בלאט 1 פון 2

קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 8:05 pm
דורך Java
וועלכע קאלירן טעמע האלט איר איז צוגעפאסט פאר קאווע שטיבל? איר זענט געלאדנט אריינצוגיין דא און אויסוועלן א קאלירן טעמע פאר אונזער זייטל. נאכן אויסוועלן א פאסיגען טעמע, לינקט צו דעם url דא אין דעם אשכול, אזוי אז מען זאל קענען זען אייער אויסוואל. מען מעג לייגן אפילו צוויי הצעות.

עס איז זייער גרינג צו אנשטעלן א טעמע. מען רוקט די שטעקעלע אויף די בארס רעכטס אדער לינקסף און מען זעט די פריוויו אויף די זייט. די url טוישט זיך אויטאמאטיש.

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 8:43 pm
דורך סאסוב
פאר קאווע איז פאסיג ברוין, טונקל-ליכטיג, וכו'

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 8:47 pm
דורך Java
סאסוב האט געשריבן:פאר קאווע איז פאסיג ברוין, טונקל-ליכטיג, וכו'

נו, אדרבה, צייגט אן וואס איר מיינט! צו מיינט איר דאס?

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 8:58 pm
דורך ידען
סאסוב האט א פוינט אבער עס מוז נישט דוקא זיין אזוי. וועלכע קאווע שטיבל אין וועלכע ביהמ״ד איז די שטיבל די זעלבע קאליר ווי די קאווע?

איך וואלט ענדערש גענומען א פרייליכע און גוטמוטיגע קאליר. נאכנישט געטראכט וועלכע.. דערווייל.

דאס איז זיכער אז מע מוז ווי שנעלער טוישן די קאליר ווי אייוועלט. סע דארף האבן א אנדער פנים.

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 9:34 pm
דורך סאסוב
Java האט געשריבן:
סאסוב האט געשריבן:פאר קאווע איז פאסיג ברוין, טונקל-ליכטיג, וכו'

נו, אדרבה, צייגט אן וואס איר מיינט! צו מיינט איר דאס?

דאס איז מער גאלד ווי ברוין.

כשלעצמי איז מיר נישט געלונגען דארט ארום צו מישן א געשמאקע קאווע קאליר וואס זאל מיר געפעלן.

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 9:48 pm
דורך שמואל הלוי

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 9:52 pm
דורך שמואל הלוי

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 9:55 pm
דורך Java
סאסוב האט געשריבן:
Java האט געשריבן:
סאסוב האט געשריבן:פאר קאווע איז פאסיג ברוין, טונקל-ליכטיג, וכו'

נו, אדרבה, צייגט אן וואס איר מיינט! צו מיינט איר דאס?

דאס איז מער גאלד ווי ברוין.

כשלעצמי איז מיר נישט געלונגען דארט ארום צו מישן א געשמאקע קאווע קאליר וואס זאל מיר געפעלן.

מען קען אויך מישן דארט lightness און saturation. אפשר אזוי וועט איר טרעפן א שיינעם קאליר וואס געפעלט אייך.

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 11:04 pm
דורך שמואל שלום שלמה
דאס: http://www.colorizeit.com/styles/phpbb- ... 0M1h5fl2bO איז מער קאוועדיג.

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 11:09 pm
דורך שמואל הלוי
האב מיר פרובירט אביסל קאווע קאלירן, און אט דאס איז אויסגעקומען
http://www.colorizeit.com/styles/phpbb- ... jn6f6f4c2O

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 11:43 pm
דורך קול גדול
א הימלישע בלויע קאליר וואלט זיך צוגעפאסט צו אזא חשובע פארום אז ס'זאל צוברענגן צו יראת שמים, וואס כידוע האבן צדיקים געזאגט אז א סגולה צו יראת שמים איז צו קוקן אויפן הימל, און ווען ס'איז בלוי אן קיין וואלקענעס איז עס מער אפעקטיוו.

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 10:52 am
דורך לאדיך אפ

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 10:54 am
דורך הניק שלי

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 12:35 pm
דורך יאנקל
צוויי פון שמואל הלוי׳ס געפעלן מיר.
שמואל הלוי האט געשריבן:שלעכט מיט דאס?

http://www.colorizeit.com/styles/phpbb- ... f4d0M1h0lO


שמואל הלוי האט געשריבן:האב מיר פרובירט אביסל קאווע קאלירן, און אט דאס איז אויסגעקומען
http://www.colorizeit.com/styles/phpbb- ... jn6f6f4c2O

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 6:09 pm
דורך אברעמעל
איך נעם שווער א טויש, איז מעגליך צו מאכן די אפשען יעדער זאל עס קענען טוישן ביי זיך?

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:48 pm
דורך Java
מיר האבן שוין אימפלעמענטירט א קאווע-ברוינליכן קאלירן-טעמע. מען קען האבן דעם קאליר דורך גיין צום "באניצער'ס קאנטראל פאנעל", דרוקן דעם "סיסטעם פרעפערענצן" טעב, און פאר די "עיצוב המערכת שלי" וועלט אויס "קאווע".

אויב טוישט איר צו דעם טעמע, לאזט וויסן אייער מיינונג אין דעם אשכול! אויב איר טראכט איז איר פאר קאווע שטיבל פאסט זיך אנדערע קאלירן, קענט איר נאך אלץ גיין צום אויבנדערמאנטן לינק און אויסמישן עפעס א קאלירן-טעמע און דא ארויפשטעלן די לינק.

אברעמעל האט געשריבן:איך נעם שווער א טויש, איז מעגליך צו מאכן די אפשען יעדער זאל עס קענען טוישן ביי זיך?


יא, מען וועט אלץ קענען אויסוועלן דעם Prosilver קאלירן טעמע, וועלכע איז די אריגגענאלער בלויער קאלירן טעמע פון PHPbb.

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:55 pm
דורך הערשל
ברוין איז א מיאוסע טרויעריגע קאליר.

בלוי איז שוין פיל בעסער און לעבעדיגער.

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 10:05 pm
דורך Java
די לייק אפשען איז דערווייל נאך נישטא אינעם "קאווע" קאלירן טעמע. הערשל, די יעצטיגע קאלירן טעמע איז דאס: http://www.colorizeit.com/styles/phpbb- ... jn6f6f4c2O,איר קענט פרובירן מישן עפעס א קאלירן טעמע וואס געפעלט אייך.

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:14 am
דורך יאנקל
גאנץ אינטערעסאנט, אפשר דארף נעמען צייט ביז מען קומט צו צום טעם. איז דאס שמואל הלוי׳ס געמיש?

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 12:23 am
דורך ראשעקאל
איך ניץ יעצט די ברוינע טעמע, און איך האב עס זייער ליב.
ס׳דאכט זיך מיר אז ס׳לאודט זיך שנעלער. סקען זיין??

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 12:30 am
דורך שמואל שלום שלמה
ראשעקאל האט געשריבן:איך ניץ יעצט די ברוינע טעמע, און איך האב עס זייער ליב.
ס׳דאכט זיך מיר אז ס׳לאודט זיך שנעלער. סקען זיין??

יא, ווייל מען קען נישט לייקן מיט די טעמע :P

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:34 pm
דורך טשאווארגוי
איך האב בעסער ליב געהאט די ברוינע ווי די פירפעל

Re: קאלירן פאר קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:19 pm
דורך הערשל
און איך האב בעסער ליב פורפל ווי ברוין.

עפעס דערמאנט מיר עס פון די פורפל וואל...