אכשיר דרא האט געשריבן:קרני צבי ענפער וואס איך פרעג:
וואלסטו געוואלט אז דיין זון אדער טאכטער זאל דארט ווערן פארכאפט און חתונה האבען דארט? און דינען דעם באשעפער מיט דעם "עבודה" ווי די שרייבסט?
ענפער "יא" אדער "ניין",
שרייב מיר נישט קיין לאנגע אריכות'דיגע תשובות, קורץ און שארף.
איך האק נישט סתם אויף זיי, איך קען דאס זייער זייער גוט ליידער, און איך זאג דיר ס'איז נישט קיין קונץ צו זיין א אויבער חכם (טיפש) און קויפען און פארקויפען יעדע קאנטערווערסיאלע נושא
ראשון ראשון, אחרון אחרון:
בזמנים כתיקונם, וואלט מיין ענטפער געווען אז ס'ווענדט זיך נישט אין מיר. עפעס א איד קען זאגן אז ער וויל נישט אז זיין זון זאל זיין "ישעיה הנביא" אדער זיין טאכטער "דבורה הנביאה", טאמער איז ער/זי די מדריגה, אדרבא אולי אבנה גם אנכי ממנו.
אבער נאך איך זעה די נסיונות פון דעם דור, אין איך זעה ווי אזוי שענערע און בעסערע פון מיר האבן שוין ליידער פארפאלן זייערע קינדער און טעכטער לא עלינו ולא עליכם, טראכט איך אסאך מאל, אפשר טאקע דארף איך זיי שיקן קיין לב טהור. איך קען עס אבער נישט טוהן, ווייל דעמאלטס גייען מיין גאצנע משפחה + די משפחה פון מיין בני בית + מנהלי ועסקני המוסדות + סתם מחרחרי ריב, מאכן כולם א יד אחת לכלותי מעל פני האדמה, מוז איך בלייבן ב'שב ואל תעשה'. אבער טאמער מיין זון/טאכטער גייט אליינס גיין דארט, נאך די 18 יאר, און איך גיי קענען זאגן כלפי חוץ אז 'ידינו לא שפכו את הדם הזה' און כלומר'שט וויינען און וואשן הענט, להציל את עצמי, גיי איך אבער בלבי פנימה זאגן: בעסער אזוי ווי איידער ערגערס! זאל ער זינגען ספרדישע ניגונים ביי א ברית אדער ביי שמחת תורה, זאל זיין פרוי אנטוהן שמונה בגדים לבנים ושחורים, זאל ער פון מיין זייט חתונה האבן מיט א ספרדישע, וואס גייט מיך אהן, ער דאוונט ער לערנט. זאל ער מיר האלטן פאר א פויער! בעסער פון וואס ער זאל ח"ו ארויס גיין לתרבות רעה און זאל מיר האלטן פאר א כאניאק און איך זאל איהם האלטן פאר א...!
טאמער דו קענסט זיי זייער גוט, און דו שרייבסט וואס דו שרייבסט אדעתא דהכי, איז זייער נישט גוט. ווייל איך קען זיי אויך זייער גוט. דער משה יאסל ראזנער איז א נואף? א מטורף? א מנובל? דער טעללער איז אויך א נואף מטורף ומנובל. נו באמת, האסט געזען די יונגעלייט דארטן? זיי גייען נעמען א רבי אזוי ווי דו זאגסט. ביסט אראפ פון זינען?
איך בין מחנך מיינע קינדער צו זיין א איד 'די מערסטע וואס דו קענסט'. קענסטו ווייניגער פון מיר, נו, בעסער פון גארנישט. קענסטו בעסער פון מיר, אדרבא, שמחני נא. אבי דו ביזט א איד. דו מוזט דווקא זיין מיטן שטורעם, דעם 'שילד' פונעם חסידות איז נישט געגעבן געווארן בהר סיני. לכל היותר הייסט עס עובר געווען אויף אל תטוש תורת אמך. אבער כבר היו דברים מעולם.
ווען דו ראטעוועסט א איד פון 'קהילת לב טהור' און דו ווייסט נישט וואס איז דעם 'אלטערנעטיוו' פאר דעם, קענסטו חלילה גרינג אריין גיין אינעם גדר פון מונע את חבירו מדרך החיים.
ווען איך גיי אין בית מדרש און איך רעד צו דעם 'סלתה ושמנה', קען איך פארשטיין דיין צעקה, אז ס'איז גוט וואס שטעלסטו איין נאר צו מאכן בעסער. אבער דא אין קאווע שטיבל, וואס איז מיוסד אויף אינטערנעט, מיין איך אז טאמער א ערנסטער בחור/אברך איז דא אריינגעפאלן, אין לב טהור קען ער נישט ווערן ערגער, פון יידישקייט שטאנדפונקט. פון 'נארמאלקייט' שטאנדפונקט האב איך שוין געברענגט דעם רמב"ם.