פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
- ריכטיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2558
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
- האט שוין געלייקט: 1755 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2022 מאל
עטליכע דוגמאות, און ס'איז דא נאך
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=289498&sid=b1ae8b9523d09be7b013207b8ed391ff#p289498
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=286663#p286663
און דא האב איך זוכה געווען אריינצוהייבן פון דיר בכבודך ובעצמך...

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 985 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל
מיין נאמען מושב זקנים איז מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק זייענדיג אין א מצב מיואש נאך א שווערער דורך גאנג, און מיט א עבר ובטל'דיגער געפיל האב איך אריין געגעבן דעם נאמען מושב זקנים, איך האב עס געגעבן אין ענגליש פשוט ווייל מיין יידיש קיבארד האט נישט געארבעט. היינט וואלט איך מיר א נאמען געגעבן "שחר", וואס האט א טאפלטער באדייט: שווארצקייט און פרימארגן, א אנצוהערעניש אויף יאוש מיט האפענונג אינאיינעם.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2558 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 983 מאל
Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
שוין ,זעמיר מלמד זכות אויף דיר אז דיינע מאדנע תגובות זענען געווען נאך פון די שווארצע תקופה מ׳זאל נישט געפרובט ווערן
און האפנטליך מיט די צייט וועט זיך אלס פארהוילן און מוועט זעען נאר נחת פון דיר[emoji2][emoji18][emoji39]
און האפנטליך מיט די צייט וועט זיך אלס פארהוילן און מוועט זעען נאר נחת פון דיר[emoji2][emoji18][emoji39]
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 985 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2015 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
איש עברי האט געשריבן:אז מ'דעדט שוין איך וואלט געהאלטן אז מען זאל בכלל נישט קענען מאכן קיין ניק'ס אויף ענגליש, איך ווייס נישט פארוואס אבער ס'גייט מיט עפעס אויף די נערווען די ניקס אויף ענגליש,
ווער ס'איז מסכים זאל געבן א לייק
די ביסט א ריכטיגע אידישיסט
און דאס אז מען שרייבט אויף ענגליש איז גארנישט...???
אויך דער אמת מיז זיין מיט אן אמת
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:36 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 719
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1755 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 690 מאל
Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
איך וואלט שוין לאנג געטוישט מיין ניק צו די ריכטיגע אויסלייג, פון "נעגעל" צו "נעגל", אבער ליידער קען איך נישט.
ויהי בימים ההם, ווען איך האב זיך דא איינגעשריבן האב איך כמעט נישט געשריבן קיין אידיש, ויצא העגל הזה! אבער עס טוט מיר דערמאנען ביי יעדן תגובה וואס איך שרייב, אז איך האב נאך א וועג צו גיין...
ויהי בימים ההם, ווען איך האב זיך דא איינגעשריבן האב איך כמעט נישט געשריבן קיין אידיש, ויצא העגל הזה! אבער עס טוט מיר דערמאנען ביי יעדן תגובה וואס איך שרייב, אז איך האב נאך א וועג צו גיין...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5542
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 13166 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7389 מאל
Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
איך האלט אז א מענטש דארף זיין א מבקש חכמה. אין ווי באקאנט (בשם כמה חכמים) אז ווי מער מ׳איז קונה און מען ווערט געוואָר אלס מער אנערקענט מען פחיתות עצמו און ווי ווייט מ׳האלט באמת פון שלימות החכמה. דאס איז ״מי אני״ = ״ווער בין איך [דען]״.
ועוד, אז דאס קנין דערפון מאכט טוישן (ווי נישט) דעם ״איך״/אידענטיטעט [דעם ״אני״], וואס דארף זיין באזירט אויף די סענשענס פונ׳ם מענטש, וואס דאס איז בעיקר און גייט האנט-אין-האנט מיט זיין קעפּעסיטי פאר קנין חכמה.
ובזה, אזוי ווי מיין חתימה ברענגט ארויס, רירט די ניק-נאמען אן אויפ׳ן באקאנטן ספק פון דעקארט. דאס גייט ווייטער צוזאמען מיט׳ן ציל פון קונה זיין חכמה וואס ברענגט אויך צו די שפלות און אידענטיטי טויש אנערקענונג הנ״ל.
ועוד, ״מי״ איז די ר״ת פון מיין און מיין ווייב׳ס נעמען, והיינו אז דאס איז מיין ״אני״ אלס אן איין יוניט [״לבשר אחד״, פלג גופא וכו׳].

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19793
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24945 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
- קאנטאקט:
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3750
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5896 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5741 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?
וואלווי: ניין. דו דארפסט דיך נישט שעמען. אבער פארצייל עס נישט פאר א יעדן...!
מילתא דעבידא לגלויי, מיין טאטע האט שוין סיי ווי געהאנגן א צעטל אין ביהמ"ד בעתו ובזמנו...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3750
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5896 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5741 מאל
מי אני האט געשריבן:איך האלט אז א מענטש דארף זיין א מבקש חכמה. אין ווי באקאנט (בשם כמה חכמים) אז ווי מער מ׳איז קונה און מען ווערט געוואָר אלס מער אנערקענט מען פחיתות עצמו און ווי ווייט מ׳האלט באמת פון שלימות החכמה. דאס איז ״מי אני״ = ״ווער בין איך [דען]״.
אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5542
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 13166 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7389 מאל
פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?
וואלווי: ניין. דו דארפסט דיך נישט שעמען. אבער פארצייל עס נישט פאר א יעדן...!
מילתא דעבידא לגלויי, מיין טאטע האט שוין סיי ווי געהאנגן א צעטל אין ביהמ"ד בעתו ובזמנו...
וממילא דארף דער ״זאב יטרף״ נישט מורא האבן אז מ׳וועט ״יחלק שלל״ (בראשית מט כז), זיך ״מחולק״ זיין אויף דעם ענין און נישט וויסן פון זיין נאמען וואס מ׳האט אים געגעבן ביי זיין ״כמוצא שלל רב״ הנאמר אצל ברית מילה (שבת קל.)...
וואלווי האט געשריבן:אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...
ולפי האמור כאן, בענין סאליפּסיזם און די שייכות דערצו צו מיין חתימה (וממילא ניק וכנ״ל), איז דאס טאקע אזוי בלשון בתמיה [״איך בין דאך דיר אליינס״]...
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 818 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל
Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
פאליטיקאנט, פשוט ווייל איך פיל אז איך בין אזא געבוירענע ליגנער, און איך דריי מיך אלץ ארויס פון רעספאנסעביליטי .......
ווי אויך בין איך אלץ געווען פאפולער ביי פארמעסטן (מיינט נישט, איך רעד פון קעמפ).
איך וואלט געקענט באשטיין עס זאל זיך טוישן צו @מיליאנער......
ווי אויך בין איך אלץ געווען פאפולער ביי פארמעסטן (מיינט נישט, איך רעד פון קעמפ).
איך וואלט געקענט באשטיין עס זאל זיך טוישן צו @מיליאנער......
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19793
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24945 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:איך האלט אז א מענטש דארף זיין א מבקש חכמה. אין ווי באקאנט (בשם כמה חכמים) אז ווי מער מ׳איז קונה און מען ווערט געוואָר אלס מער אנערקענט מען פחיתות עצמו און ווי ווייט מ׳האלט באמת פון שלימות החכמה. דאס איז ״מי אני״ = ״ווער בין איך [דען]״.
אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...
וואלווי: און איך האב עס אנגעקוקט אלס א מידת הענווה. ווער ביניך דען?! בבחינת ..."ואנכי עפר ואפר"...!
2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19793
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24945 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
- קאנטאקט:
פאליטיקאנט האט געשריבן:פאליטיקאנט, פשוט ווייל איך פיל אז איך בין אזא געבוירענע ליגנער, און איך דריי מיך אלץ ארויס פון רעספאנסעביליטי .......
ווי אויך בין איך אלץ געווען פאפולער ביי פארמעסטן (מיינט נישט, איך רעד פון קעמפ).
איך וואלט געקענט באשטיין עס זאל זיך טוישן צו @מיליאנער......
פאליטיקאנט: אויב דו וועסט בלייבן א פאליטיקאנט וועסטו סייווי ווערן א מיליאנער. ביז מ'וועט דיך נישט כאפן...לאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5359 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6494 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!
איך האב פונקט מיטגעהאלטן די שמועס און כ'האב מיך אנגערופן צו זיי "ענק זענען ביידע גארנישעס", איך בין קוים ארויס מיט'ן לעבן...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3750
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5896 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5741 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!
איך האב פונקט מיטגעהאלטן די שמועס און כ'האב מיך אנגערופן צו זיי "ענק זענען ביידע גארנישעס", איך בין קוים ארויס מיט'ן לעבן...
האסט עס געזאגט מיט א צובראכענקייט? אדער מיט א שטאלץ געפול אס די ביסט יא עפעס?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19793
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24945 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי: ער וואלט געכאפט קלעפ (אויב די מעשה איז אמת) אפילו אז ער וואלט געזאגט אז ער איז א גרעסערער גארנישט פון זיי 2...!
אויב די מעשה וואלט אמת געווען. ווער ווייסט צו ער וואלט ארויס מיט'ן לעבן...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס א חשוב'ער איד האט מיר פארציילט. ויהי. און ס'איז אמאל געווען, פארציילט מיר מיין חבר. איך גיי מיר שפאצירן אונטן פון א בארג. און איך באמערק אויבן אויפ'ן שפיץ בארג פארט א וואגן מיט גרויסע קלעצער, צוגעבינדן מיט אן אייזערנע קייט. איך שטיי מיר אזוי געמיטליך ווען איך באמערק אז די קייט האטציך אפגעריסן און די שווערע קלעצער הייבן זיך אן אראפקוילערן פונ'ם בארג פונקט דארט וואו איך בין געשטאנען. נאך א מינוט פארן זיי ארויף אויף מיר...א מזל האביך געהאט... אז די מעשה איז נישט אמת. ווייל אנישט וואלט איך נישט ארויס א לעבעדיגער..!