איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

ווען די קעיטערער גייט ארום בארעדן אלע אנדערע זאלן, אוודאי וואלט איך אים געזאגט אין פנים אריין.
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

שליחה דורך מ. גליקמאן »

האסט געזעהן אמאל אז מנשה זאל בארעדן עני אנדערע קאמידיען?
זאג איך האב געמאכט א טעות און פארטיג. גארנישט וועט נישט געשעהן.
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 681 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

איר זענט גערעכט און איך האלט אויך אזוי און עס איז נישט דא קיין שום ענין פון מישען א טשולענט, אז יענער האלט אזוי רייסט מען נישט יענעם אפ פרעזענליך
און לגבי מנשה'ס טענה; ווייס איך נישט וואס ער רעדט, דא אין שטיבעל שטויס איך מיך אן און אסאך ארטיקלען ווי סאטמאר ווערט אויס געשמועסט נעגעטיוו צו פאזיטיוו, ממילא ראט איך דיר זאלסטוך ענדערשער באטראכטען פארוואס פונקט דיר און פונקט ווען די ווילסט רעדן פון סאטמאר און אראפמאלן זייער גלויבן לאזט מען דיר נישט שרייבן...
...
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

געשריבן דא און איך האב יעצט געטראפן דעם אשכול פרעג עס איבער במקומו:
גבאי שני האט געשריבן:פערזענליכע אטאקעס האבן געקאסט אחד מחברינו אויסגעשפארט צו ווערן פאר א טאג, נאך עטליכע ווארענונגען.

סתם פאר נייגעריגקייט, אן אריינגיין צו טויבענפעלד איז א חזיר שפל און מחיוב מיתה אדער גאר אן אומשולדיגער צדיק'ל, אבער פארוואס הייסט אטאקעס קעגן סקווירא'ער רבי - מנשה לוסטיג - הערשל טויבענפעלד - וכו' וכו' נישט קיין "פערזענליכע אטאקעס", און נאר ווען עס איז קעגן דער נעבאכדיגער יאסי איז עס "פערזענליכע אטאקעס"?! :דיסלייק
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך אכשיר דרא »

דער העלבראנץ איז משקיע זייער אסאך כוחות אין זייער מערכת הסברה, זיי סעפענדען אסאך געלט אויפצווייזען דעם המון עם אז זיי זענען "יא" נארמייל, ואנו המשוגעים
די חברה זענען מסוכן ברוחניות ובגשמיות, פולע קרבנות וואס איך קען פרעזענדליך זענען נאך עד היום געשעדיגט פון די "גרויס חכמה" וואס דער קרני צבי שרייבט דא, א חרפה און א בושה צו נעמען דברי הרמב"ם און דאס ארויף קלעבען אויף א רשע מרושע א אכזר שבאכזרים א מנובל און וואס נישט
עס בלוטיגט דאס הארץ צוצוזען אומשולדיגע נשמות ווי זיי פלאגען זיך אין כל מיני שווערע פראבלעמען אפילו נאכען אפלאזען דעם כת המטורפים ונואפים, עס איז א שאנדע און א עקל אז אויף אונזער פארום ווערט בכלל געגעבען פלאץ און א פאדיאם ארויס צו שטעלען זייער עקעלהאפטיגע ליטעראטור
אלע מעמבערס דא וואלטען זיך געדארפט אויפשטעלען און פאדערען אויסצומעקען זייערע פארומס
פשוט נישט צו זיין א מסיייע לידי עוברי עבירה, ווייל מי יודע צו אפילו איין מעמבער דא וועט זיך נאך איינרעדען אז יש דברים בגו און די תוצאות האבען מיר שוין ליידער געזען, וועלכע זענען זייער ביטער, און איך גלייב נישט אז דער עולם דא וויל צוליב נייגעריגקייט איינשטעלען אפילו איין נפש בישראל, אפילו פאר א ספק ספיקא

ס'איז דא גענוג סחורה וואס צו רעדען, צו וואס טויג צו רעדען פון מסוכנ'דיגע ענינים????
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גבאי שני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: קללות זענען נישט ערלויבט
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

מה כל הכעס?

שליחה דורך קרני צבי »

דא אין קאווע שטיבל, שרייבן מענטשן זאכן וואס זענען נאנט צו אפיקורסות. ואין פוצה פה ומצפצף. מ'קען רואיג פרעגן וואס איז די פונקטליכע באדייט פון אזא מין ווינקל.

אבער יעצט האסטו זיך דערמאנט. וואס ביזטו אזוי זיכער אז זיי זענען "נואפים" און "מטורפים", האבן זיי געשטעפעט דיין אידענע אדער וואס?

גוט, דו האלסט אז זיי זענען עקסטרים, אבער זיי זענען נישט משוגע. ס'איז פשוט חילוקי דיעות. טאמער האלטן זיי אז "אנו המשוגעים" איז נאר ווייל מיר פירן זיך אויף צו זיי אזוי ווילד, און זיי פארשטייען נישט וואס ווילן מיר פון זיי, זענען זיי אונז דן לכף זכות.

אבער פאקטיש, זיי טוען נאר אין עבודת ה' און אין העכערע זאכן. פארשטייט זיך: בשיטה.

איך זאג נישט, מ'קען קריטקירן, פרעגן, מברר זיין. זיי מעגן זיך אויך פארעכטן וואס זיי דארפן פארעכטן. דאס אז זיי האבן מצליח געווען בעסער פון אונז דאס איז א מתנה פון הימל. זעהט אויס אז מ'פאדערט פון זיי אויך. אבער עד כדי כך,

ואמרו כל הגוים בניכם אשר יקומו מאחריכם מה חרי האף הגדול הזה?

זעהסטו, פארוואס איך האלט אביסל אונטער דעם עולם פון מאל צו מאל. ווייל איך זעה נישט קיין אנדערע וועג צו זאגן אמאל א גראד ווארט.

איך האב דען געזאגט אז מיר זענען "משוגעים" וואס טאנצן אויף די דעכער, איך האב נאר געזאגט אז דאס אז זיי דאווענען שעות לאנג און זענען משליך דעם עולם הזה אחרי גוום, א פאקט, קוק נאר ווי זייערע פרויען זענען אנגעהטוהן, דאס מאכט זיי נישט משוגע. אמת זיי זענען "מאדנע" רעלוואנטיש צו אונז וואס מיר זענען מער עוסק בישובו של עולם וואס דער רמב"ם רופט אונז "כת המשתגעים".

אבער האסט עס גענומען אזוי ערנסט שווארץ אויף ווייס אז לולי כת המשתגעים חרב העולם, אז דו האסט שוין - זעהט אויס - געומען צו ערנסט.

בארואיגט אייך ר' איד, כולנו בני איש אחד נחנו.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2330 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

איך ווייס נישט צו איך זאל,
לאכען?
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אדער וויינען?
:oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops:
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

אויסמעקן די ערקלערונג ליטעראטור פון די מסוכנדיגע כת העלבראנץ

שליחה דורך אכשיר דרא »

טייערע חברים נאמנים,

קאווע שטיבעל האט זיך קונה שם געווען אין די לעצטע יארען אלץ א געשמאק פלאץ ווי יעדער קען ארויף ברענגען אלע סארט ענינים, רוהיגערהייט, אן קיין צימצום ווי אין אנדערע מקומות וד"ל,

דער עולם איז זיך מחיה, והא ראי' גיבט א קוק די פולע נייע ניקס וואס קומען אריין טעגליך אויסער די פולע געסט וואס שטראמען אהער כסדר,

פון די צווייטע האנט, האבען די מנהלים פארשטאנען, אז די מעלה פון קאווע שטיבל איז טאקע דאס אז מען גיבט א פרייע האנט צו שרייבען איבער אלעם (אן דארפן לעבן אונטער א צמצום פון שמאלקעפיגע אויבערהארען כמו... וד"ל) און עס קומט זיי זייער אסאך קרעדיט איבער דעם, אבער זיי גיבן אויך אכטונג אז עס זאל נישט פארקריכען צו ענינים וואס איז נישט געזונט, ווי ניבול פה אדער פריוואטע באשמוצונגען, אדער כפירה ומינות, עס איז א תענוג צו זען זייער יושר'דיגע וועג פון זיך באגיין מיט אלעם ביז אהער,

אבע איך זאג ביז "אהער",

לעצטנס איז דא אריינגעקומען א ניק וועלכער ברענגט ארויף ליטעראטור וועלכע טוט "ערקלערען" און "ריין וואשן" און "משכנע זיין" די ליינער אז די כת "לייוו טאהויר" פון דער העלבראנץ איז גאר א פלאץ פון חכמים וידועים, בעלי השגה, צדיקים עובדים קדושים וטהורים, און די איינציגסטע סיבה פארוואס מען רודפט זיי איז ווייל אלע רבנים זענען רשעים און נאר נאר העלבראנץ איז א צדיק, און אלעס וואס מען זאגט אויף זיי איז שקר וכו', לאנגע דרשות וועלכע יעדעס ווארט איז געשריבען מיט איין ציל "אריינצוכאפען נאך נשמות אין זייער נעץ",

אלע נארמאלע מענטשן ווייסן אז די כת איז זייער זייער א מסוכנ'דיגע כת, א כת וועלכע האט שוין אנגעברענגט אן א שיעור פראבלעמען און צרות ביי אידן, א כת וועלכע איז מוחרם ומנודה ביי אלע רבנים, אנגעהויבען פון די מאדערענעסטע קרייזען ביז די סאמע קנאות'דיגע קרייזען, קיינער גיבט זיי נישט קיין הסכמה, פארקערט אלע זאגען בפה מלא אז זיי האבן נעבעך נישט קיין שום שייכות צו אידישקייט, א קבוצה פון רשעים ומנובלים, וועלכע האבען שוין פיל שאדן אפגעטוען ביי כלל ישראל.

איך פרעזענליך קען א משפחה וועלכע האבען זיך ארויסגעריסען פון זייער נעגל מיט יארען צוריק און עד היום פלאגן זיי זיך נעבעך מיט פראבלעמען שאין הדעת סובלם, לבי לבי על חלליהם,

אבער די חברי הכת בראשם זייער מנהיג גיבן נישט אויף, ווי זיי האבען א מעגליכקייט און ווי מען גיבט זיי א פאדיאם צו ארויסשטעלען זייער ליטעראטור צו פארכאפען נאך נשמות, כאפען זיי זיך צי צידעם און טוען זייער שמוציג ארבעט, ב"ה אז עס געלונגט זיי נישט אזוי גוט, אבער פארט מזמן לזמן פארכאפען זיי נאך און נאך נשמה'לעך, נשמה'לעך וועלכע זענען פארבלאנדזשעט אין די שווערע וועלט, זיי זענען נישט צופרידען פון זייער איצטיגע מצב, און זיי רעדען זיך נעבעך איין אז וואס די חברי הכת שרייבען איז טאקע אמת, פון אנפאנג אן שמייכלען זיי טאקע צום נייעם מעמבער, זיי שטעלען זיך ארויס ווי כאילו זיי זענען פיינע איידעלע מענשטען וועלכע ווערען "סתם אזוי" גערודעפט, אבער איינמאל דער מענשט איז פולקאם אריין אין זייער נעץ, דאן בלייבט ער נעבעך פארכאפט אין זייערע נעגל און די תוצאות זענען זייער זייער ביטער,

איך פארשטיי פארוואס כל מיני ניקס דא שרייבען לטובתם, די ניקס זענען מענטשן וואס האבען ליב "אליינס אויסצופארשן" זאכען, זיי מיינען אז די וועלט "איז אינגאנצען משוגע" און זיי האלטן אז זיי האבען גענוג ברייטע פלייצעס אריינצושפאצירען אין דעם לייבן גרוב, און קומען פארקויפן דא ברבים זייערע שיטות און תירוצים,

און ווי שוין געשריבען אז כך הוא דרכם פון אלע סעקטעס, פון אנפאנג מאכען זיי די איידעלסטע רושם אין די וועלט, מען קען מיינען אז מען רעדט מיט מענטשען וואס זענען אינגאנצען אויסגעארבעט די חומר, חמורים כמלאכים, און תמימות'דיגע מענטשען קויפען דאס אפ, און אזוי אומוועלענדיג ווערען די מענטשען אליינס א שופר פאר די כת, און איינמאל מען איז פארכאפט איז נישטא קיין וועג ארויס, זיי וועלען פייניגען און רודפן דער מעמבער וואס וויל אנטלויפען פון דארט.

דערפאר האלט איך אז דאס געבען די חברה א פאדיאם דא אין קאווע שטיבעל ווי זיי זאלען קענען מפרסם זיין זייער ליטעראטור איז א גרויסע טעות, ווייל זייער מטרה איז אלע ענינים וואס דא אין קאווע שטיבעל וויל מען נישט, און ענינים וואס ווערט אויסגעמעקט אויב קומט עס ארויף, ווי כפירה מינות נבלה וכו',

ועוד, די מטרה פון די חברה איז איין זאך "אריינכאפען נאך נשמות", איך וויל וויסען, ווער פון אייך וויל נעמען אחריות אז אפילו איין נשמה וועט דאס אפקויפען צוליב דעם וואס מיר האבען זיי געגעבן א שופר??? עס פעלט נישט קיין צובראכענע נשמות וועלכע דאס קען פוגע זיין בנפש, וואס פעלט אונז דאס אויס אויף אונזער רוקן?

מיר דארפען אכטונג געבען בכל המשמר אז מיר זאלען נישט זיין דער וואס גיבט זיי ליגיטימאציע! עס פעלט נישט קיין געסט וואס זעען און ליינען דאס, עס פעלט נישט קיין "אויבער חכמים" וואס קענען דאס גלייבען!

איך בעט פון אלע מעמבערס, ביטע ווענדט אייך צום הנהלה אויסצומעקען אלע ליטערארטור זייערע, דאס איז זיך גודר מיט פיקוח נפש!!!

פונקט אזוי ווי מען וועט דא נישט געגעבען קיין פלאץ פאר א נוצרישע סעקטע אדער א מוסלאמענישע סעקטע צו פארשפרייטען זייער ליטעראטור, די זעלבע זענען זיי, אדרבה גייט און פרעגט אייך נאך ביי יד לאחים וכדומיהם וואס זיי זאגען, צו איז כת העלבראנץ אנדערשט איין משהו פון אלע דערמאנטע סעקטעס.
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך אכשיר דרא »

קרני צבי!
וואלסט געוואלט אז דיין זון אדער דיין טאכטער זאלען דארט אנקומען איין טאג?
פארוואס טראכטו נישט אז מיט דעם וואס איר גיבט זיי א הסכמה שטעלט איר איין די לעבען פון אנדערע קינדער און בחורים וואס קויפען דאס??? :x :x :x :x
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך אכשיר דרא »

קרני צבי ענפער וואס איך פרעג
וואלסטו געוואלט אז דיין זון אדער טאכטער זאל דארט ווערען פארכאפט און חתונה האבען דארט? און דינען דעם באשעפער מיט דעם "עבודה" ווי די שרייבסט?
ענפער "יא" אדער "ניין"
שרייב מיר נישט קיין לאנגע אריכות'דיגע תשובות, קארץ און שארף

איך האק נישט סתם אויף זיי, איך קען דאס זייער זייער גוט ליידער, און איך זאג דיר ס'איז נישט קיין קונץ צו זיין א אויבער חכם (טיפש) און קויפען און פארקויפען יעדע קאנטערווערסיאלע נושא
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

שליחה דורך חקרן »

איך וויל יא ליינען זייער ליטארטור, איך וויל יא הערן וואס זיי האבן צו זאגן. כאטש זיי זענען מסוכן, משוגע, שלעכט, און זינדיג, בין איך אינטערעסירט צו זען ווי אזוי זיי שרייבן זאכן און קלערן אויף.

צו דיר אכשיר; דו ווילסט נישט אויסקוקן ווי אייוועלט, ריכטיג? - פארן זעלבן פרייז וואס לעיקוואד, יאיר און יואב מעגן שרייבן זייערע זאכן, טראצדעם וואס נישט פאר יעדן שמעקט עס, מעג קרני צבי שרייבן זיינע שטותים, טראצדעם וואס נישט פאר יעדן שמעקט עס. ס'איז אן איוון דיל, מען קען נישט ציען די שטריק אויף ביידע זייטן.

אויב דו פארלאנגסט אז מען זאל אויסמעקן לב-טהור, דאן פארלאנג אויך אז מען זאל אויסמעקן מנשה לוסטיג'ס סקווירע משוגעת'ן, ואם כן אין לדבר סוף.

דער פרייז פאר קאווע שטיבל איז, צו דילדן אזעלכע משוגעים אויך.

לעבן זאל דעמאקראטיע.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6287
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8977 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

שליחה דורך איך אויך »

צוויי נישט גערעכטע מאכן נישט פאר איין גערעכטע ,אין הכי נמי די כופרים הנ"ל גריצלן פאר גאר אסאך.

אולי מעג איך מציע זיין עס זאל גענומען ווערן א וואוט פון אלע מעמבערס צו קובע זיין די גבולים הן אויף רעכטס והן אויף לינקס ווייל נישט קיין חילוק ווי 'אויפגעקלערט' און כופריש איינער האלט זיך גבולים מוז זיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך אכשיר דרא »

חקרן האט געשריבן:איך וויל יא ליינען זייער ליטארטור, איך וויל יא הערן וואס זיי האבן צו זאגן. כאטש זיי זענען מסוכן, משוגע, שלעכט, און זינדיג, בין איך אינטערעסירט צו זען ווי אזוי זיי שרייבן זאכן און קלערן אויף.

צו דיר אכשיר; דו ווילסט נישט אויסקוקן ווי אייוועלט, ריכטיג? - פארן זעלבן פרייז וואס לעיקוואד, יאיר און יואב מעגן שרייבן זייערע זאכן, טראצדעם וואס נישט פאר יעדן שמעקט עס, מעג קרני צבי שרייבן זיינע שטותים, טראצדעם וואס נישט פאר יעדן שמעקט עס. ס'איז אן איוון דיל, מען קען נישט ציען די שטריק אויף ביידע זייטן.

אויב דו פארלאנגסט אז מען זאל אויסמעקן לב-טהור, דאן פארלאנג אויך אז מען זאל אויסמעקן מנשה לוסטיג'ס סקווירע משוגעת'ן, ואם כן אין לדבר סוף.

דער פרייז פאר קאווע שטיבל איז, צו דילדן אזעלכע משוגעים אויך.

לעבן זאל דעמאקראטיע.

לשיטתך אז םאר דעמאקראטיע דארף אלעס בלייבען, דעמאלס פארוואס מעקט מען ווען איינער פאררעדט זיך איבער געוויסע נושאים? ווייל מען פארשטייט אז אלעס האט א גדר, לכל תעלול יש גבול, רעדען און הערען וועגען א סעקטע איז זייער מסוכן און עס איז גארנישט אזוי פשוט ווי דו מיינסט
איך גלייב נישט אז דו וואלטס געוואלט אז דיין זון אדער טאכטער זאל ליינען זייער חומר און נשפע ווערען דערפון
די כלל פון "זון און טאכטער" דארף זיין די רויטע ליניע פון דיין אזויגערופענע "דעמאקראטיע"
און בדרך אגב, אפילו דער גוי ווייסט צו זאגען אז "דעמאקראטיע איז נישט איבער אלעם, און דעמארקאטיע איז נאך אלץ אין קראפט אפילו ווען מען סענסערט געוויסע ענינים"
פארוואס זאלען מיר זיין פרומער פון דער פויבסט אליינס?
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

איך וויל נישט זיין א מחזיק ידי עוברי עבירה

שליחה דורך אכשיר דרא »

חברים זיסע
נאכען זען אז מיינע מחאות העלפט נישט האב איך געשריבען די הודעה צו די הנהלה
און איך בין עס מפרסם דא אויך

וכך כתבתי:
איך האב מיר איבערגעקלערט און באשלאסען
איך וויל נישט זיין קיין מחזיק ידי עוברי עבירה, און האבען א חלק אין דעם שרעקליכען לפני עוור לא תתן מכשול
איך מיינע אויגען איז דער שלמה העלבראנץ א שרעקליכער מכשול אשר חללים רבים הפילו, און מיט דעם וואס איך בין א מעמבער אין דעם קאווע שטיבעל בין איך אטאמאטיש א שותף לדבר עבירה פון פארשפרייטען זיינע רעקלאמען שלא ברצוני, בכפייה גמורה
דעריבער איז מיין באשלוס
"ביטע מעק אויס דעם ניק אכשיר דרא, איך וויל מיט אייך קיין שייכות מער נישט האבען, און מקעט דאס אין די שנעלסטע מעגליכקייט וואס איר האט"
איך וועל זיין זייער דאנקבאר אויב איר מעקט אויס "אלע מיינע תגובות" כבולעו כך פולטו
יעדע זאך האט א גבול

יישר כח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פליז שרייב מיר אין אישי מיט וועלכע ניק דו גייסט עס ריפלעיסן...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3589 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר. עס טוט זיך א גאנצע מחלוקת אויב מען מעג יא אדער נישט שרייבן וועגן העלבראנץ, אין די צייט וואס איך האב נאכנישט געליינט דא קיין איין נארמאל ווארט וועגן דעם מענטש און זיין קהלה, נישט בעד און נישט נגד.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2330 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

ברסלבער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר. עס טוט זיך א גאנצע מחלוקת אויב מען מעג יא אדער נישט שרייבן וועגן העלבראנץ, אין די צייט וואס איך האב נאכנישט געליינט דא קיין איין נארמאל ווארט וועגן דעם מענטש און זיין קהלה, נישט בעד און נישט נגד.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

שליחה דורך קופערניקוס »

אכשיר דרא, בארוהיגט אייך. קיינער וועט נישט ווערן פארכאפט פון די אומבאלומפערטע רייד זייערע.
אויב איז יא דא אזא סכנה וועסטו זיין דער וואס זאל עס באלאנסירן מיט דיינע שיינע און סברה'דיגע רייד.
די סכנה פון צושטאפן מיילער איז גרעסער ווי די סכנה פון א העלבראנס פארכאפעכטץ, פארקערט די גאנצע טריק פון קלעיריקאלן און קולטיסטן איז פארשטאפן מיילער.
טשולענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 03, 2013 2:11 am
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך טשולענט »

אכשיר דרא, בכל אשר תפנה תצליח!

אונז האבן ב'ה אן אכשר דרא וואס לעבט און לאכט, מיט קרוב צו אכט און צוואנציג בלעטער אין זיך פון זאפטיגע פעדערן, מיר וועלן פון דארט פרובירן אנצופילן דעם גרויסן חלל מיט וואס דו 'אכשיר דרא' לאזט אונז איבער.
Some people climb the ladder to success. Others take the elevator.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך בין אויך זייער גערעגט וועגן דעם רשע העלבראנס, אכשיר דרא איז גערעכט מיט זיין שטעלונג עכ"פ אין מיינע אויגן, אבער דעמקראטיע איז דעמקראטיע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

מען דארף עפענען א אשקול פין וועלעכע ניקס האבן אפגעטראגן פין דא!
אלעס מיט א שמייכל
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

אכשיר דרא זאגט א נקודה, אז ער פילט אחראי אלס ניק דא אויף אלעם וואס מען שרייבט דא, די שאלה איז צי ער איז גערעכט, בין איך אלס ניק אין קאווע שטיבל טאקע אחראי אז ס'איז פארהאנען אידן וואס דרייען זיך דא מיט א קלארן ציל אריין צו ברענגען מינות און אפיקורסות ביי אידישע קינדער? איך בין עפעס אחראי אויף וואס יענער שרייבט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

שליחה דורך פרישער »

מיך גרויעלט מער נערישקייטן וואס נייע ניקלעך קימען אויף, אזש אז איך שפיר זיך קליין איך שפיר לעצטענס ג'עינגט אויף שיט און טריט, פון אלע נערישע ענינים וואס ווערן ג'ליפטערט, אוי ווי עס בעינקט זיך דו אלטע חבריה, ווי מאטי הינדערט אין זיבן, בן תמליון קוים מען הערט, ווי איז פשוט קאמפליצירט, מאראנצעןזאפט, און דו אלטע חברה, איך מיין נישט דא צו עפענען אלע פארשווינדענע, אבער פארוואס פארשרייט מען נישט דו וואס פלוידערן דברים של מה בקאק
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
רעאגיר