איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך John Doe »

Starbucks האט געשריבן:די חברה דארט אין שטעטל האלטן עס נישט אויס. :D איי לאוו איט! א בייסענדער הונט בילט נישט. אז ער בילט איז א סימן אז ער ציטערט אימת מות.


די קולט אטמאספערע דארט דערמאנט מיך פון דאס קלאגן נאך קים דזאנג איל http://youtu.be/pSWN6Qj98Iw

איך וואלט נישט געוועהן סופרייזט אויב די חונפים דארט פארמאגן א קליינע עבודה זרה'לע אינעם געשטאלט פון די וועלטל פירער באהאלטן ערגעץ אין א קלאזעט וואס זיי נעמען ארויס און בוקן זיך דערצו יעדן אויפדערנאכט פארן גיין שלאפן.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך רואיק »

נאכן ליינען 6 פעידשעס דארט אינעם וועלטל זעהט מיר אויס אז די combined IQ פון דער עולם דארט פיט אריין אין א פאפי סיד און ס׳בלייבט נאך פלאץ. די פאקט אז זיי מאכן זיך אזוי צו טוהן מיט אונזער קאווע שטיבל ווייזט ווי אומזיכער זיי זענען, זיי פילן זיך ממש געדרויעט. נו, ווען משיח וועט קומען וועלן דאך אלע חולים גענצליך געהיילט ווערן, סוא ס׳איז דא האפענונג.
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך ראשעקאל »

איך זעה נישט פארוואס ענק מאכן זיך צוטון פון זייער פארום. who cares?? איך האב נישט געליינט וואס זיי שרייבן און איך פלאן נישט צו ליינען. איך זעה נישט אז זיי זאלן זיין א קאמפעטישען. ס'דא מענטשן וואס יענץ איז זייער פיין פאר זיי, און ס'דא מענטשן וואס דא איז פיין. וואס מאכט מען דעמאלטס א עסק??
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
צוויבל מיט איי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 09, 2012 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך צוויבל מיט איי »

מען דארף פארשטיין די מצב דארט ביפאר מען איז דן. מען לעבט דארט אונטערן שאטן פון די מנהלים און דאס פרעשור איז גרויס.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך שרגא »

John Doe האט געשריבן:
Starbucks האט געשריבן:די חברה דארט אין שטעטל האלטן עס נישט אויס. :D איי לאוו איט! א בייסענדער הונט בילט נישט. אז ער בילט איז א סימן אז ער ציטערט אימת מות.


איך וואלט נישט געוועהן סופרייזט אויב די חונפים דארט פארמאגן א קליינע עבודה זרה'לע אינעם געשטאלט פון די וועלטל פירער באהאלטן ערגעץ אין א קלאזעט וואס זיי נעמען ארויס און בוקן זיך דערצו יעדן אויפדערנאכט פארן גיין שלאפן.


אויב דו האלטסט דיך אויף א העכערע מדריגה, שרייב אויף א נארמאלערע אופן אן קיין ראדיקאלע משלים.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך John Doe »

שרגא האט געשריבן:
John Doe האט געשריבן:
Starbucks האט געשריבן:די חברה דארט אין שטעטל האלטן עס נישט אויס. :D איי לאוו איט! א בייסענדער הונט בילט נישט. אז ער בילט איז א סימן אז ער ציטערט אימת מות.


איך וואלט נישט געוועהן סופרייזט אויב די חונפים דארט פארמאגן א קליינע עבודה זרה'לע אינעם געשטאלט פון די וועלטל פירער באהאלטן ערגעץ אין א קלאזעט וואס זיי נעמען ארויס און בוקן זיך דערצו יעדן אויפדערנאכט פארן גיין שלאפן.


אויב דו האלטסט דיך אויף א העכערע מדריגה, שרייב אויף א נארמאלערע אופן אן קיין ראדיקאלע משלים.


איך בין גרייט צו הערן. אדרבה, זאג דו א בעסערן משל.

ביי די וועי, האסט קיינמאל נישט געהערט פון "illustrate the absurd by being absurd"?
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך זר זהב »

שלו' עליכם.
מיין פראבלעם מיט איי-וועלט: אויף איי וועלט הערשט א "האליער-דען-דאו" מענטעליטי, יעדער טרייעט צו ווייזן אז ער איז מער הייליג פונעם נעקסטן. און אסאך אירע לעבן דארט פון בלויז כאפן יענעם ביי א טעות, מאנכע דארט קענען קוים וארטן אז איינער זאל שוין בטעות שרייבן עפעס וואס איז מעגליך נישט די איידעלסטע און ארויפשפרינגען אויף יענעם מיט פסקים און חרמות און אין דער זעלבער צייט קענען ווייזן ווי הייליג/ערליך ער איז.

נאך עפעס, רוב עולם דארט פרובירט צו שרייבן אין א שרייבערישע וועג כאילו זיי זענען באצאלטע נ.י. טיימס שרייבערס. יעדער טרייט איבערצושטייגן דעים צווייטן און מיט דעים פארדינען רעספעקט פון די רויטע/גרינע. איינער וואס שרייבט דארט נישט אזוי פראפעשענעל אפיל ער זאגט א גוטן פוינט קען ער רעדן צום וואנט! סיז צייט צו זאגן פאר יענע חברה אז מיר זענען נישט קיין באצאלטע צייטונג שרייבער און ס'יז צייט צו קאטן די קרעפ-לעך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
סתם געפלאפלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:52 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך סתם געפלאפלט »

צוויבל מיט איי האט געשריבן:מען דארף פארשטיין די מצב דארט ביפאר מען איז דן. מען לעבט דארט אונטערן שאטן פון די מנהלים און דאס פרעשור איז גרויס.

איר חלום'ט אין גרויסן, איינער וואס שרייבט נאר וואס איז ערלויבט ע"פ התקנות דארט, האט נישט קיין שום פרעשור פון גארנישט.
אמת איינער וואס גייט קעגן די תקנות דארט האט פרעשור, אבער אזא איינער האט באמת נישט וואס צו שרייבן דארט, און ביטע זאל ער זיכן א צווייטע מקום.

זר זהב האט געשריבן:שלו' עליכם.
מיין פראבלעם מיט איי-וועלט: אויף איי וועלט הערשט א "האליער-דען-דאו" מענטעליטי, יעדער טרייעט צו ווייזן אז ער איז מער הייליג פונעם נעקסטן. און אסאך אירע לעבן דארט פון בלויז כאפן יענעם ביי א טעות, מאנכע דארט קענען קוים וארטן אז איינער זאל שוין בטעות שרייבן עפעס וואס איז מעגליך נישט די איידעלסטע און ארויפשפרינגען אויף יענעם מיט פסקים און חרמות און אין דער זעלבער צייט קענען ווייזן ווי הייליג/ערליך ער איז.

איך האב נאכנישט געזען דאס וואס איר מיינט, אדרבה אפשר צייכנט איר צו צו וואס איר מיינט?
די שרייבסט 'מאנכע' פארשטיי איך אז איר ווייסט אויך אז די רוב איז נישט אזוי, וויל איך אייך פרעגן, איר האלט אז אין א יאר ארום גייט דא זיין אנדערש? איך האלט אז דאס האט צו טון מיט די מאנטאליטעיט פון דעם פארשוין, און אויב גייט זיך אזא איינער דא איינשרייבן, קענט איר עס ערווארטן דא אויך, עס האט מיט דעם מקום גארנישט....
זר זהב האט געשריבן:נאך עפעס, רוב עולם דארט פרובירט צו שרייבן אין א שרייבערישע וועג כאילו זיי זענען באצאלטע נ.י. טיימס שרייבערס. יעדער טרייט איבערצושטייגן דעים צווייטן און מיט דעים פארדינען רעספעקט פון די רויטע/גרינע. איינער וואס שרייבט דארט נישט אזוי פראפעשענעל אפיל ער זאגט א גוטן פוינט קען ער רעדן צום וואנט! סיז צייט צו זאגן פאר יענע חברה אז מיר זענען נישט קיין באצאלטע צייטונג שרייבער און ס'יז צייט צו קאטן די קרעפ-לעך.

איך בין דארט אן אקטיווע שרייבער און איך האב נאך קיינמאל נישט געשריבן - און עס איז מיר ביז די מינוט ניטאמאל איינגעפאלן אזא געדאנק - כדי צו פארדינען רעספעקט פון די רויטע/גרינע ווי איר ריפט זיי, וואס איך האב יא געוואלט איז ווי יעדע מענטש וויל, מען זאל זיך באדאנקן, און אנערקענען און די ארבעט וואס איך האב ערצייגט.

און וועגן די אופן פון שרייבן, אויב גייט איר שרייבן די זעלבע ווי איר האט געשריבן אט די צוויי פאראגראפן גייט מען אייך געבן די זעלבע אנערקענונג ווי דער וואס שרייבט כאילו א באצאלטער.

וואס איך וואלט יא געזאגט, גוט א קוק, ס'זענען דא דארטן שרייבער וואס צומאל קען מען קיין גראד ווארט פון זייער געשרייבעריין נישט ארויסליינען, אבער די תוכן קען זיין גאר גוט, וואס למשל קענען זיי ערווארטן? א אנערקענונג פארן צונעמען 15 מינוט פון מיין צייט צו ארויסליינען איין שורה, און נאך אלעם נאכאלץ נישט וויסן וואס זיי האבן געוואלט? אבער אויב שרייבט מען יא נארמאל, אפילו מיט גרייזן, אבער מען קען פארשטיין וואס יענער וויל, באקומט מען די זעלבע אנערקענונג אויף די עצם ארבעט.

אמת דער וואס שרייבט בעסער באקומט מער אנערקענונג אויך פאר די אופן פון זיין שרייבן, אבער דער אנדערער קען דאס נישט ערווארטן ווייל ער האט דאך ניטאמאל געשריבן האלב אזוי גוט ווי דער.

איך וועל נישט לייקענען אז איך קען פארשטיין פון ווי די איינדרוק קומט, דאס קען קומען פון דעם וואס בעיקר די רויטע/גרינע - ווי איר ריפט זיי, זענען די וואס זענען מגיב אויף כמעט יעדע ארטיקל, און סתם ניקים ליינען עס דורך און זענען שטיל, אבער נישט פארדעם האט דאס דער יעניגער געשריבן, און איר קענט אויפזיכן דארט ווי טאקע די גרינע - ווי איר ריפט זיי, בעטן זיך ביים עולם דארט, אויב האט איר הנאה געהאט ביטע זאגט....
און גלייב מיר, אויב דא וועלן די גרינע אנהייבן מגיב זיין, כדי צו גיבן א באסט צו שרייבן נאך, געב עס א יאר צוויי (אויב עס וועט אנהאלטן פארשטייט זיך) און די עולם וועט ליינען און מער נישט האבן געדולט צו מגיב זיין מיט א שכח, און דא וועט עס מאכן דעם זעלבן איינדרוק, עס האט גארנישט מיט דעם מקום.
חוץ אויב גייט דא צוקומען א לייק-קנעפל.
זיידעטשקע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:13 pm
האט שוין געלייקט: 272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך זיידעטשקע »

א לייק באטען איז א גוטע איידיע די שאלה איז נאר צו עס איז מעגליך טעכניש גערעדט.
און ביי דע וועי, לאמיר אויפהערן צו רעדען פון אייוועלט, לאמיר זיך בויען, מאכען א גוטע פלאץ צו פארברענגען, און שוין.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך דבילה »

חברה - הערטס אויף! אבער שוין! 'ך בין נישט געקומען דא אויף צו הערן ווי אזוי נישט צו זיין אייוועלט! מיר זענען דא צו שרייבן לייכט אדער שווער, יעדן צו זיין הארץ'נס באגער... די עיקר, מיר זענען דא צו האבן א גוד טיים אנד די העק וויט אייוועלט.
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך ראשעקאל »

שוין יא דא א לייק באטן אדער נישט? איך וויל מאכן א "לייק" פאר דבילה'ס תגובה.
אה, איך קען דאך נוצן איינע פון מיינע ברוינע חברה.
דא האסטו דבילה - :like
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
סתם געפלאפלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:52 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: איז צענזור ביי היימישע אידן וויכטיג?

שליחה דורך סתם געפלאפלט »

חחחחחחחחחחחחח, מען האט נישט וואס צו ענטפערן זאגט מען די העק וויט אייוועלט....
--
און לאמיר אייך אלע פרעגן א אינטרעסאנטע שאלה, איך האב געהאט דא צום סוף אין מיין לאנגע תגובה דערמאנט צוויי ניקים פון איי-וועלט וואס שרייבן תגובות וואס מען קען נישט ארויסליינען, איז געקומען די צענזור דא און אויסגעמעקט די ניקים וואס איך האב דערמאנט, און פארראכטן מיין תגובה אז עס זאל זיין געשריבן באופן כללי, און ניטאמאל געשריבן אז זיי האבן עס פארראכטן.

אלץ פארוואס - ווי ווייל עס האט מיר געבעטן אין פרטי די ניק אברעמעל (מנהל האתר? און אפילו אויב יא? זיי מודיע אז די טוסט עס...) - "ביטע נעם ארויס די ניקס פון אייוועלט וואס דו דערמאנסט, ס'קען זייער ווייטיהן פאר די יעניגע".

אבער די אשכול viewtopic.php?p=314 וואס האקט און רייסט אפיציעל אראפ רבנים און עסקנים, מיט זייערע נעמען, דאס איז מותר..... איך מיין אז - ווי איינער האט דארט דערמאנט - אז זיי זאלן עפענען א ניק דא, אדער אויף עני פארום, און מער וועט מען נישט מעגן דערמאנען זייערע נעמען....
רעאגיר