איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
אן אומוויסענדע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך אן אומוויסענדע »

קרני צבי האט געשריבן:דא אין קאווע שטיבל, שרייבן מענטשן זאכן וואס זענען נאנט צו אפיקורסות. ואין פוצה פה ומצפצף. מ'קען רואיג פרעגן וואס איז די פונקטליכע באדייט פון אזא מין ווינקל.

אבער יעצט האסטו זיך דערמאנט. וואס ביזטו אזוי זיכער אז זיי זענען "נואפים" און "מטורפים", האבן זיי געשטעפעט דיין אידענע אדער וואס?

גוט, דו האלסט אז זיי זענען עקסטרים, אבער זיי זענען נישט משוגע. ס'איז פשוט חילוקי דיעות. טאמער האלטן זיי אז "אנו המשוגעים" איז נאר ווייל מיר פירן זיך אויף צו זיי אזוי ווילד, און זיי פארשטייען נישט וואס ווילן מיר פון זיי, זענען זיי אונז דן לכף זכות.

אבער פאקטיש, זיי טוען נאר אין עבודת ה' און אין העכערע זאכן. פארשטייט זיך: בשיטה.

איך זאג נישט, מ'קען קריטקירן, פרעגן, מברר זיין. זיי מעגן זיך אויך פארעכטן וואס זיי דארפן פארעכטן. דאס אז זיי האבן מצליח געווען בעסער פון אונז דאס איז א מתנה פון הימל. זעהט אויס אז מ'פאדערט פון זיי אויך. אבער עד כדי כך,

ואמרו כל הגוים בניכם אשר יקומו מאחריכם מה חרי האף הגדול הזה?

זעהסטו, פארוואס איך האלט אביסל אונטער דעם עולם פון מאל צו מאל. ווייל איך זעה נישט קיין אנדערע וועג צו זאגן אמאל א גראד ווארט.

איך האב דען געזאגט אז מיר זענען "משוגעים" וואס טאנצן אויף די דעכער, איך האב נאר געזאגט אז דאס אז זיי דאווענען שעות לאנג און זענען משליך דעם עולם הזה אחרי גוום, א פאקט, קוק נאר ווי זייערע פרויען זענען אנגעהטוהן, דאס מאכט זיי נישט משוגע. אמת זיי זענען "מאדנע" רעלוואנטיש צו אונז וואס מיר זענען מער עוסק בישובו של עולם וואס דער רמב"ם רופט אונז "כת המשתגעים".

אבער האסט עס גענומען אזוי ערנסט שווארץ אויף ווייס אז לולי כת המשתגעים חרב העולם, אז דו האסט שוין - זעהט אויס - געומען צו ערנסט.

בארואיגט אייך ר' איד, כולנו בני איש אחד נחנו.

זאענדיג איינער וואס האט שוין אפגעשטאט א באזוך און אט די קאלט פיל איך אז איך מעג אריינרעדן אין דעם
איין זאך קען איך זאגען מען האט געזעהן אויף יעדער איינער בלי שים יוצא מין הכלל א גאר שטארקע גייסטיגע אינטערדריקעניש וואס האט ממש גערירט מיין הארץ
צי דו אלע מעשיות וואס מען דערציילט אויף זיי איז אמת צי נישט ווייס איך נישט און צו די כעונה זיינער איז לשם שמים "ווייס" איך אויך נישט (איך "גלייב" אז יא) אבער איז זיכער אז ער איז שלעכט אין אימאראליש עס מאכט נישט איוס צי ער מיינט לשם שמים אדער נישט לאמיר זאגען אז אל פי תורה אין חסידות איז ער גערעכט איז דאס א שרעקליכע זאך.
עס מיינט אבער נישט אז מען טאר נישט העלפן איינער וואס איז ליידער פארכאפט דארט ווייל ער איז נעבעך אריינגעפאלן דארט דארף מען אים נישט מאכען נאך צרות
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שוין לאנג נישט גענוצט דעם אשכול
אבער יעצט דארף מען הייבן דעם קול,
עס טוהט זיך אויף טישן און בענק
ערגער ווי סיי ווען איך געדענק,
אויף אטאקירן קומט פאר א פארמעסט
לעבעדיג איינער דעם צווייטן עסט,
יעדע אשכול באקומט א דריי
קיין איינס בלייבט נישט פריי,
אפילו דער אשכול איבער ״וועקער אכט״
האט מען שוין אנגעמאכט,
מיין אירעיסער ארבעט אווער טיים
אבער איך בין נישט מסיים,
כשזה נופל זה קם
אולי איין ריינע הודעה קוים,
קיין איין נושא בלייבט נישט נייטראל
אנגעשמוצט איבעראל,

איך בעט אייך אלע מיינע טייערע
האלט דאס האנט אייערע,
כאטש ביסט זייער אין כעס
ביסטו דאך א בר דעת,
דו ווייסט דען צו וועמען דו רעדסט?
האסט א השגה אויף וועמען דו העצט?
צוויי פרעמדע האבן זיך געטראפן
און שוין ארויסגענומען די וואפן,
אין יעדן׳ס אויגן זעהט אויס עכט
אז ביידע זענען אומגערעכט,
לייגטס צוריק דעם שווערד אין שיידל
קיינער האט קיין וויידל
יעדעם׳ס איי קיו איז הונדערט צען
יעדער איז א בעיבי אמאל געווען
קיינער איז נישט משוגע
נישט קיין נ״מ צו ער עסט קאקאש קעיק אדער מאמעליגע,
האלטס ענק אין די ראמען
לאמיר לעבן ווייטער צוזאמען.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

חי [tag]געוואלדיג[/tag] אז ס'האט זיך שוין באלד אלעס געלוינט פאר דיין זאפטיגע שטיקל פאעזיע... :D

און אז דו קענסט דאך יא, פלעגט דער רבי זאגן, נו פארוואס שלאפסטו? אונז דארפן שינדען די הויט איינע פון צווייטע אז דו זאלסט אפשרייבען אזא גוטס?!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אוודאי שרייב איך פאעזיעס
אינעם באשטימטן פארום איז עס.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 555 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

@געוואלדיג די סיטואציע אזוי הערליך צו באשרייבן
אבער פארוואס טוט אייער פעדער דא בלייבן
דרייט איבער דעם מעקער צום פעדער
און הייבט אן צו שרייבן כסדר
ווער איר מער נישט דארפן זיין ווי א רבי און חדר
אז חכמה און געשמאק וועט זיך דא געפונען
וועט אלע שלעכט'ס פון דא ארויסרונען
רעאגיר