בשורה טובה! פריוואטער פארום

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
פאדעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 8:32 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך פאדעם »

אגב איינער האט דערמאנט אויבן פארוואס ער האט קיינמאל נישט געלייקט, זאג איך אייך איך האב שוין כמה פעמים געוואלט געבן א לייק ,אבער אויף מיין איווא פאן האב איך נישט די אפשען
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך לעמיל »

איך האלט אויך אזוי. אזוי איך בין זיכער דא גענוג נייע חברה וואס זענען נאך גאנץ שעמדיג :oops: :oops: איז פארוואס מאכען א פרעשור צו שרייבען הודעות :?: :?:
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

אךשמח האט געשריבן:
פארשטייט זיך אז די מנהלים וועלן האבן א שווערע ארבעט און אויספילטערן די וואס שרייבן אבי געשריבן כדי אנצוקומען צו די נויטיגע צאל תגובות.


לגבי די נושא פין 4 תגובות אין צוויי וואכען אז נישט ווערט מען אויסגעשפארט,
דאס איז נישט גוט, ווייל ס'וועט זיך אנהייבען א טענה'ריי וואס הייסט יא א נארמאלע תגובה אין וואס נישט, אין צים סוף ועט עס ברענגען צי עגמת נפש אין מחלוקת,

למעשה איז נארמאל אז איינער איז א שטיק צייט אין די גוסטע פין שרייבען, אין אמאל נישט, אמאל גייט ער דורעך א ביזי צייט אין ער האט נישט קיין צייט דערצי, דאס זאגען אז מען מיז שרייבען אזא נאמבער תגובות לפי עניית דעתי נעמט עס אוועק פין די ארגינעלקייט פין די תגובות, מען קען צווינגען צי שרייבען אבער מען קען נישט צווינגען צי זיין ארגינעל, ממילא וואלט איך פארגעשלאגען אז ס'זאל נישט זיין אזא זאך, איינמאל מען איז אנגענומען איז מען דארט, אין למעשה איז גוט אז ס'זאל זיין מער ניק'ס דארט ווייל ווי מער מענטשען ליינען א נושא אלץ מער אנטוויקעלט זיך א שמועס, אין אלץ מער קומט מען אן צי זעהן די זאך פין פארשידענע קוק ווינקלען,

ממילא דרוק איך אויס חוות דעתי אז אזא תגובות קוואטע איז קאנטער פראדאקטיוו, לויט מיין מיינונג איז די חסרונות גרעסער ווי די מעלה,
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך ידען »

מע דארף טאקע איינרייסן. סארא חוצפה צו פארלאנגען אזא שווערע זאך ווי 4 תגובות אין 2 וואכן...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

ידען האט געשריבן:מע דארף טאקע איינרייסן. סארא חוצפה צו פארלאנגען אזא שווערע זאך ווי 4 תגובות אין 2 וואכן...

ס'נישט קיין חוצפה, ס'פארשטענדליך וואס מען וויל אנקומען דערמיט, כ'מיין אבער אז ס'בעסער צי טרעפען א צווייטע וועג, פאר די סיבות וואס איך האב אויסגערעכענט,
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך שרייבער »

איך בין געווען א מעמבער אין אייוועלט ביי די פריוואטע פורום, מיינט איר איך האב צופיל געשריבן? לאמיר זאגן ס'איז געווען 30 אשכולות, אפשר אין 6 האב איך געשריבן, די איבריגע איז געווען נושאים וואס איך האב ניטאמאל געהאט וואס אריינצורעדן, נו שטעלט אייך פאר ס'איז דא א תקנה מען דארף שרייבן, וואלט איך געשריבן, און דער צווייטער מער באהאוונטע אין יענעם ענין וואלט געענטפערט, דו רעדסט שטותים, און א דריטער וואלט געזאגט אנדערש, און דער פערטער וואס קומט אריין אין אשכול זעט אז אנשטאט מען זאל רעדן פון די נושא וואס דער קעפל פיגורירט, טענה'ט מען זיך צו דער כותב התגובה ווייסט וואס ער רעדט צו נישט, נו וויפיל אפעטיט בלייבט נאך נאכדעם איבער?
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך ראשעקאל »

ס׳צרות.. איך דארף מיך ערענסט נעמען ארבעטען אנצוקוימען צ די 75 הודעות. וועט איר פרעגן אז איר זעט אין די זייט אז איך האב שוין געשריבן אפילו מער פון 200 הודעות איז אבער די תירוץ אז עס איז דא נאך א ווארט אין די תנאי - ״זאכליך״. און מיט זאכליכע תגובות האלט איך נאך ווייייייייייט פון 75
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך דעינעש »

ראשעקאל האט געשריבן:ס׳צרות.. איך דארף מיך ערענסט נעמען ארבעטען אנצוקוימען צ די 75 הודעות. וועט איר פרעגן אז איר זעט אין די זייט אז איך האב שוין געשריבן אפילו מער פון 200 הודעות איז אבער די תירוץ אז עס איז דא נאך א ווארט אין די תנאי - ״זאכליך״. און מיט זאכליכע תגובות האלט איך נאך ווייייייייייט פון 75

העט מען מיר פרעגן, וואלט עס געפעסט, אמער מיר דארפן אויך א ראשעקאל, (איי 'זאכליך', אבער נאך אלעם אויך ראשעקאל.)
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

עס קומט זיך א געוואלדיגער יישר כח פאר די חשוב'ע מנהלים פאר'ן אזוי שווער ארבעטן לטובת דעם ציבור. אזא פארום פעלט באמת אויס, און פון די ווערטער פונעם חשוב'ן מנהל באריסטא שליט"א זעט אויס אז די לייצעס ליגן אין די ריכטיגע הענט אז אזא האקעלע זאך זאל זיך קענען אויסארבעטן לפאר ולתפארת.
עקסטער דארף איך ארויסברענגען א שבח אז די נייע אנטוויקלונגען שפילן זיך נישט אפ נאר הינטער די קוליסן, אן דעם וואס דער ציבור זאל קענען מיטהאלטן און זאגן א דעה, נאר די קארטן ווערן אויסגעפאקט אויפ'ן טיש אז יעדנ'ס דעה זאל קענען גענומען ווערן אין באטראכט. דאס ווייזט אויף א געוואלדיגער שעצונג וואס די הנהלה האט צו אונז פשוט'ע חברים, און דאס דארף עקסטער באגריסט ווערן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך א איד »

איך פארשטיי דעם פוינט, און איך האלט אז די מנהלים זענען הונדער פראצענט גערעכט.

איך בין געווען א מעמבער אין א פארמאכטן פורום, וואס האט פארלאנגט צו שרייבן א מספר תגובות אין א סכום טעג/וואכן.
אין איינמאל נאך א יו"ט, והנה מצורע מוסגר - אויסגעשפארט.
האב איך געשיקט א מעסעדזש צום מנהל דארטן, אז איך האף אז דו פארשטייסט, אז געווענליך שרייב איך, נאר איצט יו"ט איז א ביזי סיזען געווען, און ער האט מיר צוריק געפענט.
און איך בין מער נישט געווארן אויסגעשפארט, אפילו עס איז אריבער א לענגערע צייט אין איך האב נישט געשריבן, ווייל די מנהלים פארשטייען דאס, און האפנטליך דא וועלן זיי עס אויף פארשטיין.


נ. ב. איך בין נייגעריד צו הערן פון די חברים דא וואס דער עולם האלט אויף מיינע תגובות אדערווייל, אויס מ'קען עס אנרופן זאכליך אדער נישט?
שעמטס ענק נישט צו זאגן אין פנים, איך האב ליב צו הערן.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

זאכליך בתפארתו, פרעג נאר אן ביי די מנהלים אויב די הסכמה איז בינדענד.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
קאנטאקט:

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך באריסטא »

א דאנק פאר דער שטארק-פאזיטיווער רעאקציע צו דער נייער אינציאטיווע. איך וויל דא אדרעסירן פארשידענע קאמענטארן פון דעם ציבור.

די הויפט טענה וואס מיר האבן געהערט איז אויף דעם וואס מיר פארלאנגען אז מ'זאל האבן געשריבן 75 הודעות אין די אפענע פארומס איידער מ'ווערט אנגענומען אין דעם פארמאכטן, און דאס וואס עס ווערט פארלאנגט אז מ'זאל אין דעם פארמאכטן פארום שרייבן א מינימום פון 4 הודעות אין יעדן צייט-אפשניט פון צוויי וואכן.

וויבאלד א הויפט יסוד פון "קאווע שטיבל" איז ערמעגליכן צו שרייבן אנאנים, אן דעם וואס מ'זאל פרובירן צו גרונטעווען די אמת'ע אידענטיטעט פון מיטגלידער, איז נאר דא איין וועג וויאזוי מיר קען מחליט זיין אויב א מיטגליד איז גענוג ארנטליך און קאמפעטענט אנגענומען צו ווערן אין דעם פארמאכטן פארום – און דאס איז נאכקוקן א סכום ניכר פון זיינע הודעות. געוויסע חברי ההנהלה האבן געהאלטן אז מ'זאל אוועקשטעלן דעם גדר ביי 150 הודעות, וואס ערשט דאן קענען מיר זיין זיכער אז מיר האבן א שטיקל באגריף אויף דעם מהות פון א מיטגליד. מיר האבן אבער מחליט געווען מקיל צו זיין, און ערלויבן אנגענומען צו ווערן נאך 75 הודעות, וויבאלד מיר האלטן אז נאך אזא סכום זאכליכע הודעות קענען מיר שוין באשטימען צי מ'פאסט אריין אין דעם פארמאכטן פארום.

געוויסע האבן גע'טענה'ט אז זיי זענען נישט בטבע קיין גרויסע שרייבער, אבער גרויסע לייענער זענען זיי יא. זיי זאגן "למה נגרע?" זיי ווילן אויך קענען נהנה זיין בעצה ותושיה מיט אלעם וואס "קאווע שטיבל" שטעלט פאר.

מיר האבן זייער נישט ליב דעם ווארט "קאנטראל" – און "קאווע שטיבל" איז דייקא אויסגעשטעלט אז מ'זאל נישט קאנטראלירן די מיטגלידער. אבער מיר האבן שוין געשריבן אז מיר עפענען נישט דעם פארמאכטן פארום פאר אונזער הנאה, נאר אלץ א סערוויס פאר'ן ציבור, צוליב דעם גרויסן פארלאנג פון דעם ציבור. און כדי צוצושטעלן אזא זאך, און כדי עס זאל זיין אן אפגעהיטענעם מקום וואו אן ערליכער איד קען זיך דרייען, מוזן מיר האבן א קאנטראל איבער וואספארא סארט מענטשן עס דרייען זיך דארטן; אונזער פאראנטווארטליכקייט לאזט אונז נישט אריינלאזן כל מאן דבעי.

דער איינציגסטער וועג וויאזוי מיר זאלן קענען באקענען די מיטגלידער איז נאר דורך זייער שרייבן. און דעריבער, כאטש די טענה פון "למה נגרע" איז א גוטע, קענען מיר צום באדויערן זיך נישט אוועקרירן פון דעם פרינציפ, חוץ אויב מ'וועט אויפקומען מיט אן אנדערן מהלך וויאזוי מיר זאלן נישט דארפן אוועקקוקן פון אונזער פאראנטווארטליכקייט.

בנוגע דעם חיוב פון שרייבן א מינימום פון פיר הודעות אין יעדער צייט-אפשניט פון צוויי וואכן. דער צוועק פון דעם פארמאכטן פארום איז, ווי מיר האבן שוין געשריבן, ארויסצוהעלפן היימישע אידן זיך דורכשמועסן אויף אן ערליכן אופן און זיך העלפן איינער דעם צווייטן. אזא זאך קען נאר מצליח זיין אויב עס איז דא יעדנ'ס קאאפעראציע. מיר קענען נישט ערלויבן אז מ'זאל נוצן דעם פארמאכטן פארום צו פארוויילן און הנאה האבן אן דעם וואס מ'זאל צוגעבן דערצו.

און דא קומט אריין נאך א נקודה, און דאס איז אונזער פאראנטווארטליכקייט. מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז מיטגלידער זאלן זיך באטייליגן נאר אין זעלטענע פעלער, און דאן ערווארטן צו געפינען א פארום וואס איז צוגעשטעלט צו זייער געשמאק. מיר האבן גענומען אויף זיך א גרויסן אחריות צוצושטעלן אזא פארום, און מיר ערווארטן אלע מיטגלידער כסדר זיך צו באטייליגן, שרייבן, און מעורר זיין אויב עפעס טויג נישט. די פאראנטווארטליכקייט פאר דער הצלחה פון דעם פארום דארף זיין א שותפות צווישן דער הנהלה און די מיטגלידער.

אנדערע האבן גע'טענה'ט אז דאס וועט ברענגען אז מ'זאל שרייבן נארישע הודעות וועלכע וועלן אוועקנעמען פון דעם קוואליטעט פון דעם פארום. מיר האלטן אז דער פרינציפ איז זייער וויכטיג פאר דער הצלחה פון דעם פארום, און מיר האלטן אז רוב חברים וועלן פארשטיין אז מ'ערווארט "זאכליכע" הודעות.

געוויסע זענען באזארגט אז אויב וועט זיך אמאל מאכן א תקופה ווען זיי וועלן נישט קענען שרייבן, וועלן זיי אויסגעשפארט ווערן. מיר זעען נישט דער פראבלעם. אמת, מ'וועט אויסגעשפארט ווערן אין אזא פאל, אבער ווען מ'וועט צוריקקומען, קען מען אונז אייביג שיקן א מעסעדזש, און געווענליך וועט נישט דארפן זיין קיין פראבלעם צוריק אריינצולאזן.

וועגן פארזיכערן אז אלע מיטגלידער זענען פארהייראט – מיר האבן פארשידענע קלערונגען וויאזוי דאס צו אינפארסירן, און אדרבה, מיר ווילן הערן נאך הצעות פונעם ציבור.

וועגן ארויפשטעלן אנאנימע הודעות – מ'וועט קענען אריינשיקן די הודעה צו א מנהל אז ער זאל ארויפשטעלן אן אנאנימע הודעה. מיר קלערן אויך פון צושטעלן א ניק וואס יעדער וועט קענען נוצן אויף ארויפשטעלן אנאנימע הודעות. אבער כדי מ'זאל נישט אביוזן דעם סיסטעם, וועט מען דארפן מעלדן פאר א מנהל אין אישית וואס מ'גייט ארויפשטעלן דורך דעם אנאנימען ניק. אויב ווילט איר אין דעם פארמאכטן פארום נוצן אן אנדערן ניק ווי דאס וואס איר נוצט אין די אפענע וועלן מיר דאס ערלויבן.

מיר זענען ווייטער גרייט צו הערן שאלות, קריטיק און הצעות, סיי דא, און סיי אין אישית צו די מנהלים.
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך ברוין »

נאר קריטיק און הצעות זענט איר גרייט? סתם א דאנק איז עפעס אוועק צו מאכן?
די בייפאל איז געוואלדיג. און נאך מער, די אויפוואכונג צו שרייבן זאכליכע תגובות איז געשטיגען פילפאכיג. אפילו אויב ארבעט זיך עס נישט אויס האט עס שוין אויפגעטון
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 308 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך אבי גערעדט »

ווען בערך איז ערווארטעט די עפענונג פונעם פארום, די שפאנונג איז אויפן העכסטן שטאפל
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך ברוין »

נאר א קליינעקייט
וויאזוי גייט מען מסביר זיין פאר איינעם אז זיינע תגובות זענען נישט 'זאכליך' און מ'קען אים נישט אריין נעמען? זאכליך איז ביי יעדעם אנדערש. נישט אזוי?
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

באריסטא האט געשריבן:א דאנק פאר דער שטארק-פאזיטיווער רעאקציע צו דעם נייעם אינציאטיוו. איך וויל דא אדרעסירן פארשידענע קאמענטארן פון דעם ציבור.



אפשר איז א עצה אז די זאכען זאלען באשטימט ווערען דורעך וואלען,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פראפעסאר שפירא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך אברעמעל »

איך נעם נישט עכט קיין מיינונג אין די נושא, נאר אינטערסאנט אנצומערקן אויף די תגובה פון אונזער חשוב'ע באריסטא,
געזאגט און געזאגט און גארנישט געזאגט...
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך אךשמח »

מען דארף אין באטראכט נעמען אז די גאנצע איידיע פונעם פריוואטער פורום איז נישט דערמאנט געווארן אינעם קאווע שטיבל (עטליעסט איך, האב עס נישט באמערקט) ממילא מוז זיין אז אין אישי טוט זיך מער דערוועגן, און קען זיין אז דארט איז מען מער איינשטימיג מיטן מנהל.

איך האב שוין, ווי געשריבן, געזאגט מיין מיינונג אז ס'איז פון גרויס וויכטיגקייט יא צו שרייבן און די תקנה איז א גוטע.

דער מנהל האט גראדע יא קלאר געמאכט געוויסע פונקטן אין זיין פריערדיגע תגובה.

בכלל, מיינט נישט אז עס וועט בלייבן אזוי, און דער פיינעל החלטה איז בכלל נאכנישט געמאלדן געווארן.

כך נראה לעשירות דעתי. מ'קען אבער מחולק זיין.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

אךשמח האט געשריבן:מען דארף אין באטראכט נעמען אז די גאנצע איידיע פונעם פריוואטער פורום איז נישט דערמאנט געווארן אינעם קאווע שטיבל (עטליעסט איך, האב עס נישט באמערקט) ממילא מוז זיין אז אין אישי טוט זיך מער דערוועגן, און קען זיין אז דארט איז מען מער איינשטימיג מיטן מנהל.



נו זייער פיין, אין דורעך וואלען וועט מען וויסען דעם אמת,
גלעזעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך גלעזעלע »

שמואל הלוי האט געשריבן:א הארציגן דאנק פאר די מנהלים פאר אלעס וואס זיי טוען און גיבן זיך איבער לטובת הכלל, ועכשיו ביותר מיטן צושטעלן די פרייוואטע פארום וואס האט שוין לאנג אויסגעפעלט, און איך האב שוין עטליכע מאל געוואלט עפענען א אשכול מיט אזא פארלאנג, אבער איך האב נישט געהאט די קוראזש דערצו.

די ערשטע פון אלעם דארף מען שטיין על המשמר אז בחורים זאלן אהין זיך נישט אריינבאקומען, איך האב פאר דעם עטליכע עצות, וואס ווי פארשטענדליך קען איך עס אבער נישט שרייבן דא אין פאבליק.



אויב וואלט מען געוואלט אויסשלוסען נאר די קינדער און אריינלאזען פונעם בר מצווה, וואלט מען געקענט צולייגען א פונקציע ביטע קלאפט אריין די לעצטע פיר אותיות פון אייער מקווה קארטעל. אבער צו אויסשפילען די בחורים, נישט אזוי פשוט.



מען דערציילט איינע פין די רעבעצינס פלעגט טיילען שריים קוגעל בלויז פאר פארהיירעטע. איז אויב האט זיך אנגעריקט א אינגעמאנטשיק אן קיינע שתי שערות, האט זי פארלאנגט ער זאל מוחל זיין זאגן דעם מה יקר חסדך פין עטיפת טלית, בעל פה. קענען מיר אויך איינפירען אן עלגאריטים וואס זאל אויסשפייען פראגעס וואס מען ברויך ענטפערן און דרייסיג סעקונדען, ענינים וואס איז ווילד פרעמד פאר בחורים און חתונע געהאטע קענען דאס גרינג צוטרעפען. א גוטן ביישפיל וואלט ליידער געווען דעם אדרעס פונעם פוד סטעמפ אפוס. אויב האט איר נאך דוגמאות דאן העלפט בויען דעם דעטעבעיס. פארשטייט זיך נאר איידעלע פראגעס, ביטע געדענקט איהר רעדט מיינסטענס צו בחורים.



א גלייכערען עצה. מען זאל שטלען צוויי קנעפעלעך "איך בין פארהייראט" אדער "איך וויל פארלאזן דעם פארום". מען זעהט קלאר אז עס איז געווען ווירקזאם ביי "איך בין 18".
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך שמואל הלוי »

גלעזעלע האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:מען דערציילט איינע פין די רעבעצינס פלעגט טיילען שריים קוגעל בלויז פאר פארהיירעטע. איז אויב האט זיך אנגעריקט א אינגעמאנטשיק אן קיינע שתי שערות, האט זי פארלאנגט ער זאל מוחל זיין זאגן דעם מה יקר חסדך פין עטיפת טלית, בעל פה.

די מה יקר רעבעצין איז געווען אשת הקדושת יו"ט זצ"ל.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך פעדער »

און וואס איז מיט אזעלכע וואס וואוינען אין פרעמדע מדינות וואו ס'נישט פארהאנדען קיין פוד סטעמפס מעשיות? למה ניגרע? :)
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

שליחה דורך אברעמעל »

אדער אזעלכע וואס זענען פארהייראט און האבן נישט קיין פוד סטעמפס.
פארשפארט