א דאנק אייך, טייערע גבאים

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

א דאנק אייך, טייערע גבאים

שליחה דורך קעלנער »

דער חודש קומט שוין צו אן ענדע, און עס איז די צייט אויסצודרוקן א יישר כח פון טיפן הארצן פאר די צוויי טייערע גבאים פון חודש אב, [tag]כוכב[/tag] און [tag]ונבנתה העיר[/tag]. א גרויסן דאנק פאר'ן אנפאנגען די גבאות ראטאציע פראגראם מיט'ן רעכטן פוס, און זיין א וועגווייזער אויף ווייטער ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די פאזיציע לויט אונזערע פרינציפן, מיט חכמה ודעת, איידעלקייט, כבוד הבריות, און לרומם קרן השטיבל.

עס איז שווער זיך צו געזעגענען פון אייך אלס גבאים, און די הארץ זאגט אז מיר זאלן אייך פארבעטן צו בלייבן גבאים אויף פערמאנענט, אבער די שכל זאגט אז מיר זאלן נישט טשעפען מיט די פראגראם, און דווקא די פראוויזארישקייט פון די גבאות איז א וויכטיגע קאמפאנענט פאר איר הצלחה. האפענטליך וועלן מיר אייך צוריקזעהן אלס גבאים אין א צייט ארום.

א גרויסן דאנק נאכאמאל, און מיר האפן אז איר האט אויך געהאט א קורת רוח מיט האבן א חלק אין ארויסהעלפן אין די שווערע ארבייט.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ונבנתה העיר האט געשריבן:איט וואז ען האנאר טו סערוו מיי קאנטרי.

איך האף אז קיינער האט זיך נישט באליידיגט.

באנטשעס פון הצלחה פאר די נייע גבאים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

שליחה דורך כוכב »

עםם, שווער צו גלייבן, דא בין איך מלך בגדוד און מארגן בין איך צוריק א ציווילע בירגער, אויפן זעלבן מעריב באנק ווי חנני זרח שטיגליץ און בערל פרוכטבייסער, ס'דערמאנט מיר פון דער ארטיקל אין דער שטערן ווי א מינוט נאך די וואלן האבן די סיקרעט סערוויס פארלאזט ראמני און זיין זון האט אים געדארפט אהיימדרייוון.
איז האט איינער אפשר דער נומער פון שמחה פעלדער, ס'קען זיין הענדי, ער האט געטוישט די טוירם לימיטס פאר בלומבערג, אפשר קען מען נאך עפעס ארלעדיגן...
ערנסט גערעדט איז עס געווען א געוואלדיגע עקספיריענס און א כבוד (דא ווער איך עמאשענעל), ענדליך געטראפן דעם לאנג געזוכטן הונטער די קוליסן, און יא, סאיז סופרייזירנד (יתחדש, נייע ווארט) וויפיל חכמה און מלאכה עס גייט אריין אנצוהאלטן דעם הויכן ניווא פון שטיבלנו.
טענק יו אלל פאר גיווינג מי דע אפארטוניטי ענד מעי גאד בלעס יו.
(כהאב גוט גערעדט? האלטסט איך בין אריינגעקומען שטארק?)
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

שקויעך כוכב און ונבנתה. מעסיוו זשאב!!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

שליחה דורך כוכב »

קיצור המעשה, וואז עי פלעזשער סערווינג מיי קאנטרי, און כ'האף ווער ס'האט זיך געדארפט באליידיגן האט זיך טאקע באליידיגט...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

שליחה דורך שעפטל »

גאר געלונגענע דזשאב, עטס האטס יעצט א גוטע רעזומעי, עפלייטס נאכאמאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

איך באגריס ר' [tag]רויטע וואנצעס[/tag] - גבאי חודש א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י, פארן אריינפירן דעם באבוב אשכול אין צימעס.
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

די צווייטע חודש פון דעם גבאים ראטאציע פראגראם איז דורך מיט גרויס הצלחה, א דאנק אונזערע חשוב'ע און איבערגעגעבענע גבאי חודש אלול [tag]אפטעמיסט[/tag] און [tag]רויטע וואנצעס[/tag], וואס האבן זיך איבערגעגעבן מיט מסירות און נאמנות לטובת אונזער שטיבל און אונזערע חברים.

א ריזיגן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט אויך הנאה געהאט פון אייער ארבייט!
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

הנאה געהאט? ס'האט נישט געקענט זיין קיין גרעסערע זכיה!

כ'וועל ציטירן א שטיקל פון אן אשכול וואס כ'האב געשריבן אין חדר גבאים:

אפטעמיסט האט געשריבן:... אבער כ'האב אין וויסטן חלום נישט פאנטאזירט ווי סך קאפ, מח און ארבעט די מנהלים און אחראים לייגן אריין צו האלטן די סטאנדארט הויעך און ריין. כ'האב נישט געגלייבט וויפיל ישוב הדעת פאדערט זיך, און וויפיל צייט נערווען און געדולד מען לייגט אריין נאכצוקומען יעדענ'ס פארלאנגן און בקשות — ווי שטארק מען פרובירט נישט צו מעקן און רעדאגירן, און מיט וויפיל כבוד און רעסעפקט מען באציט זיך צו יעדער ניק — אן קוקן וואספארא אידילאגן און השקפות ער טראגט, און נישט קיין חילוק ווי גוט און לאנג יענער שרייבט דא...


כ'האב נישט וואס צוצולייגן.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די גבאות איז געווען א Honor. ייש"כ פאר די געלעגנהייט. בעיקר ווייל ס'איז געווען א eye opener וויפל כוחות מ'לייגט דא אריין. זייענדיג גבאי האב איך מיר פיל געלערנט וועגן ישרות פון די מנהלים, און אויך ווי אזוי צו האנדלן מיט קרומקייט. קאווע שטיבל איז באמת א פארום וואס האט אן השפעה אויף מענטשנס לעבן, ס'איז נישט קיין שפיל, ס'בויעט אונזער געזעלשאפט, ס'העלפט אונזער שלום בית, און געבט אונז פראקטישע עצות אין חינוך, אחיעזר, ביזנעס און טעכנעלאגיע. דערפאר טוען די מנהלים און גבאים דא דן זיין בכובד ראש על כל דק ודק.

די ארבייט פאר זיך איז נישט אלעמאל געווען גרינג. קללות אין אישי, און טענות ברבים איז נישט עפעס וואס איך בין געוואוינט צו, אבער ס'האט מיר געמאכט וואקסן אין ווי אזוי צו פארשטיין אנדערע מענטשן, און האנדלן מיט זיי.

מי שבירך אבותינו הוא יברך את המנהלים, הגבאים, האחראים, והעקס גבאים, וכל הניקים הנאמנים. צוה לברכם.. נאך א מזל ס'איז בחינם.

איי לאוו יו אלל דעירלי. איך פיל באמת א קשר נפשי מיט אייך אלע. אפשר וועל מיר זיך נאך טרעפן איין טאג איבער א עכטע גלעזל קאווע, געמישט מיט ספלענדא אנשטאט צימעס.

איך וויל אויך נעמען די געלעגנהייט עקסטער צו ווינטשן ידידי היקר אפטעמיסט. אפטעמיסט, האסט געטוהן א מעסיוו זשאב! די מאחורי מפתח איז הערליך! דיין פלייסיגע גבאות סטייל איז צו באוואונדרען. ביסט געווען א אינספערעישן ווי אזוי אנצוגיין מיט'ן גבאות'שאפט.

א כתיבה וחתימה טובה!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

צום ענדע פון חודש תשרי ווילן מיר באדאנקען אונזערע חשוב'ע און איבערגעגעבענע גבאים [tag]מאטי[/tag] און [tag]ראש הישיבה[/tag], וואס טראץ דעם פארנומענעם חודש תשרי האבן זיי זיך איבערגעגעבן מיט מסירות און נאמנות לטובת אונזער שטיבל און אונזערע חברים.

א ריזיגן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט אויך הנאה געהאט פון אייער ארבייט!
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2053 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

פארוואס האט מען דאס מאל נישט באדאנקט דא?
שוין במקום שאין איש, טוט יעדער באדאנקען שעפטל מיט פאפ פאר זייערע געטרייע הילף פאר ק''ש, און מיר האפן איר האט אויך הנאה געהאט!

ישמעאל הכהן
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ישמעאל? ביסט משתמש בשרביטו של מלך.. אראפ מיט די גרינע!

און וואס איז מיט לאליפאפ? ער, גענוי ווי שעפטל, האבן שווער געארבעט און געשוויצט למען מוסדותינו הקדושים. ובדין הם שיטלו שכרם.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

שליחה דורך דריידל »

ישמעאל דערמאנט אויך לאליפאפ, נאר ס'קוקט אויס אז לפי שעה האט ער פארגעסן זיין ערשטע נאמען במחכ"ת
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אה נישט באמערקט. סארי.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

ביים ענדע פון חודש כסלו דארפן מיר אויסדרוקן שבח והודאה פאר די גבאי חודש, אונזערע חשוב'ע ידידים [tag]יואב[/tag] און [tag]פישל'ע העררינג[/tag] וואס האבן אריינגעארבייט טאג און נאכט לטובת אונזער שטיבל, און מיט זייער שכל הישר האבן זיי ארויסגעהאלפען אנצוגיין מיט די הייליגע ארבייט.
א ריזיגן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פישל! שווים נישט אוועק יעצט! יואב מ'מיינט דיר אויך!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

שליחה דורך יואב »

חודש הולך וחודש בא, מיין קאדענץ בעולם הגבאות איז געקומען צו אן ענדע בשעה טובה ומוצלחת. קודם וויל איך זאגן א שכח פאר ר' פישעלע, ענק ווייסן נישט וויפיל דער האט אריינגעארבעט דא. איך קען נישט זאגן איך בין ממש געזיצן מיטן פוס אויף ארויף, אבער צו זאגן אז איך בין געווען א מיטארבעטער מיט עמען איז פשוט נישט יושר. כ'האב נישט אריינגעלייגט האלב פון די כוחות וואס דער האט, זיכער נישט אויף דעם טעכנישן פראנט. איך גיי נישט יעצט שפילן דעם דל-גאה געים; כ'האף אז פישל וועט נישט יעצט קומען פראווען עניוות אויף מיין חשבון, ס'וועט אים במילא קנאפ העלפן כי כל מעשיו בספר נכתבים.  (אקעי, פאר סאום-פריקען-ריזען מוזן גבאים זיך טרעפן אריינוואנדערן אין דער קארני זאנע בשעת'ן גיין און קומען. שוין, איר זאלט נישט געפרואווט ווערן. נישט יעדער מ'שטיינס ווייסט וויאזוי אפצוטראגן פון דאנען אזוי בשתיקה.)

באזונדער וויל איך באדאנקען די געטרייע הנהלה פאר'ן מיך געבן די געלעגנהייט צו כאפן א בליק אויף דעם באליבטן שטיבל פון הינטער די קוליסן. די ארבעט וואס ווערט דא אריינגעלייגט איז צו שטוינען. די הנהלה לייגט אריין דמים אחד משמע צו פארזיכערן אז דער דאזיגער פלאץ זאל זיין א בית ועד לחכמים, דאס שטיבל זאל ליטערלי ראקן און ווייטער בלייבן א רואיגער ווינקל פאר דעם היימישן איד צו קענען פארברענגען בחכמה ומדע.

קומט א ניקל, איז נוטה אצבעו אויף דעם באריכט קנעפל בעת ווען אן א צווייטן קלער און חתן דינן איז שוין לאנג אויף זיין טעגליכן מארשרוט איבער א א טוץ זייטלעך ממינים שונים. אויבן אבער אין די העכערע חדרים ווערט א רעש און א טומל. ס'טייטש דאנען שרייט א איד אפיקורסות, אן אנדערער טיילט צימעס, א דריטער זעט סאבאטאזש, א פערטער איז סתם אזוי נישט צופרידן און א פיפטער און זעקסטער וועלכע זענען פארמישט אין א קינדישן שטרייט ווארטן אומגעדולדיג אויפ'ן לעבע ער זאל קומען שליכטן דעם קריזיס. מ'רופט צונויף שרים און משרתים פון אלע ראנגען אויף א דרינגנדער זיצונג שוקל צו זיין די דברים נחוצים העומדים ברומו של עולם – און דאס אלץ ווייל א תגובה'לע דארט אונטן איז מיטאמאל רויט געווארן.( איך רעד יעצט די שפראך פון די מלאכים.)

יא, די זעלבע גרינע און אראנדשע חברה אויף וועמען יחידים גלייכן צו גיסן א קיתון של מים רותחים ווען מ'טוט נישט קארמען זייערע אגענדעס אויף דעם זעלבן פארנעם ס'גלוסט זיי, כאילו עמיצער קומט זיי א פלייאינג שפיץ נעגל פון דעם לינקן פינקי-פינגער. מ'איז דן בכובד ראש מי בניקו ומי בניקותיו, מי בחניקה ומי בהתראה; איזו תגובה לחיים ואיזו למוות, מי באשכול זה ומי בפורום אחר.

הפנים, צו מרבה זיין מיט שבחים אויף דער הנהלה איז נא, וויאזוי גייט נאר יענע פראזע, נו? עפעס יכול, אה, יכלה הזמן והם לא יכלו.

אחרון חביב איז מיר געווען א כבוד צו סערווירן דעם חשוב'ן ציבור, כ'האף אז כ'האב קיינעם נישט פאראורזאכט צער, כ'האב געטאן מיין דזשאב. א כתיבה וחתימה טובה, א פרייליכן חנוכה, א געזונטן חודש און א לעכטיגן תמיד. (נאך עפעס? וואו זענען די ווינטשערס ווען איך ברויך זיי?)

גלייכצייטיג וויל איך באגריסן די נייע גבאים, יהא בואכם לברכה. אם [tag]אבטולמוס[/tag] כאן, הכל כאן.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווען וועלט איז ווען וועלט, וואלט איך געזאגט; ס'האט זיך געלוינט יואב'ס גאנצע גבאי'שאפט בלויז צוליב די איינע תגובה. ווען אוניווערס איז ווען אוניווערס וואלט איך געזאגט; די גאנצע גבאים-פראגראם אויך.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

ביים ענדע פון חודש טבת דארפן מיר אויסדרוקן שבח והודאה פאר די גבאי חודש, אונזערע חשוב'ע ידידים [tag]נח בער[/tag] און [tag]אבטולמוס[/tag] וואס האבן ארויסגעהאלפען לטובת אונזער שטיבל, און מיט זייער שכל הישר האבן זיי ארויסגעהאלפען אנצוגיין מיט די הייליגע ארבייט.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

בקשתנו שטוחה לפני מעלת כבוד [tag]נח בער[/tag] שבסור בגדי הגבאות מעליו, לא יסור לגמרי מאתנו רק עוד ינובין בשיבה וישאר אצלינו ויהנה אותנו
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10583 מאל

שליחה דורך אבטולמוס »

א גרויסן יישר כוח פאר'ן מיר געבן די געלעגנהייט ארויסצוהעלפן מיט דער עבודת הקודש, און מיטהאלטן פון הינטער די קוליסן וויפיל קאפ, מוח און הארץ עס ווערט גענוצט צו פירן קאווע שטיבל על מי מנוחות.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קודאס פאר די הנהלה פארען טוהן די ריכטיגע שריט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
רעאגיר