איך זוך א אשכול

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

איז דא אשכול איבער קעניג טשארלס דער דריטער?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4245
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3620 מאל

Re: איך זוך א אשכול

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך זוך א אשכול איבער מרדכי דער משנה, דער צווייטער.. [emoji23]

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך שלמה משנתו »

וואו איז די אשכול פון 'נאר דריי וועטער'? מסתמה האט מען עס אראפגענומען ווייל 'געוויסע' האבן דאס געוואלט ניצן אנצופילן זייער מאס תגובות ביז איבערן 25 מאס...
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך שלמה משנתו »

אזוי אויך די 'נאר 5 ווערטער' אשכול זע איך נישט...

לול...
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2374 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

כ'מיין אז 3 מיט 5 ווערטער איז אין שבת אחים
אינטרעסאנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך אינטרעסאנט »

איך זוך א אשכול איבער נייע געגנטער
בעיקר מאנטיסעלא
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1516 מאל

שליחה דורך דיכטער »

איך האלט ביים עפענען אן אשכול איבער אינטערעסאנטע פאקטן. פאר דעם וויל איך וויסן טאמער איינער ווייסט אפשר, אויב עס איז שוין דא אזא אשכול?
א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: איך זוך א אשכול

שליחה דורך פאליטיקאנט »

איך זוך פיקציע מעשיות?
אייוועלט האט עטליכע כ'בין נישט זיכער עס איז געווען דא אין שטיבל, אבער אז איינער האט, לאז מיר וויסן.

עפעס וואס כ'קען ארויספרינטן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3750
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5741 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קוק אין ספרים שאנק פארום
דארט איז דא pdf'ס פון קאווע שטיבל שרייב ווערק וואס האבן פיקציע
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
נישט יעצט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 04, 2020 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

וויאזוי עפענט מען א נייע אשכול

שליחה דורך נישט יעצט »

סיפור יעקב ו- ליבי נחימובסקי (ליבילנד)
חסידי חבד

[youtube]https://youtu.be/19Lq9ugkVb8[/youtube]

[youtube]https://youtu.be/NP1-k_uzOog[/youtube]
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1998 מאל

שליחה דורך אלפא »

איך זוך אן אשכול - תגובות איבער די נושא פון 'חיוב', בעצם א צווייג פון מאראל פילאזאפיע.
וואס מיינט מחויב? חייב? מחויבות?
איז דאס אביעקטיוו, שטאמט דאס אדער דארף עס קומען פון עפעס - דארף זיין א מחייב? אדער איז עס אלטימעטלי עפעס וואס אונז אליין נעמען אן אויף זיך וכו'?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1998 מאל

שליחה דורך אלפא »

אזוי אויך אן אשכול אדער שמועס איבער די נושא פון opinions.
נעמליך, וואס איז די נקודה פון האבן אן אפיניען/מיינונג? בעת וואס די איידיע עקזיסטירט אינדעפענדענטלי, וואס איז די פוינט צו האלטן מיא א געוויסע פאזיציע? פארוואס מאכט עס אויס פאר איינעמס אידענטיטעט וכו'?

(איך פארשטיי עס סאונד מאדנע, אויב אבער איינער ווייסט פון אזא שמועס פארשטייט ער לכאו' די נקודה - פאר וועלכע איך האב פשוט נישט קיין נאמען..)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2036 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ס'גארנישט אזוי מאדנע, מיר איז דאס איינגעפאלן ווען כ'האב מיך געמוטשעט מיט קשיות אין "אמונה", ספעציפיש איבער עוואלושען. כלומר כ'האב שוין געהאט געהערט פון עוואלושען פון פריער אבער אלץ אין א קאנטעקסט פון אמונה/כפירה ממילא האט עס נישט געשאדט... כ'בין עלטער געווארן און כ'בין געווארן עקספאוזד צו עוואלוציע אין א נייטראלן קאנטעקסט, פשוט נייעסער און פאפ קולטור, האט עס מיך געשאפן א קצר אין מוח. האב איך פרובירט חוקר זיין אביסל אהער אהין ביז כ'האב אפגעמאכט אז אויב קומען מיר פון מאנקיס קומען מיר פון מאנקיס סייוויסיי, אפגעזעהן פון וואס איך "האלט" (וואס מיינט בכלל דאס ווארט?). שטעלט זיך אבער ארויס אז די גאנצע קשיא איז נאר א קאופינג מעכאניזם מיט וואס די מענטש קומט אויף זיך ארויסצודרייען פונעם סטראגל, כאילו מודה זיין אין עוואלוציע האב איך נישט געהאלטן דערביי ווייל ס'פילט זיך נישט עפעס היימיש... ווידער כופר זיין אין עוואלוציע האב איך אויך נישט געקענט ווייל דאס מציאות האט מיר געפראסקעט אין פנים אריין, איז מיין מוח אויפגעקומען מיט'ן בליציגן איינפאל אז ס'מאכט נישט אויס סייווי. למעשה גערעדט איז דיעס פארעווע state of mind פונקט גוט אלץ צווישנסטאנציע ביז דו באשליסטס מיט וועלכע צד זיך צו אידענטיפיצירן, אבער נאכ'ן געבן אביסל צייט פאר די פאקטן/ספיקות זיך צו פארדייען איז זייער וויכטיג יא צו נעמען א צד ווייל הגם פילאזאפיש גערעדט מאכט עס טאקע נישט אויס אבער פסיכאלאגיש איז דאס זייער אומגעזונט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1998 מאל

שליחה דורך אלפא »

איך בין נייגעריג צו דאס איז א נייע נושא דא אין שטיבל אויף וועלכע מ'קען עפענען א פרישע אשכול, אדער איז דאס אלטע מעשיות - אומוויכטיגערהייט איבערגעקייט דורך מיין נוצלאזע שטעלע..?!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1998 מאל

שליחה דורך אלפא »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:ס'גארנישט אזוי מאדנע, מיר איז דאס איינגעפאלן ווען כ'האב מיך געמוטשעט מיט קשיות אין "אמונה", ספעציפיש איבער עוואלושען. כלומר כ'האב שוין געהאט געהערט פון עוואלושען פון פריער אבער אלץ אין א קאנטעקסט פון אמונה/כפירה ממילא האט עס נישט געשאדט... כ'בין עלטער געווארן און כ'בין געווארן עקספאוזד צו עוואלוציע אין א נייטראלן קאנטעקסט, פשוט נייעסער און פאפ קולטור, האט עס מיך געשאפן א קצר אין מוח. האב איך פרובירט חוקר זיין אביסל אהער אהין ביז כ'האב אפגעמאכט אז אויב קומען מיר פון מאנקיס קומען מיר פון מאנקיס סייוויסיי, אפגעזעהן פון וואס איך "האלט" (וואס מיינט בכלל דאס ווארט?). שטעלט זיך אבער ארויס אז די גאנצע קשיא איז נאר א קאופינג מעכאניזם מיט וואס די מענטש קומט אויף זיך ארויסצודרייען פונעם סטראגל, כאילו מודה זיין אין עוואלוציע האב איך נישט געהאלטן דערביי ווייל ס'פילט זיך נישט עפעס היימיש... ווידער כופר זיין אין עוואלוציע האב איך אויך נישט געקענט ווייל דאס מציאות האט מיר געפראסקעט אין פנים אריין, איז מיין מוח אויפגעקומען מיט'ן בליציגן איינפאל אז ס'מאכט נישט אויס סייווי. למעשה גערעדט איז דיעס פארעווע state of mind פונקט גוט אלץ צווישנסטאנציע ביז דו באשליסטס מיט וועלכע צד זיך צו אידענטיפיצירן, אבער נאכ'ן געבן אביסל צייט פאר די פאקטן/ספיקות זיך צו פארדייען איז זייער וויכטיג יא צו נעמען א צד ווייל הגם פילאזאפיש גערעדט מאכט עס טאקע נישט אויס אבער פסיכאלאגיש איז דאס זייער אומגעזונט.
איך וויל באמת נישט אריינגיין דא דערין, עס וואלט געווען פאסיגער אין א מקום מיוחד, אבער ממש די סארט דילעמעס זענען דאס וואס האט מיר צוגעברענגט בכלל אריינצוטראכטן דערין.. (פארדעם גלייב איך אז @מי אני האט עס שוין זיכער ערגעץ בארירט..)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2036 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

יא יא, דערפאר זאג איך דיר אן פון פאראויס נישט אריינצופאלן אים דעם פארעווען state of mind, ואל תמות כמו שמת פלוני..
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1294
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10667 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2384 מאל

שליחה דורך תרמב »

אלפא האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו דאס איז א נייע נושא דא אין שטיבל אויף וועלכע מ'קען עפענען א פרישע אשכול, אדער איז דאס אלטע מעשיות - אומוויכטיגערהייט איבערגעקייט דורך מיין נוצלאזע שטעלע..?!
האלט דיך נישט צוריק פון עפענען נייע אשכולות, אז דו האסט א גוטע געדאנק אדער דו ווילסט צאמנעמען א נושא, טו עס, דער עולם וועט נישט וויסן אז אין 2016 אדער אפילו גאר אין 2022 האט מען גערעדט פון א ענליכע נושא.

ס'קוקט אויס די זעלבע אישו וועגן האבן א מיינונג, וואס עטס רעדסט דא אויבן, וואס א חילוק וואס איך האלט אויב די מציאות איז סיי ווי אזוי, די זעלבע זאך קען מען זאגן, אז וואס גייט מיר אן אז אויף קאווע שטיבל רעדט מען שוין פון אזא נושא? די פוינט איז דאך אז מ'זאל לייענען אינטערסאנטע עניינים, זיך אויסברייטערן די מוח מיט פרישע אדער אלטע רעיונות, ס'העלפט מיר נישט אז ס'איז שוין אפגעשריבן ערגעץ ווי, איך וויל לייענען דערוועגן יעצט, אשר על כן קענסט עס אפשרייבן פון פריש אפילו אויב ס'איז שוין דא אזא אשכול. (איך ווייס נישט אויב איך האב זיך גענוג גוט מסביר געווען, אבער איך קען נישט בעסער יעצט)

בעסייד דע פוינט וואס יעדע אינדעווידועל ברענגט ארויס זאכן אנדערש, במילא קענסטו סתם אזוי עפענען א אשכול פון פריש ווייל ס'גייט זיכער נישט שטיין די זעלבע זאכן ווי אין די אלטע.

בנוגע די נושא וועגן וואס איז שייך צו האלטן עפעס ווען ס'איז א מציאות, ס'איז מיר א שטארקע נקודה למחשבה, דהיינו וואס האב איך פון האלטן אז ס'איז יא אדער נישט דא גלאובל ווארמינג ווען איך טו סיי ווי גארנישט דערוועגן, און ס'איז עניוועי א פאקט אז אדער איז יא דא אדער איז נישט דא גלאובל ווארמינג, וואס האב איך פון האבן א מיינונג דערין, אבער לכאורה די תירוץ דערויף קען זיין אז מ'קען פלעין אינזשויען צו האבן א קאנווערסעישאן און זיך טענה'ן איבער א נושא אפילו אויב ס'מאכט גארנישט אויס.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1998 מאל

שליחה דורך אלפא »

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1998 מאל

שליחה דורך אלפא »

סתם פאר נייגעריגקייט, איך זוך דעם אשכול/ ארטיקל/ תגובה, וועלכע האט זיך פארדינט די מערסטע לייקס. איז בכלל דא איינס וואו אלע שטערענדלעך זענען אנגעפילט?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
חמלה גדולה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 4013 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

אלפא האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט, איך זוך דעם אשכול/ ארטיקל/ תגובה, וועלכע האט זיך פארדינט די מערסטע לייקס. איז בכלל דא איינס וואו אלע שטערענדלעך זענען אנגעפילט?
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 87#p188687
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8162 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ס'דאכט זיך מיר אז כ'האב אמאל געשריבן א געדאנק אז מ'קען נישט מקנא זיין א צווייטן; הלואי וואלט איך געבוירן געווארן אלס יענער.

עס וואלט נישט געווען 'דו' וואס איז געווארן 'יענער'. 'דו' וואלסט קיינמאל געבוירן געווארן, און אנשטאט וואלט מען געמאכט יענעם.

אין אנדערע ווערטער: אפשר איז עס טאקע שוין געשען; דעם 'יענעם' וואס דו ביסט מקנא, איז טאקע עפעס א 'דו' וואס מ'האט אים נאכגעגעבן און געמאכט א 'יענעם'.

ווייסט איינער פון וואס איך רעד? האביך אמאל געשריבן דערוועגן?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

Re: איך זוך א אשכול

שליחה דורך קל וחומר »

איך געדענק נישט, אפשר וועט מי אני קענען צוצייכענען.
אדער אפשר איז יתכן אז דער אנדערער דו האט עס גאר געשריבן אויף אן אנדערער פארום...
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8162 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

שוין, האביך נישט קיין נערוון יעצט צו שרייבן א גאנצע מאמר דערוועגן. סליחות פאלט היי יאר מוצ"ש און מ'דארף זיך שוין גרייטן.

כ'האב נאר געוואלט מוסיף זיין אן אסמכתא פון די גמ' קידושין פ"ב ע"ב:

אי אפשר לעולם בלא בסם ובלא בורסקי, אשרי מי שאומנותו בסם ואוי לו מי שאומנותו בורסקי. אי אפשר לעולם בלא זכרים ובלא נקבות, אשרי מי שבניו זכרים ואוי לו למי שבניו נקיבות.

חוץ די שאלה פארוואס זאגט ער אוי לו למי 'שבניו' נקיבות, זיינע 'זין' זענען נקבות, וואס היינט איז שוין פארענטפערט מיט די ווייטע בליק פון אונזערע הייליגע אידישע חכמים, איז אבער שווער אן אנדערע נקודה.

פארוואס ביי די אומנות פון בסם און בורסקי רעדט מען פון דעם מענטש אליין, אבער ביי זכרים ונקיבות הייבט ער פלוצלינג אן צו רעדן פונעם טאטן? פארוואס זאגט ער נישט אשרי מי שהוא זכר ואוי לה למי שהיא נקבה?

והתירוץ כמבואר לעיל. אן אומנות איז נישט דער עצם מענטש, ס'איז נאר א מקרה נוסף צו זיין עצם וועזן, קען מען זאגן וואויל איז דער וואס איז עוסק אין דעם, ואוי למי שאומנותו בורסקי.

אבער זכר ונקבה, דאס איז דאך דער מענטש אליין, קענסטו נישט זאגן פאר די נקבה אוי לך אז דו ביסט א נקבה, דו וואלסט ווען ענדערש געדארפט געבוירן ווערן א זכר, ווייל דאס וואלט געמיינט אז די נקבה פון יעצט איז געקענסלט, און 'אנשטאט' איר האט מען באשאפן אן אנדערער וואס איז א זכר. ודו"ק והבן וק"ל.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
רעאגיר