איך וואלט שוין לאנג געטוישט מיין ניק צו די ריכטיגע אויסלייג, פון "נעגעל" צו "נעגל", אבער ליידער קען איך נישט. ויהי בימים ההם, ווען איך האב זיך דא איינגעשריבן האב איך כמעט נישט געשריבן קיין אידיש, ויצא העגל הזה! אבער עס טוט מיר דערמאנען ביי יעדן תגובה וואס איך שרייב, אז איך האב נאך א וועג צו גיין...
ובזה, אזוי ווי מיין חתימה ברענגט ארויס, רירט די ניק-נאמען אן אויפ׳ן באקאנטן ספק פון דעקארט. דאס גייט ווייטער צוזאמען מיט׳ן ציל פון קונה זיין חכמה וואס ברענגט אויך צו די שפלות און אידענטיטי טויש אנערקענונג הנ״ל.
ועוד, ״מי״ איז די ר״ת פון מיין און מיין ווייב׳ס נעמען, והיינו אז דאס איז מיין ״אני״ אלס אן איין יוניט [״לבשר אחד״, פלג גופא וכו׳].
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
וממילא דארף דער ״זאב יטרף״ נישט מורא האבן אז מ׳וועט ״יחלק שלל״ (בראשית מט כז), זיך ״מחולק״ זיין אויף דעם ענין און נישט וויסן פון זיין נאמען וואס מ׳האט אים געגעבן ביי זיין ״כמוצא שלל רב״ הנאמר אצל ברית מילה (שבת קל.)...
וואלווי האט געשריבן:אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...
ולפי האמורכאן, בענין סאליפּסיזם און די שייכות דערצו צו מיין חתימה (וממילא ניק וכנ״ל), איז דאס טאקע אזוי בלשון בתמיה [״איך בין דאך דיר אליינס״]...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מי אני האט געשריבן:איך האלט אז א מענטש דארף זיין א מבקש חכמה. אין ווי באקאנט (בשם כמה חכמים) אז ווי מער מ׳איז קונה און מען ווערט געוואָר אלס מער אנערקענט מען פחיתות עצמו און ווי ווייט מ׳האלט באמת פון שלימות החכמה. דאס איז ״מי אני״ = ״ווער בין איך [דען]״.
אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...
וואלווי: און איך האב עס אנגעקוקט אלס א מידת הענווה. ווער ביניך דען?! בבחינת ..."ואנכי עפר ואפר"...!
2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!
berlbalaguleh האט געשריבן:2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!
איך האב פונקט מיטגעהאלטן די שמועס און כ'האב מיך אנגערופן צו זיי "ענק זענען ביידע גארנישעס", איך בין קוים ארויס מיט'ן לעבן...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
berlbalaguleh האט געשריבן:2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!
איך האב פונקט מיטגעהאלטן די שמועס און כ'האב מיך אנגערופן צו זיי "ענק זענען ביידע גארנישעס", איך בין קוים ארויס מיט'ן לעבן...
האסט עס געזאגט מיט א צובראכענקייט? אדער מיט א שטאלץ געפול אס די ביסט יא עפעס?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -