קלארט אויס די לופט

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
קאנטאקט:

קלארט אויס די לופט

שליחה דורך באריסטא »

די אשכולות און קאמענטארן וועלכע זענען דא צו אנטאגאניזירן קעגן אונזערע מעמבערס דארפן זיך תיכף אויפהערן.

בנוגע דעם אשכול פון [tag]איש צדיק תמים[/tag]:
מיר ווייסן נישט וואספארא פערזענליכע ערפארונג איש צדיק תמים האט געהאט אין זיין פריוואטן פאסט-קעסטל, אבער לא זו הדרך דאס צו גיין באשרייבן ברבים אויף אן אופן וואס לאזט א וואלקן און ספיקות. מיר האבן שטרענגע פרינציפן קעגן שיקאנירונגען, און אזעלכע פראבלעמען - ווען זיי ווערן געברענגט צו דער הנהלה - ווערן באהאנדלט בכל חומר הדין אויף ווי ווייט עס איז מעגליך.

בנוגע דעם אשכול פון [tag]דער (פינטעל) איד[/tag]:
פון די גרונד פרינציפן פון קאווע שטיבל איז אז עס זענען נישט פאראן קיין שום עליטע מיט ספעציעלע בענעפיטן און רעכטן. מיר קענען מיט שטאלץ זאגן אז דער לייק סיסטעם ארבעט מער-ווייניגער זייער גוט צו געבן די אנערקענונג פאר די וואס שרייבן אסאך, און לייגן אריין קאפ און מוח מהנה צו זיין אנדערע. אז איר - אדער סיי ווער - האט א פראבלעם, איז אן עוולה צו ווארפן סטעיטמענטס אין דער לופטן, און שאפן אנטאגאניזם און אנגעצויגנקייט.

מיר פארמאגן א פאליסי קעגן אטאקירן אונזערע חברים, און כל שכן איז דאס געזאגט געווארן אויף אזעלכע כלליות'דיגע אטאקעס.

מיט האפענונג אויף פארשטענדעניש. א דאנק.
פארשפארט