בלאט 2 פון 6

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 7:52 am
דורך פינטאו
איך בין אינגאנצן דערפאר. איך וועל מיך אי"ה אנשטרענגען אנצוקומען צו די פארלאנגטע צאל הודעות כדי צו באקומען צוטריט צום נייעם פארום.

איך וועל אייך פארציילן א שטיקל סוד. אויף אייוועלט האט מען שוין אויך אמאל פרובירט אזוינס. ליידער האט עס נישט צו לאנג אנגעהאלטן. דער עיקר באשטאנדטייל צו האבן הצלחה אין אזא פראיעקט, איז גאר פעסטע תקנות און יסודות, וואס מען מעג יא און וואס מען טאר נישט שרייבן, כדי דאס פלאץ זאל בלייבן איידל און תורה'דיג.

תחזקנה ידכם. האפענטליך וועט עס זיין א סוקסעס.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:10 am
דורך שרייבער
לאקינג פארווערד (צו פינישן 75 תגובות)

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:23 am
דורך ידען
פיינע נייעס.

וואס מיינט זאכליכע תגובות?

ווי קען איך אפציילן אויב סע שוין גענוג זאכליך?

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:26 am
דורך פראפעסאר שפירא
פינטאו האט געשריבן:
איך וועל אייך פארציילן א שטיקל סוד. אויף אייוועלט האט מען שוין אויך אמאל פרובירט אזוינס. ליידער האט עס נישט צו לאנג אנגעהאלטן. דער עיקר באשטאנדטייל צו האבן הצלחה אין אזא פראיעקט, איז גאר פעסטע תקנות און יסודות, וואס מען מעג יא און וואס מען טאר נישט שרייבן, כדי דאס פלאץ זאל בלייבן איידל און תורה'דיג.


די סיבה פארוואס ס'האט נישט אנגעהאלטען אויף אייוועלט האט לכאורה נישט ציטוהן מיט קיין תקנות, ס'האט ציטוהן מיט א ענדליכע סיבה פאר זיי מעקען אזוי סאך אויף זייער פורום, וד"ל,(וועגען פאליטיקעל פרעשור)

תקנות דארף זיין נארמאל טאמער ס'צי שטרענג דארף מען נישט ס'גאנצע פורום, ס'סתם פארפאטשקעט צייט, טאמער וועט מען דארפען טראכטען זעקס מאל פאר מען שרייבט עפעס מיינט עס אז מען קען זיך נישט ארויסברענגען די גאדאנקען אין אוטומאטיש וועט עס נישט ארבעטען, ס'וועט פארגיין די אפעטיט פין שרייבען,
ס'דארף זיין קלארע גדרים וועגען וועלכע ווערטער צי ניצען כדי אויסצימיידען ניבול פה אין קללות, אין אזוי אויך לשון הרע אויף א פריוואטע יחיד וואס איז נישט נוגע דעם ציבור, אויסצישליסען אישי ציבור אין אדמורים ורבנים אין אזאלכע ענינים וואס האט ציטוהן מיטען ציבור האט מען דאך א רעכט צי וויסען,

אבער מער תקנות וועט לדעתי זיין קאנטער פראדאקטיוו,

אין בכלל דארף מען וויסען אז דער פריוואטער פורום קען שאטען פאר די אפענער פורום, אין ס'דארף אויך זיין קלאר וואס באלאנגט דא אין וואס דארט, ווייל לכאורה רוב פין די עכטע זאכען וואס ברענגט ליינער וועט אריין אינעם פריוואטען פורום אין ס'זייער מעגליך אז דער דרויסענדיגער פורום וועט בלייבען ווי א אויסגעקלאפטע הושענה, אין דאס דארף אויך גענומען ווערען אין באטראכט,

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:09 am
דורך שרייבער
איך פארשטיי נישט די אלע וד"ל'ס, אבער לפי ידיעתי האט עס אין אייוועלט געסטאפט וועגן איינער פון די גאר גרויסע שרייבערס האבן באקומען היט מצד זיין קהלה

א חלק פון די הצלחה איז ווי ווייניג מען ווייסט ווער ס'שרייבט (חוץ אויב דער שרייבער איז אומאפהענגיק אין א קהלה)

ווען מען פרעגט מיר פאראויס וואלט איך נישט געראטן עס אזוי מפרסם צו זיין בין כותלי הפארום ווייל ס'וועט ברענגו אומגעוואונטשענע עלעמענטן, נאר ענדערש פריוואט פאר אלע שרייבער, אבער הנעשה אין להשיב, דארף מען עכ"פ פרובירן ס'זאל זיין אויף די רעלסן

די חלק פון מוזן שרייבן האט א מעלה אז ס'וועט לעבן, אבער ס'האט א חסרון, ווייל נישט אלץ איז דא וואס צו שרייבן, און דאס וועט נאר ברענגן אז מען זאל שרייבן מער שטותים און אומדורגעטראכט, און צומאל וועט דאס גורם זיין מחיקות, וחוזר חלילה וד"ל וק"ל ודו"ק

שוין ונזכה ונחי' ונראה

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:45 am
דורך פראפעסאר שפירא
שרייבער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אלע וד"ל'ס,


שרייבער האט געשריבן:און צומאל וועט דאס גורם זיין מחיקות, וחוזר חלילה וד"ל וק"ל ודו"ק



:lol:

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:53 am
דורך יידל
לפי ידיעתי האט זיך עס פארמאכט אין אייוועלט ווייל ס'איז ארויסגערונען צו אלע אייוועלט באניצערס און ס'האט געזאלט זיין א גרויסער סוד וואס גייט נאר אריבער מפה לאוזן ביחידות. דאס אז מ'דארף שרייבן לכה"פ 75 זאכליכע תגובות איז לכאורה ארויסצוהאלטן די אומגעוויטשענע עלעמענטן און די זעלבע איז מיט די חלק פון שרייבן תגובות אין די פארמאכטע פארום. ווי איך פארשטיי וועט אן אומגעוואונטשענער עלעמענט נישט קענען צושטעלן 4 נארמאלע תגובות פער צוויי וואכן און ער וועט אויטאמאטיש ארויספאלן.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:54 am
דורך שרייבער
יודעלע, לאו דוקא, דו ווייסט נישט ווער ס'איז אלץ אין כלל פון אומגעוואונטשן, והמבין יבין

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:55 am
דורך שרייבער
איך וויל צולייגן נאך א נקודה בנוגע נישט ארייננעמען נאר איינעם מיט 75 הודעות

צומאל קענען זיך שרייבערס צווישן זיך, און איינער וויל אויפברענגן א האקעלע נושא וואס ער איז נישט באקוועם אז יענער זאל וויסן אז ער האט געשריבן, גייט ער און עפנט א נייע ניק, נו אויב קען ער אבער נישט שרייבן ביז 75 תגובות וועט אים פארגיין דער אפעטיט

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:06 pm
דורך שמואל הלוי
שרייבער האט געשריבן:איך וויל צולייגן נאך א נקודה בנוגע נישט ארייננעמען נאר איינעם מיט 75 הודעות

צומאל קענען זיך שרייבערס צווישן זיך, און איינער וויל אויפברענגן א האקעלע נושא וואס ער איז נישט באקוועם אז יענער זאל וויסן אז ער האט געשריבן, גייט ער און עפנט א נייע ניק, נו אויב קען ער אבער נישט שרייבן ביז 75 תגובות וועט אים פארגיין דער אפעטיט

איך האב א שטיקל לעזונג דערצו, מ'וועט מאכן דארט א פאבליק ניק וואס יעדער דארט וועט האבן די פעסווארד דערפון, און אויב וויל מען נישט מ'זאל וויסן ווער ס'איז דער שרייבער קען מען זיך באנוצן מיט יענע ניק.

אדער א בעסערע עצה, מ'קען שיקן אין אישית די אנענימע תגובה צו איינע פון די מנהלים און זיי וועלן עס פאוסטן.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:07 pm
דורך אברעמעל
פאר די פראבלעם קען מען זאגן פאר די מנהל וואסדי אנדערע ניק איז.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:08 pm
דורך שמואל הלוי
אברעמעל האט געשריבן:פאר די פראבלעם קען מען זאגן פאר די מנהל וואסדי אנדערע ניק איז.

אנדערע וועלן אבער נישט וויסן און מ'וועט האבן טענות פארוואס יענער מעג שרייבן אונטער 75 תגובות וד"ל.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:23 pm
דורך אברעמעל
מ'וועט פארשטיין אז דאס איז די סיבה, מ'רעדט נישט פון אזעלכע נארנים..

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:16 pm
דורך אךשמח
זייער א גוטער געדאנק.

זכרנו ימים מקדם, ווען אזא פורום האט עקזיסטירט און עס איז געווען צוגעמאכט פארן ברייטן ציבור, און האט אנגעהאלטן מיט א שטארקע סוקסעס פאר גאר א לאנגער זמן, אבער איז ליידער פארלוירן געווארן ווען מען האט זיך געשלעפט צו אייוועלט.

איך בין דארט געווען גאר שטארק אקטיוו, און אפשר אביסל מער ווי אקטיוו, ממילא וויל איך דא אראפגעבן וואס איך קלער דערוועגן.

ערשטנס, וועט דער פורום דא בכלל נישט ווייניגער ווערן. עס איז אן אנדער זאך בכלל. און בפרט ווען די מנהלים דא וועלן מקפיד זיין אז מ'מוז דא אויך שרייבן.

דאס איז א דבר פשוט אז אויב שרייבט מען נישט דארט פאר א זמן וואס די מנהלים וועלן אפמאכן, דארף מען ווערן אויסגעשלאסן אן קיין ווארענונג.

פארשטייט זיך אז די מנהלים וועלן האבן א שווערע ארבעט און אויספילטערן די וואס שרייבן אבי געשריבן כדי אנצוקומען צו די נויטיגע צאל תגובות.

אגב, איך וואלט אפילו געהאלטן אז אויך קאווע שטיבל זאל זיין א פורום סגור, על דרך בחצרות החסידים און אנדערע, וואס מ'מוז שרייבן כדי אנצוהאלטן מעמבערשיפ. זיכער איז נישט דא גענוג אידיש שרייבער ווי אין עברית, אבער ס'וואלט געקענט האבן גענוג הצלחה.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
דורך דבילה
גאר חשוב! זכורני ימות קדם בחדרי חרדים משפחה אידיש און ס'איז געווען זייער אנגענעם.

בנוגע דעם פראבלעם פון פלייסיגערע שרייבערס וואס האבן נאך א ניק וואס זיי נוצן ווי א באהאלטענעם גבאי, וואלט איך מציע געווען אז יעדער ניק וואס האט די מאס תגובות זאל קענען מיטנעמען נאך איין ניק אן די מאס. דאס וועט ערלויבן פאר די בעסערע ניקס צו שרייבן צומאל אנאנים... אבער נישט מיין אחריות אז דער ניק זאל בלייבן אנאנים צו לאנג.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
דורך אךשמח
randy_couture האט געשריבן:I have a business to run and I only read at night in my bad from my iPhone. So it's not easy to type Hebrew on the iPhone. Back in ivelt I was all the way for English but somehow in the middle of the discussion there I changed my mine without letting them know.

But I decided to try and write in Yiddish only because it's easier to read for must guys. Plus when u use Yiddisha words in English letters it's a mess. Like rabiny. Vd"l. Etc.

Anyhow I don't think ur right on that that's my opinion.

אוודאי איז נישט גרינג צו שרייבן אויף א קליינעם סעלפאון, אבער איך האב עקספיריענס אין שרייבן סיי אויפן אייפאון און סיי אויפן ענדרויד (ענדרויד איז גרינגער צוליב די פילע קיבאורדס וואס מ'קען דארט באקומען) און אוודאי קען מען אנקומען צו די נישטיגע 75 תגובות וואס ווערן פארלאנגט. איך האב שוין געשריבן אן א צאל אויפן קליינטשיגן סעלפאון.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:29 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין אביסל צומישט. איך האלט אסאך זאכן זענען די מנהלים גערעכט, אבער נישט אינגאנצן (כאטש די באסס איז אלווועיס רייט!)

ערשטנס - רוב פון מיינע תגובות זענען זאכליך (לפענ"ד) און גאנץ לאנג, דהיינו אזוי ווי א צווייטנס 5 תגובות. אפשר זאל מען קוקן וויפיל קערעקטערס מען האט געטייפט ווי איידער מספר התגובות? איז דא א סיסטעם צו קוקן "קוואליטי איבער קוואנטיטי"? אפשר קוקן וויפיל "לייקס" מען האט שוין באקומען?

צווייטנס - האט מען שוין אויבן דערמאנט, אויב דארף מען האבן דא 75 תגובות, און אין דעם נייעם פארום 8 ענטפערס א חודש, וועט מען זיך קיצלען צו לאכן און זיך צווינגען צו שרייבן אומ-זאכליכע הודעות.

און דריטנס - וואספארא סארט תקנות גייט זיין? שטרענגער ווי קאווע שטיבל? אין מיסטקאסטן, צב"ש, זעה איך גאנץ מיאוס'ע ווערטער וואס וואלט זיך געפאסט צו פארמעקן. וועט אזעלכע ווערטער זיין ערלויבט?

בקיצור, מען מוז זיך צושטעלן וואס דער רבי הייסט. מיין קינדערישער מלמד האט געהייסן האט געהייסן שרייבן 100 מאל "איך וועל שוין פאלגן", מיין יעצטיגער רבי זאגט "שרייבן 75 זאכליכע תגובות". נישטא קיין עצה נאר פאלגן!!

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:44 pm
דורך אורח
שרייבער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אלע וד"ל'ס, אבער לפי ידיעתי האט עס אין אייוועלט געסטאפט וועגן איינער פון די גאר גרויסע שרייבערס האבן באקומען היט מצד זיין קהלה


אלץ א געוועזענע מיטגלידער פון יענע פארום טוה איך דאס באשטעטיגען

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:02 pm
דורך אךשמח
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט. איך האלט אסאך זאכן זענען די מנהלים גערעכט, אבער נישט אינגאנצן (כאטש די באסס איז אלווועיס רייט!)

ערשטנס - רוב פון מיינע תגובות זענען זאכליך (לפענ"ד) און גאנץ לאנג, דהיינו אזוי ווי א צווייטנס 5 תגובות. אפשר זאל מען קוקן וויפיל קערעקטערס מען האט געטייפט ווי איידער מספר התגובות? איז דא א סיסטעם צו קוקן "קוואליטי איבער קוואנטיטי"? אפשר קוקן וויפיל "לייקס" מען האט שוין באקומען?

צווייטנס - האט מען שוין אויבן דערמאנט, אויב דארף מען האבן דא 75 תגובות, און אין דעם נייעם פארום 8 ענטפערס א חודש, וועט מען זיך קיצלען צו לאכן און זיך צווינגען צו שרייבן אומ-זאכליכע הודעות.

און דריטנס - וואספארא סארט תקנות גייט זיין? שטרענגער ווי קאווע שטיבל? אין מיסטקאסטן, צב"ש, זעה איך גאנץ מיאוס'ע ווערטער וואס וואלט זיך געפאסט צו פארמעקן. וועט אזעלכע ווערטער זיין ערלויבט?

בקיצור, מען מוז זיך צושטעלן וואס דער רבי הייסט. מיין קינדערישער מלמד האט געהייסן האט געהייסן שרייבן 100 מאל "איך וועל שוין פאלגן", מיין יעצטיגער רבי זאגט "שרייבן 75 זאכליכע תגובות". נישטא קיין עצה נאר פאלגן!!

איך שטום איין אז מען ברויך מער קוקן 'וואס' דער שרייבער שרייבט ווי 'וויפיל' מען שרייבט.

און איך גלויב און האף אז דאס וועט זיין דער מהלך.

איך פארשטיי אבער אז מען מוז געבן א שיעור וויפיל מען זאל שרייבן און די מנהלים גלייבן אז 75 איז א גענוגנדער ציפער וואס פון דעם זאל מען ארויסלערנען דעם מהות פונעם שרייבער.

פארט זעט אויס אז מען וועט ארייננעמען סיי ווער עס האט דער מספר תגובות.

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:04 pm
דורך שמואל הלוי
אךשמח האט געשריבן:פארט זעט אויס אז מען וועט ארייננעמען סיי ווער עס האט דער מספר תגובות.

פון וואנעט נעמסטו דאס?

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:40 pm
דורך פאדעם
איך וויל זיך מיטכאפן מיט דע אידן וואס בעטן, אז מען זאל אריין לאזן און דעם פארמאכטן פורם אפילו די וואס. זענען נישט קיין שרייבערס, אזוי ווי אני הקטן,איך האב זייער הנאה פון קאווע שטיבל בכלל,עס קימט מיר אן זייער טיישווער צי שרייבן אויף מיין ענדרויד פאן,ר'אךשמח נישט פאר יעדן שרייבט זיך אזוי גרינג אויפןענדרויד,םאיך טפארשטיי אז מען דארף שרייבן אויך, נישט נאר ליינען, איך וועל בל'נ זיך פרבורן זיך מזרז זיין יא צי שרייבן, אבענאך כמאל אויב מעגלים פארמאכטס נישט די טויערען

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:44 pm
דורך פאדעם
אגב איינער האט דערמאנט אויבן פארוואס ער האט קיינמאל נישט געלייקט, זאג איך אייך איך האב שוין כמה פעמים געוואלט געבן א לייק ,אבער אויף מיין איווא פאן האב איך נישט די אפשען

Re: בשורה טובה! פריוואטער פארום

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:45 pm
דורך לעמיל
איך האלט אויך אזוי. אזוי איך בין זיכער דא גענוג נייע חברה וואס זענען נאך גאנץ שעמדיג :oops: :oops: איז פארוואס מאכען א פרעשור צו שרייבען הודעות :?: :?: