בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:51 am
דורך טעפל
וויליאמסבורגער האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין ווערטער צו באדאנקען די חשובע הנהלה פאר די גרויסע כוחות וואס זיי לייגן דא אריין הן מיט די טעכנישע חלקים און הן אז די פלאץ זאל זיך אזוי שיין פירן אויף א עהרליכן אופן.
שכרכם הרבה מאוד!!!!

יא דאס האך איך פארגעסן זאגען א שכוח פאר די חשובע הנהלה!!! וויליאמסבורגער גוט געזאגט!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 10:58 am
דורך היסטאריקער
admin האט געשריבן:. פון דעם ערשטן מינוט אן האבן מיר געהאלטן אונזערע חברים אינפארמירט איבער די געשעענישן דורך אונזער "טוויטער"-אקאונט..


נישט געוואסט פון דעם, וואס איז די נאמען צו פאלאען?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:21 am
דורך חד גדיא
יאיר האט געשריבן:זייט נישט אזוי ברוגז אויף וועבערמאן, א דאנק אים האבן מיר צובאקומען א היבשע פאר ניקים, אריינגערעכנט פרישע הייסע וואסער טרעגער פאר די קאווע. :D
וויליאמסבורגער האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין ווערטער צו באדאנקען די חשובע הנהלה פאר די גרויסע כוחות וואס זיי לייגן דא אריין הן מיט די טעכנישע חלקים און הן אז די פלאץ זאל זיך אזוי שיין פירן אויף א עהרליכן אופן.
שכרכם הרבה מאוד!!!!

ג"א הקטן מצטרף,
פה בית הקפה
יאיר

וג"א מצטרף לכבוד ההנהלה והמנהלים והאחראים החשובים.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:38 am
דורך Java
היסטאריקער האט געשריבן:
admin האט געשריבן:. פון דעם ערשטן מינוט אן האבן מיר געהאלטן אונזערע חברים אינפארמירט איבער די געשעענישן דורך אונזער "טוויטער"-אקאונט..


נישט געוואסט פון דעם, וואס איז די נאמען צו פאלאען?

kaveshtiebel@

זע דא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:48 am
דורך signout
פיל מיט דאנק פאר די הנהלה, ברענג איך אפען ארויס מיין ווינדער אויף די הנהלה איז גרייט צו ספענדן אזויפיל געלט אין כח פאר אזא גרויסע שטובל, מהיכן ירק זה חי אין וואס גיבט זיי דעם מוט אנצוהאלטן אז קיין געלט אדער כבוד האבען זיי נישט דערפון? איך וויל זיי נישט חושד זיין אז זיי מיינען ממש לשם שמים, אדער מיט די צייט וועט אנהייבן לויפן אדווערטייזמענטס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:54 am
דורך signout
ענן כבד האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:עס דאכט זיך מיר אז די סייט גייט יעצט שנעלער ווי ס'פלעגט גיין. נאך איינער פילט עס??


אויפן דעסקטאפ זעה איך נישט קיין גרויסע חילוק, אבער אויפן טאשן-קאמפיוטער באמערק איך א שיינעם ספיד אינקריעס.

גם אני מצטרף להנ''ל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 7:36 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין אז מ'דארף ערענסט רעדן וועגן א פעיפעל קנעפל ווי דער עולם זאל זיך קענען ווארעם אנרופן כנדבת ליבם הטוב.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 2:36 pm
דורך admin
מיר ווילן זיך אנטשולדיגן אויף דעם אומגעראכטענעם פראבלעם וואס איז פלוצלינג אנטשטאנען, וואס האט אפגעשפארט "קאווע שטיבל" פאר כמעט א טאג. מיר ווייסן וואס דאס מיינט פאר אונזערע הונדערטער חברים און טויזנטער לייענער, און די צענדליגער אימעילס וואס מיר האבן באקומען אין לויף פון דעם טאג האבן אונז נאך מער איבערצייגט ווי וויכטיג "קאווע שטיבל" איז פאר אזויפיל מענטשן. מיר נעמען אונטער שריט אז דאס זאל זיך מער נישט איבער'חזר'ן אין דער צוקונפט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 2:39 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כ'האב קיינמאל נישט געכאפט ווי עדיקטעט איך בין. געטרייט ארויף צו לאגען 150 מאל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:45 pm
דורך נולד מאוחר
טרענספערעסי ביטע.
ווער האט דאס גורם געווען? רעדט מען דא פון די זעלבע חברה וואס האבן געבאבערט ביי טארגעט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:02 pm
דורך admin
מיר ווייסן נאך נישט קלאר וואס דער גורם פון די לעצטיגע קראכן איז. אבער ווי געשריבן נעכטן, האבן מיר אונטערגענומען שריט אז דאס זאל מער נישט פאסירן, און מיר האבן פראפעסיאנעלע טעכניקער וועלכע ארבעטן אויף דעם פראבלעם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:43 pm
דורך קליגער אינגערמאן
[tag]admin[/tag]
די מויבייל סייט ארבייט נישט.
נישט חלילה איך רעד זיך אפ.. נאָר להשלמת המצוה..
ישר כח למפרע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:55 pm
דורך ונבנתה העיר
admin האט געשריבן:צוליב די לעצטיגע קראכן, האבן מיר דערווייל געמוזט אוועקנעמען די מאביל-סייט אפציע. מיט אנטשולדיגונג.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:19 am
דורך קליגער אינגערמאן
נישט באמערקט דעם הודעה. אויך דאס נישט האבן דעם מויבייל סייט שילדיג...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:34 am
דורך דעת תורה
מיט דעם פרט קען מען זיך לערנען פון אייוועלט, ווען עס פאסירט אזא זאך דארטן וועלן זיי נאכדעם האבן א גאנצן אשכול מיט א לענגערע הסבר. הגם די טענה "טרענספערעסי" איז א שוואכע. קיינער קומט נישט דא גארנישט פאר קיינעם. עס איז נישט א ארגאניזאציע וואס לעבט אויפן ציבור'ס חשבון. אויב עפעס פארקערט, דער ציבור מאכט א לעבן אויפן חשבון פון אפאר יחידים מתנדבים.

איך האב א פראבלעם זינטן קראך אז דער סיסטעם שפייט מיר כסדר ארויס און איך ברויך האלטן אין איין אריין סיינען.

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 8:40 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פארוואס קען מען מער נישט זען אונטן פון היים בלאט וועלכע ניקים ס'זענען דא געווען דע לעצטע 24 שעה?
מ'האט עס אוועקגענומען

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 8:52 pm
דורך מאטי
יישר כוחכם פאר אלע מנהלים דא פארן גיין דעם עקסטערן מייל צוצושטעלן שלא על מנת לקבל פרת אזא הערליכע מתנה פארן ציבור. איך שפיר געהעריג ווי איך עס נהמא דכיסופא דא, דער אייבישטער זאל אייך באצאלן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 7:46 am
דורך סדרן
מיט אנטשולדיגונג פאר די פראבלעמען מיט די סייט די לעצטע 24 שעה. שוין ב"ה פאראכטן.

ווי אייביג אין אזעלכע פעלער האבן מיר פראבירט צו האלטן דעם עולם אינפארמירט אויף אינזער טוויטער אקאונט: https://twitter.com/kaveshtiebel