דערקענט זיך נאר בהעדרו - אזוי ווי ציין וואס מען שפירט נאר ווען ער רייסט פאר יסורים, האב איך געזעהן אז קאווע שטיבל איז לכל הפחות אזוי ווי מיין שטארקע קאווע, מיין טעגליכע דאזע קאפין!
איך בין געווען טויט די פאר טעג וואס קאווע שטיבל האט גע'גוסס'ט, איך האב געשפירט ווי א פיש אינדרויסן פון וואסער, א סקווערער אן שטיוול, א סאטמארער אום כ"ז אב תשל"ט, א ציוני נאך אבאמאס געווינס וכו', איך האב געשפירט אויסגעשאלטערט, מלא ספיקות, צוקלאפט און נידערשלאגן.
איך האב נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז וועבערמאן איז אומשולדיג - יא שולדיג, אן קענען מחליט זיין, אן קענען ליינען יאסעלע וואסער טרעגער און איחוד פעלד. איך האב נישט געוואוסט וואס זר זהב טוט אויף די מינוט, אדער וואס מען קען עסן פאר לאנטש, וואס מען קען טון מיט א פוילע ווייב, אדער ווי מען טרעפט אין מאמרי חז"ל דעם מאחורי הפרגוד. בקיצור איך בין געווען אנגעזעצט.
עס איז נאר דא קאווע שטיבל? עה, נאך אסאך סייטס... בין איך געגאנגען זוכן, ב"ה אז דזשעי-נעט האט מיר נאר געלאזט גיין בתוככי אנ"ש, קודם גיי איך זעהן עפעס א אידישע זייטל, אבער וואס האב איך געזעהן? תולדות האדמו"ר מהוידא-פלאץ השלישי, די דינסטאג אשכול, טראפיק באריכטן פון האנג-קאנג, און א אשכול ווי מען דארף זיך כלומרשט צו טענה'ן, אבער עכט זינגט יעדער די זעלבע ניגון. בין איך געגאנגען אין עפעס א פארק, זעה איך דארטן א וויכוח ווער עס האט געהאט מער מענטשן כולל זיבנבערגן אדער כולל שומרי החומות, מיט נאך אזוינע אינטעליגענטע שמועסן. פארצווייפלטערהייט האב איך געזוכט אונזער ליבע שטיבל, איך בין געווען טרויעריג, די חנוכה ליכט האבן מיר געטאנצן אין די אויגן, אבער די שמחה איז נישט געווען בשלימות, די קאסטארד פון די דאנאטס האט מיר ממש אויסגעזעהן ווי נאז געמויזעכץ, ממש פחדים.
ברוך השם אז קאווע שטיבל איז צוריק,
אוי, בך בטחו, חסדי ה' כי לא תמנו!
און מיט דעם קען מען פארענטפערן די בית יוסף'ס קשיא וואס ווערט שוין באמת געברענגט אין פרי חדש... די אכטע טאג איז פאר די נס פון מציאת הקאווע שטיבל!
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4175 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 4:40 pm

וויפיל געלט רעדט מען דא, וואס קאסט א האסטינג מיט א סערווער?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

הודעהדורך sunbar » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 4:41 pm

עס האט אויך געהאלפן אז מען זעט אז טאמבל איז סטיל אלייוו
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 4:45 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:וויפיל געלט רעדט מען דא, וואס קאסט א האסטינג מיט א סערווער?


ווי איך פארשטיי איז דאס דער נייער האוסטינג פירמע

http://www.inmotionhosting.com/

זעה דארט די פרייזן,

נאכדעם איז דא אפאר טאלער א יאר פארן האבן די זכות פון די דאמעין נאמען kaveshtiebel.com
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 5:00 pm

נא ווער ספאנסרט דאס?
אפשר זאל מען מאכן א שטיקל אפיעל .
נולד שני פעמים חי. ערענסט.

דערנאך זאל מען מאכן א לאסאוט קעגען קרויס/וועברמאן ווענד זיך ווער סקומט ארויס שולדיג, פארן גורם זיין אזא טרעפיק דא וואס האו אראפ געברענגט אונזער שטובעל פאר צוויי טאג. איך בין זיכער זר זהב קען קלעם לאס אף ווארק.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 9:33 pm

איך בין געווארן "אויס מענטש"
איך האב געדרייט צו נעמען "דיפאזיטארי" ווי ביי א תענית אבער עס האט געהאלפן א ניקס,
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 629 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:12 pm

Absence makes the heart grow fonder
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:59 pm

עס איז נישט דא קיין ווערטער צו באדאנקען די חשובע הנהלה פאר די גרויסע כוחות וואס זיי לייגן דא אריין הן מיט די טעכנישע חלקים און הן אז די פלאץ זאל זיך אזוי שיין פירן אויף א עהרליכן אופן.
שכרכם הרבה מאוד!!!!
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 531 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:03 am

זייט נישט אזוי ברוגז אויף וועבערמאן, א דאנק אים האבן מיר צובאקומען א היבשע פאר ניקים, אריינגערעכנט פרישע הייסע וואסער טרעגער פאר די קאווע. :D
וויליאמסבורגער האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין ווערטער צו באדאנקען די חשובע הנהלה פאר די גרויסע כוחות וואס זיי לייגן דא אריין הן מיט די טעכנישע חלקים און הן אז די פלאץ זאל זיך אזוי שיין פירן אויף א עהרליכן אופן.
שכרכם הרבה מאוד!!!!

ג"א הקטן מצטרף,
פה בית הקפה
יאיר
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7972 מאל

נעקסט

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט