פאלגנד זענען די פראגעס וועלכע ערשיינען אויף דער רעגיסטראציע זייט:
האט איר – אדער האט איר אמאל געהאט – נאך א ניק(ס) אין "קאווע שטיבל"?:
-- אויב יא, וועלכער ניק(ס)?
-- אויב יא, פארוואס דארפט איר האבן נאך א ניק?
פארוואס האט איר באשלאסן זיך אנצושליסן אין קאווע שטיבל?
ביטע ערקלערט אין כאטש צוויי זאצן.
דערציילט איבער אייך
אין כאטש צוויי זאצן, שרייבט איבער אייערע אינטערעסן, מצב, יארגאנג, חסידות, טאלאנטן, שאיפות, פלענער, וכדומה - וואס אימער איר ווילט מיטטיילן מיט אונזערע חברים.
אין וועלכע דריי פארומס ערווארט איר דאס מערסטע צו שרייבן?
ביטע וועלט אויס דריי פון די אלע: קאווע שטיבל, געזעלשאפט, אידישע און אלגעמיינע נייעס, א שמייכל, מידיא ווינקל, מוזיק!, אחיעזר, צימעס, תורה און מחשבה, העמק דבר, ספרים און ביכער, היסטאריע, אנשי שם, וויסנשאפט, שפראך און גראמאטיק, טעכנאלאגיע, קונסט, פריוואטער פארום
-- אויב איינער פון די דריי איז "צימעס", צו וועלכן חסידות (און צו וועלכער פראקציע) געהערט איר?
ווי אזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?
די ענטפערס פאר די אלע פראגעס קענען נאר געזען ווערן דורך די מנהלים.
אונזער פאליסי איבער טאפלטע ניקס איז פון היינט און ווייטער ווי פאלגנד: מיר אנערקענען עמיצנס ווילן און צורך אמאל צו מאכן א פרישן ניק. איר דארפט אבער זיין אויפריכטיג דערוועגן מיט די מנהלים. מיר זענען נישט אינטערעסירט קיינעם צו באשטראפן אויב מ'איז נישט אויפריכטיג מיט אונז איבער אנדערע ניקס, אבער אויב וועט זיך מאכן א פראבלעם מיט דעם ניק, און עס וועט נתגלה ווערן אז ער האט פארהוילן פון דער הנהלה זיינע אנדערע ניקס, רעזערווירן מיר די רעכט תיכף אויסצושפארן דעם ניק.
גלייכצייטיג ווילן מיר מודיע זיין אז 521 ניקס וועלכע זענען עלטער פון דריי חדשים און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן, זענען דעאקטיוויזירט געווארן.