א דאנק אייך, טייערע גבאים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 128
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
- געפינט זיך: אין תיבה
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל
א דאנק פאר'ן געבן דעם כבוד און עהרע פון זיין א חלק אין אזא טייערע חבורה פון גוטע אידן וואס געבן אוועק פון זייער טייערע צייט צו העלפן אנדערע.
דער געדאנק פון אננעמען געווענליכע שרייבער אין אזא גבאות-ראטאציע סיסטעם אין וואס מיר אלע קענען צוזען פון דער נאנט די ארבעט וואס די הנהלה לייגט אריין אין דעם זייטל איז א געוואלדיגער.
בנוסף מוז ארויסגעברענגט ווערן א שטארקער דאנק פאר אלע וואס טוען באריכטן סיי וואס זיי קלערן איז נישט אין איינקלאנג מיט די תקנות המקום וואס איז געמאכט געווארן מיט די גוטהייסונג פון די מעמבערס וואס שרייבן דא און ווילן האבן א רואיג ווינקל וואס מען קען שרייבן מיט א רואיגקייט און נישט זיין אויסגעשטעלט צו פארלירן שעות ארבעט בלויז ווייל מען וויל געפעלן די אולטרא עקסרעמע וכו'. די וואס שרייבן צו א שורה צוויי וואס איז מסביר פארוואס ער האט באריכטעט, טוט באזונדער פארגרינגערן די ארבעט פון די מנהלים, אחראים און גבאים.
מיר האפן און וועלן מאכן זיכער צו זיין און בלייבן דא ביתר שאת און בארייכערן דעם פלאץ כפי משאת הפנאי בעזר ה'.

- קעלנער
- מנהל תשע"ד-ע"ו
- הודעות: 589
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
ביים ענדע פון חודש שבט דארפן מיר אויסדרוקן שבח והודאה פאר די גבאי חודש, אונזערע חשוב'ע ידידים [tag]ברסלבער[/tag] און [tag]פישלע העררינג[/tag] וואס האבן ארויסגעהאלפען לטובת אונזער שטיבל, און מיט זייער שכל הישר האבן זיי ארויסגעהאלפען אנצוגיין מיט די הייליגע ארבייט.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.

- סארווירער
- מנהל
- הודעות: 43
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 11, 2015 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל
ביים ענדע פון חודש אדר טוען מיר אויסדרוקן שבח והודאה פאר די גבאי חודש, אונזערע חשוב'ע ידידים [tag]יאיר[/tag] און [tag]מאטי[/tag] וואס האבן ארויסגעהאלפען לטובת אונזער שטיבל, און מיט זייער שכל הישר האבן זיי ארויסגעהאלפען אנצוגיין מיט די הייליגע ארבייט.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
- סארווירער
- מנהל
- הודעות: 43
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 11, 2015 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל
ביים ענדע פון חודש ניסן טוען מיר אויסדרוקן שבח והודאה פאר די גבאי חודש, אונזערע חשוב'ע ידידים [tag]פלאוויוס[/tag] און [tag]קינד_אן_קייט[/tag] וואס האבן ארויסגעהאלפען לטובת אונזער שטיבל, און מיט זייער שכל הישר האבן זיי ארויסגעהאלפען אנצוגיין מיט די הייליגע ארבייט.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1620 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 786 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 819 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל
כמלואות הימים, וויל איך דא באדאנקען די מנהלים פאר די געלעגנהייט צו ערפילן דעם אמט פון גבאי החודש, ס׳איז מיר געווען אן עהרע צו קענען באדינען דעם שטיבל און אירע געברויכן, מלכתחילה האב כ׳מורא געהאט זיך אונטערצונעמען דעם תפקיד מיט׳ן אויסרייד אז כ׳האב נישט גענוג צייט, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ״מיט׳ן עסן קומט דאס אפעטיט״, ס׳האט זיך שוין געשאפן צייט, און ״די פלעזשור וואז אלל מיין״.
ווי פריערדיגע האבן שוין ערווענט, שאפט זיך אן אינטערעסאנטער בילד פון אונטער די קוליסן. אויב דאכט זיך עמיצין אז ס׳הערשט דא א 'רעזשים׳, זייט וויסן אז קאווע שטיבל רעפרעזענטירט כמעט א שלימות׳דיגער דעמאקראטיע, [tag]קעלנער[/tag] וסיעתו זענען סופער סענסעטיוו און מ׳פרובירט און מ׳ווענדט אן כל טצדקי בכדי זיך מונע צו זיין פון אריין שטעקן די נאז עד כמה שאפשר. דער פועל יוצא איז, אז דער שטיבעל פירט זיך מערסטענס פון זיך אליין, דאס רעדל דרייט זיך בעיקר בלויז דורך די חברי השטיבעל און אירע אקטיווע מעמבער׳ס.
ס׳איז געווען א חודש אשר מאורעות בו מקיפות, מיט רייכע הוספות הן בכמות (נייע געלונגענע מעמבער׳ס) והן באיכות (תוכן און ארטיקלן), ועל כולן די רעוואלאציאנערישע ״פה-סח״ אויסגאבע וואס [tag]כוכב[/tag] וחבורתו האבן באוויזן אהער צושטעלן לכבוד פסח, לתפארת השטיבעל ולומדי׳.
אין לויף פונעם חודש איז מיר אויסגעקומען זיך צו באקענען אביסל נאענטער מיט עטליכע חברים דא, כ׳האב מיר איינגעקויפט אפאר גוטע ידידים (און פילייכט אויך עטליכע שונאים...), והיה זה שכרי.
כ׳האב געפונען א געשמאקע חברותא (און א שיעור אין ייטב לב ) אין [tag]אסף המזכיר[/tag], לבי לבי אויף די חצים ובליסטראות וואס ער האט נעבאך איינגענומען צוליב מיר. בחדא מחתא וויל איך אויך איבערבעטן ברבים די ראשי המנהלים פאר די עגמ״נ וואס כ׳האב זיי פאראורזאכט אלץ רעזולטאט פון די #גנדי סאמוטאכע, ס׳קומט זיך זיי קרעדיט, סיי פאר׳ן כאפן דעם וויץ, און סיי פאר׳ן עס ״כאפן באצייטענס״, ואתכם הסליחה.
א ספעציעלן דאנק פאר מיין קאלעגע גבאי [tag]פלאוויוס[/tag], דיין געמאסטנקייט און שכל הישר איז ראוי להערכה, נעמת לי מאוד.
צום שלוס וויל איך באדאנקען כל חברי השטיבעל, ס׳איז ענקערע ביישטייערונגען וואס דערהייבט דעם ניווא פון שטיבל למעלה למעלה, און פארשטייט זיך א ייש״כ פאר די נייע אויסדערוועלטע גבאים פאר׳ן איבערנעמען די לייצעס (בזכותכם, קען כ׳שוין ענדליך דרימלען מיט א רואיגקייט, אן זעהן כסדר דעם אות משולשת ווען כ׳פארמאך די אויגן...).
בברכת ברכה והצלחה וסייעתא מן שמיא, לנו ולכל בית ישראל.

כאן, חבל טבור הארץ.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4521 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 644 מאל
Re: א דאנק אייך, טייערע גבאים
כוכב האט געשריבן:זייער עלעקוואנט געשריבן.
א לייק פאר וואקאבולארי.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל
קינד_אן_קייט, כ'האף אז דו האסט מיך אינזין געהאט מיט דער שיינער דרשה, ווייל כ'האב נישט קיין צייט פאר אזא לאנגס. דו האסט א הערליכן פעדער וואס איז א מחיה צו ליינען, און דיין חוש פון הומאר איז אויך נישט אוועקצומאכן.
ס'איז מיר באמת געווען א פארגעניגן צו ארבעטן מיט אזא קלוגן און געשמאקן שותף. כ'האף אז מיר וועלן נאך האבן געלעגנהייטן אין דער צוקונפט צו דינען דעם שטיבל אינאיינעם.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19793
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24945 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
- קאנטאקט:
קאווע טרינקער האט געשריבן:זייער שיין... אבער וויסן זאלסטו אז מיין דאקטאר זעהט נאך אין מיר אלץ די נאכוויי פון אפריל וויץ.
מ'דארף אכטונג געבן, ס'דרייען זיך דא עלטערע אידן וואס מאכן שוין באלד בר מצוה.
קאווע טרינקער: נו, פיהר אויס...די אור אייניקלעך. (לויט ביידע פשטים...) פשט א' כפשוטו די אור אייניקלעך: פשט ב'... איהרע אייניקלעך...
- סארווירער
- מנהל
- הודעות: 43
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 11, 2015 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל
ביים ענדע פון חודש אייר טוען מיר אויסדרוקן שבח והודאה פאר די גבאי חודש, אונזערע חשוב'ע ידידים [tag]פליקער[/tag] און [tag]שמערל[/tag] וואס האבן באזונדער שטארק ארויסגעהאלפען לטובת אונזער שטיבל, און מיט זייער שכל הישר האבן זיי ארויסגעהאלפען אנצוגיין מיט די הייליגע ארבייט.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
- סארווירער
- מנהל
- הודעות: 43
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 11, 2015 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל
ביים ענדע פון חודש סיון טוען מיר אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די גבאי חודש, אונזערע חשוב'ע ידידים [tag]כוכב[/tag] און [tag]ונבנתה העיר[/tag] וואס האבן אריינגעלייגט אסאך כוחות לטובת אונזער שטיבל, און מיט זייער שכל הישר האבן זיי ארויסגעהאלפען די חשוב'ע חברים.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
- קאסטנער
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל
Re: א דאנק אייך, טייערע גבאים
ביז יעצט האב איך נישט געוואלט עפענען ברבים מיינע געדאנקען אויס מורא נישט קאליע צי מאכן אבער יעצט אז די חודש איז פאריבער,
איך ווייס נישט צי עס איז נאר א דומיון אבער פאר מיר עכ״פ האט אויסגעזען ווי די גבאי @כוכב איז געבליבן מיט א מעקער וואס לאזט נאך זיך א סימן פין בליי..
איך בין זיכער אז ער האט אסאך געטראכט פארן מעקען אבער איינמאל סאיז געווען די החלטה צי מעקען - יאלה ער האט נישט געגעבן קיין ש** אין געטין וואס ער האט געדארפט צי טין.
פאר מיר איז עס געווען א מוסר השכל, די עיקר איז נישט וויפל מען מעקט (פארשטייט זיך מיט א גבול) סאיז ״ווי אזוי מען טיט עס״ מיט וואס פאר א אופן מען גייט צי דערצו אז יענער זאל זיך נישט פילן געטראפן..
איך ווייס נישט צי עס איז נאר א דומיון אבער פאר מיר עכ״פ האט אויסגעזען ווי די גבאי @כוכב איז געבליבן מיט א מעקער וואס לאזט נאך זיך א סימן פין בליי..
איך בין זיכער אז ער האט אסאך געטראכט פארן מעקען אבער איינמאל סאיז געווען די החלטה צי מעקען - יאלה ער האט נישט געגעבן קיין ש** אין געטין וואס ער האט געדארפט צי טין.
פאר מיר איז עס געווען א מוסר השכל, די עיקר איז נישט וויפל מען מעקט (פארשטייט זיך מיט א גבול) סאיז ״ווי אזוי מען טיט עס״ מיט וואס פאר א אופן מען גייט צי דערצו אז יענער זאל זיך נישט פילן געטראפן..
- קאסטנער
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל
Re: א דאנק אייך, טייערע גבאים
עזריאל האט געשריבן:האט ונבנתה העיר בכלל עפעס געמעקט?
איך מיין אז נישט.
ער האט שוין נישט געהאט וואס...