בלאט 1 פון 21

פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2012 10:06 pm
דורך admin
מיר בעטן דעם ציבור אז מ'זאל אונז אויפמערקזאם מאכן אויף יעדן ענין וואס איז צריך תיקון. מיר האבן צוגעשטעלט פארשידענע פארומס פאר די פילע אינטערעסן פון אונזערע לייענער. מיר האבן נישט געעפנט יעדן סארט פארום וואס קען נאר געמאלט זיין, נאר צוביסלעך, אויב עס וועט זיין א פארלאנג, וועלן מיר צושטעלן נאך פארומס. אויב איינער וויל, צום ביישפיל, שרייבן איבער א נייעם מוזיק סי-די, און עס איז נישטא דערווייל קיין מוזיק פארום, איז דער פאסיגטער ארט וואו דאס צו שרייבן אין דעם פארום "אין קאווע שטיבל".

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:57 am
דורך admin
פארשטייט זיך אז עס זענען נאך פאראן א סך פרטים וועלכע וועלן פארראכטן ווערן אין לויף פון די קומענדיגע טעג און וואכן. דאס נעמט אריין די איבערזעצונג פון עברית אויף אידיש, און אנדערע טעכנישע זאכן.

Re:

נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:56 pm
דורך קאווע
אסאך לינקס דא אין די סייט ווי למשל "ציטוט" וכדו' איז געבלאקט ביי מיר דורך Jnet

Re: Re:

נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 4:03 pm
דורך יאנקל
קאווע האט געשריבן:אסאך לינקס דא אין די סייט ווי למשל "ציטוט" וכדו' איז געבלאקט ביי מיר דורך Jnet

שיק אריין צו דזשעי נעט א פארלאנג אז זיי זאלן עפענען אלע לינקס פון "קאווע שטיבל" - זיי ווייסן דאך נאך נישט אז דאס איז אן אויסגעהאלטענער ערליכער סייט. לאז זיי דאס וויסן.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:19 pm
דורך לייביש
כ'גלייב נישט ס'אינטערסאנט צו שיקן א פאוסט פאר יעדע ווארט וואס מ'קען טוישן צו אידיש, וועלכע נאך ניק קען מען שיקן אין אישי חוץ אדמין?

שכוח

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:22 pm
דורך טעמפא
לייביש האט געשריבן:כ'גלייב נישט ס'אינטערסאנט צו שיקן א פאוסט פאר יעדע ווארט וואס מ'קען טוישן צו אידיש, וועלכע נאך ניק קען מען שיקן אין אישי חוץ אדמין?

שכוח

memberlist.php?mode=leaders

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 8:35 pm
דורך שרגא
איך האב אויך דזשעי-נעט און עס מאכט מיר פראבלעמען אסאך מאל ווען איך דרוק "שלח תגובה" אדער אנדערע קנעפלעך. עס קוקט אויס ווי סתם א טעות פון זייער פראגראמינג אדער וואטעווער, ווי עס פאסירט אויך ביי אנדערע סייטס. אפשר זאל דער אדמיניסטראטאר זיי אנרופן און פארלאנגען זיי זאלן פאררעכטן.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 8:44 pm
דורך באריסטא
עס וואלט כדאי געווען אז די וואס האבן דעם פראבלעם זאלן סובמיטירן דעם URL צו דזשעי נעט אז זיי זאלן עס עפענען.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:46 pm
דורך אויבער חכם
שרגא האט געשריבן:איך האב אויך דזשעי-נעט און עס מאכט מיר פראבלעמען אסאך מאל ווען איך דרוק "שלח תגובה" אדער אנדערע קנעפלעך. עס קוקט אויס ווי סתם א טעות פון זייער פראגראמינג אדער וואטעווער, ווי עס פאסירט אויך ביי אנדערע סייטס. אפשר זאל דער אדמיניסטראטאר זיי אנרופן און פארלאנגען זיי זאלן פאררעכטן.

איך קען מיך נישט אויס צופיל וועגין JNET ווייל איך טראסט מיך בארוך ה' אז ווען איך גיי אויפן אינטרנט גיי איך נאר צי פלעצער וואס איז אויסגעהאלטין ברוחנית (חוצ פין ערב שובבי"ם אין ערב יוכ"פ... העי מדארף האבען אויף וואס תשובה צי טון :oops: )
במחילת כבוד מנהלים אין די מייסדי הפורום גייט נישט אריין פראווען דא אדער אין סיי ווואספארא קאווע שטיבל בגדר ביטול תורה, איז ביי מיר נישט קיין חידוש פארוואס JNET טיט דעם בלאקען

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:29 am
דורך באריסטא
איך האב געשיקט אן אימעיל צו דזשעי-נעט בנוגע דעם פראבלעם. פאלגנד איז זייער ענטפער:
Hi.
To date, we've had no reports or complaints regarding your site. We can only correct issues if they are reported directly to us. If you get more such complaints, please tell those people that they need to tell this to us, by filling out and submitting the form on the block page. Once we get those reports, we would be able to see what exactly is blocked, and why, and we correct it.
Thank you.

בעטן מיר אלזא די וועלכע האבן דעם פראבלעם אויסצופילן און סובמיטירן דעם פארם אויף דעם "בלאק פעידזש".

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 5:07 pm
דורך קאווע
געשיקט

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:31 pm
דורך שרגא
עס קוקט אויס ווי מען האט שוין אויפגעטאן ביי דזשעי-נעט, ווייל היינט האב איך מער נישט דעם פראבלעם פון "שלח תגובה" ווי נעכטן. א דאנק אייך.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:23 pm
דורך amechiya
זייער גוט

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 12:39 am
דורך אויבער חכם
באריסטא האט געשריבן:איך האב געשיקט אן אימעיל צו דזשעי-נעט בנוגע דעם פראבלעם. פאלגנד איז זייער ענטפער:
Hi.
To date, we've had no reports or complaints regarding your site. We can only correct issues if they are reported directly to us. If you get more such complaints, please tell those people that they need to tell this to us, by filling out and submitting the form on the block page. Once we get those reports, we would be able to see what exactly is blocked, and why, and we correct it.
Thank you.

בעטן מיר אלזא די וועלכע האבן דעם פראבלעם אויסצופילן און סובמיטירן דעם פארם אויף דעם "בלאק פעידזש".

אומגלויבלעך אז אן עסטעבלישט פורמע זאל האבן אזא פאקאקטע ענגליש (קוקט אויס אז דאס איז א פועל יוצא פין ליינען נאר היימישע אין כשרע אינטערנעץ בלעטער)

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2012 5:18 pm
דורך amechiya
קענסט מיר מסביר וואס איז ראנג מיט די ענגליש?

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:08 am
דורך פינטאו
אויבער חכם האט געשריבן:אומגלויבלעך אז אן עסטעבלישט פורמע (פירמע) זאל האבן אזא פאקאקטע (איז דאס א ווארט?) ענגליש (קוקט אויס אז דאס איז א פועל יוצא פין (פון) ליינען נאר היימישע אין (און) כשרע (כשר'ע) אינטערנעץ בלעטער)

טול קורא מבין עיניך

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:12 pm
דורך Java
מיר האבן געהעכערט די נומער הודעות פער בלאט, פון 10 צו 25.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:18 pm
דורך געפילטע פיש
Java האט געשריבן:מיר האבן געהעכערט די נומער הודעות פער בלאט, פון 10 צו 25.

Java, ס'שטערט דיר בכלל נישט אז דיין קאנקורענץ PHP איז דא דער גאנצער מחותן?

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מוצ"ש מערץ 17, 2012 10:58 pm
דורך פינטאו
Java האט געשריבן:מיר האבן געהעכערט די נומער הודעות פער בלאט, פון 10 צו 25.

און מיר באדאנקען זיך דערפאר.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 11:19 am
דורך שמואל שלום שלמה
פינטאו האט געשריבן:
Java האט געשריבן:מיר האבן געהעכערט די נומער הודעות פער בלאט, פון 10 צו 25.

און מיר באדאנקען זיך דערפאר.

לדעתי איז עס א טעות, ווייל ווי מער בלעטער אלץ א גרעסערער טראסק. די נומער וויפיל בלעטער פארמאגט שטייט דאך לעבן יעדע אשכול און ווען מען זעט א גרויסע נומער געט דאס א "בוסט". 

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 2:03 am
דורך Java
מיר האבן געהעכערט די נומער תגובות ביי וועלכע אן אשכול ווערט "הייס" (דער סימבאל ביי די זייט הייבט זיך אן ריקן) פון 20 צו 60.
אויך האבן מיר אקטיוויזירט תגובה מהירה אין אלע אשכולות.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:41 pm
דורך קארלסבורג
Java האט געשריבן:מיר האבן געהעכערט די נומער תגובות ביי וועלכע אן אשכול ווערט "הייס" (דער סימבאל ביי די זייט הייבט זיך אן ריקן) פון 20 צו 60.
אויך האבן מיר אקטיוויזירט תגובה מהירה אין אלע אשכולות.

א גרויסן דאנק.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:13 pm
דורך Java
בשורה טובה: מיר האבן שוין אקטיוויזרט דעם "לייק" קנעפל!
אויבן פון א יעדע תגובה וועט איר זען דעם "טאמבס אפ" סימבאל:

thumbsup.png
thumbsup.png (21.37 KiB) געזען געווארן 14877 מאל


אונטען פון דעם הודעה וועט שטיין וויפיל לייקס די תגובה האט באקומען:

thumbsup1.png
thumbsup1.png (11.95 KiB) געזען געווארן 14877 מאל


אי"ה נאך דעטאלן איבער דעם לייק קנעפל וועלן נאכפאלגן. עס זענען דא געציילטע טעכנישע דעטאלן וועלכע דארפן נאך ווערן אויסגעארבייט, און מיר בעטן דעם עולם זיך אנצוגארטלן מיט געדולד. מיר זען אייביג גרייט צו הערן אייערע הערות ותגובת!