כדי צו טעגן א חבר, דארפט איר נאר טאן איין זאך, סעלעקטן דעם נאמען, און דרוקן דעם קעסטעלע "tag", און דער קאוד זעצט זיך אריין כדבעיא. דער ניק וועט אויסקוקן אזוי:
קוד: וועל אויס אלע
[tag]באריסטא[/tag]
און נאכ'ן פאוסטן וועט עס אויסקוקן אזוי:
[tag]באריסטא[/tag]
דער וואס זיין נאמען איז דערמאנט געווארן וועט באקומען א מעלדונג דורך הודעה אישית אדער דורך אימעיל, לויט דעם באניצער'ס אויסוואל. צו טוישן די מעטאד וויאזוי מ'ווערט נאטפיצירט, אדער אויב איר ווילט בכלל נישט נאטפיצירט ווערן, גייט צום באניצער'ס קאנטראל פאנעל, וועלט אויס דעם "סיסטעם פרעפערענצן" טעב, און דרוקט אויף "רעדאגיר פאסטן סעטינגס". ביים אפציע "טעגס מעלדונגן מעטאד" וועלט אויס די אפציע וואס איר ווילט.
מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן, און אויב איר האט סיי וואספארא פראגעס, אדער אויב איר זעט סיי וואספארא פראבלעמען מיט דעם נייעם סיסטעם, ביטע שרייבט עס דא אין דעם אשכול.