ווערט אן "אחראי"!

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

ווערט אן "אחראי"!

הודעהדורך באריסטא » דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:37 pm

תודה לא-ל אז אין די עטליכע חדשים וואס "קאווע שטיבל" עקזיסטירט האט זיך עס אויסגעברייטעט צו פילצאליגע פארומס און הונדערטער הודעות טעגליך. מיר האלטן א כסדר'דיגן אויפזיכט איבער אלעם וואס ווערט געשריבן, אז ס'זאל שטימען מיט די פרינציפן פון דעם ארט, ווי אויסגעשמועסט אין דעם "ווארט פאר דעם נייעם מעמבער". פארשטייט זיך אז עס מאכט זיך כסדר אז מ'דארף זיך אפגעבן מיט פירן טעמעס צו זייערע ריכטיגע ערטער, פארמעקן א ווארט אדער הודעה, און אנדערע אנגעלעגנהייטן אז "קאווע שטיבל" זאל קענען האבן די ריכטיגע צורה, און דינען דעם ציל. יעצט, ווען מיר ברייטערן זיך נאך מער אויס, און בעיקר זיך גרייטנדיג צו עפענען דעם לאנג-ערווארטעטן פריוואטן פארום, ווילן מיר אויסברייטערן די מעגליכקייטן פון די חשוב'ע חברים.
ווי מיר האבן שוין אויסגעשמועסט, וועט דער פריוואטער פארום פארמאגן א שטרענגער צענזור כדי צו היטן אז עס זאל זיין דינען דעם ציל פון אן ארט וואו ערליכע חרדישע אידן קענען זיך צונויפשמועסן בדיבוק חברים על דרך ישראל סבא. כדי דער כסדר'דיגער אויפזיכט וואס וועט זיך אויספעלן זאל זיין אפעקטיוו, וועלן מיר געבן פאר א מספר מצומצם פון חברי השטיבל פארשידענע רעכטן וועלכע זענען ביז היינט געווען עקסקלוסיוו פאר מנהלים. אט די "אחראים", ווי מיר וועלן זיי רופן, וועלן האבן די מעגליכקייט צו פארמעקן הודעות תיכף ווי נאר זיי באמערקן אז זיי טויגן נישט. די הודעות וועלן דאן מער נישט געזען ווערן, אבער אויב עס וועט אויספעלן וועלן זיי קענען צוריקגעשטעלט ווערן דורך די מנהלים.
די פריווילעגיעס וועלן נישט זיין באגרעניצט בלויז פאר דעם פריוואטן פארום. אן אחראי וועט קענען נוצן די פונקציעס אויך אין די אנדערע פארומס, אויב עס וועט אמאל אויספעלן.
וכאן המקום להודיע אז ווער עס וויל ווערן אן אחראי מיטצושטיין מיט דעם אויפזיכט אויף אונזער/אייער שטיבל, זאל זיך מעלדן צו איינעם פון די מנהלים. ווי געשריבן, בלויז א מספר מצומצם אחראים וועלן אנגענומען ווערן.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך smart » זונטאג יוני 03, 2012 5:04 pm

עס איז זייער א ריכטיגע וועג וואס עטס נעמט און וויכטיג דערצו, און נאר אזוי וועט מען קענען אנגיין,

אבער אינעם איצטיגען מצב לויט מיין טאג אויסשטעל בין איך צו פארנימען זיך צו קענען אינטערנעמען, אבער עוד חזון למועד אפשר וועט אנקומען די צייט וואס איך על מיר קענען מער אריינלייגען

עס בלייבט צו ווינטשען כה לחי!! האלט אן ענקער ארבעט ביתר שאת וביתר עז אין דער אייבערשטער זאל ענק געבן די כח, געלט, און צייט, עס אנצוהאלטען מיטן פילען שטארקייט און טעמפא!

ב.ד.וו. ווען גייט זיך טאקע עפענען די פריווטא פארום? (פשוט האסט עס דערמאנט פרעג איך)
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 244 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 03, 2012 5:37 pm

אויב איך מעג פארשטיין.

וואס איז די ציהל פון לייגן אן הודעה אין פובליק איבער ווערן אן אחראי?

די הודעה איז דען געצילט פאר יעדעם איינעם? אזא איינעם ווי מיר, למשל, וואס איך בין דא כמעט מיום הווסדה פונעם שטיבל, אבער שרייבן בין איך גאר גאר קנאפ אקטיוו. איך ליין כמעט אלעס, לויט ווי מיין צייט ערלויבט, אבער רעאגירן טוה איך נאך ווינציגער, צוליב טעכנישע סיבות. צו אזא איינעם איז דאך דער הודעה זיכער נישט געצילט.

ווידעראום די וואס שרייבן גאר אפט, אבער טאקע דערפאר זעהט די הנהלה אז זיי זענען נישט קוואליציפירט צו זיין מנהל אדער אחראי, צו זיי איז דאך די הודעה אויך נישט געצילט.

אלזא, די הודעה איז געצילט צו א גאר א קליינע ענגע צאהל שרייבער. טא וואס פעלט אויס די מעלדונג אין פובליק? פארוואס שיקט מען נישט צו די קליינע צאל שרייבער וואס קוואליציפירן פאר דעם אמט, א פריוואטע הודעה און זאלן זיי מחליט זיין צו זיי ווילן עס אננעמען צו נישט?

אין יעדן פאל, הצלחה צו דעם עווענטועלן אחראי!!!

----
נ.ב. איך באנוץ מיר יעצט מיט די שנעלע תגובה קנעפל. דאכט זיך מיר אז די רי"ש פון שנעלער איז איבעריג. דא איז די ווארט שנעל א שם תואר נישט א פועל. לכאורה במקום שנעלער תגובה צ"ל שנעלע תגובה.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 457 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג יוני 03, 2012 6:07 pm

נ.ב. איך באנוץ מיר יעצט מיט די שנעלע תגובה קנעפל. דאכט זיך מיר אז די רי"ש פון שנעלער איז איבעריג. דא איז די ווארט שנעל א שם תואר נישט א פועל. לכאורה במקום שנעלער תגובה צ"ל שנעלע תגובה.

אפשר מיט די שנעלעם ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג יוני 03, 2012 6:12 pm

איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6949
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5531 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7592 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג יוני 04, 2012 11:34 am

געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.


ב"ה געלויבט אויף דעם.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1807 מאל

הודעהדורך אלבערט » מאנטאג יוני 04, 2012 11:54 am

געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.

וואו זעסטו דאס?
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 9:36 pm
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יוני 04, 2012 5:22 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.


ב"ה געלויבט אויף דעם.

איך ווייס נישט פון ווי דיין אויפברויז אויף מיר שטאמט? איך האב געפרעגט א שאלה אין די העלבראנץ אשכול סתם צי וויסן ווער דער וואלדמאן איז, א עסקן, א בנש"ק, א שלום בית מאכער, טעראפיסט, נישט לקנטר חס ושלום, נאר ווייל קאנטרארי טו פאפולער ביליף, איז נישט יעדער דא אין ק"ש א סאטמערער אנהענגער, און כ'נאר געוואלט פארשטיין פון וואס ס'האנדעלט זיך דא. איך האב געהאלטן אז ס'נוגע לענין, אבער משום איזה סיבה האבן די אחראים אפגעמאכט אז זיי עפענען א באזונדער אשכול פאר דעם.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6949
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5531 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7592 מאל

הודעהדורך ידען » מאנטאג יוני 04, 2012 6:08 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.


ב"ה געלויבט אויף דעם.

איך ווייס נישט פון ווי דיין אויפברויז אויף מיר שטאמט? איך האב געפרעגט א שאלה אין די העלבראנץ אשכול סתם צי וויסן ווער דער וואלדמאן איז, א עסקן, א בנש"ק, א שלום בית מאכער, טעראפיסט, נישט לקנטר חס ושלום, נאר ווייל קאנטרארי טו פאפולער ביליף, איז נישט יעדער דא אין ק"ש א סאטמערער אנהענגער, און כ'נאר געוואלט פארשטיין פון וואס ס'האנדעלט זיך דא. איך האב געהאלטן אז ס'נוגע לענין, אבער משום איזה סיבה האבן די אחראים אפגעמאכט אז זיי עפענען א באזונדער אשכול פאר דעם.

איך פארשטיי נישט אויף וואס דו גייסט ארויף.

צו וועם רעדסטו?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג יוני 04, 2012 6:09 pm

מסתמא האט עס געדארפט גיין אין אישית צו איינעם
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1476 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יוני 04, 2012 6:47 pm

ידען האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויף וואס דו גייסט ארויף.

צו וועם רעדסטו?

אויף אונזער חשובער חבר הרב דולה, עס זעהט אויס אז די יוסל וואלדמאן אשכול האט עם שטארק פאראיבעלט.

דולה ומשקה האט געשריבן:איך פרעזענטליך בין א שטארקע מתנגד צום גאנצעל אשכול בין לימין בין לשמאל,
איך דער גיי נישט און קען נישט אראפ שלינגען דער עצם פאקט פון אזא אשכול דא אונעם קאווע שטיבל.
נישט קיין אינטערשייד ווי אזוי דיין השקפה איז בנוגע הנידון דאס איז א עקל,
איך קען דאס נישט פארשטיין ווי אזוי ווען דער פארברענגען אפטיילונג ווערט שטילע פון דעם צרעת הבהרת קומט אין מאכט זיכער צוריק אראפ צו שלעפן דעם אפטיילונג צו... וד"ל



דולה ומשקה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.


ב"ה געלויבט אויף דעם.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6949
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5531 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7592 מאל

הודעהדורך יידל » מאנטאג יוני 04, 2012 7:29 pm

געפילטע, איך האב א צד אז דולה האט געמיינט דעם ב"ה סארקאסטיש.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יוני 04, 2012 7:35 pm

יידל האט געשריבן:געפילטע, איך האב א צד אז דולה האט געמיינט דעם ב"ה סארקאסטיש.

אויב אזוי ציה איך צוריק פון די גאנצע מעשה, ליבטל וליהוי כעפרא דארעא.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6949
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5531 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7592 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 05, 2012 11:40 am

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:נ.ב. איך באנוץ מיר יעצט מיט די שנעלע תגובה קנעפל. דאכט זיך מיר אז די רי"ש פון שנעלער איז איבעריג. דא איז די ווארט שנעל א שם תואר נישט א פועל. לכאורה במקום שנעלער תגובה צ"ל שנעלע תגובה.


א היבש שנעלע רעאקציע פון די אחראים איבער די ווערטער אויסלייג פונעם סייט. שנעלער ווי איך האב מיר גערישט.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 457 מאל

הודעהדורך sunbar » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:23 pm

איי עם אוועילעבל...
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 8:50 am

אין א אנדערע אשכול האסטו זיך אפגערעדט אויף די אחראים, און דא גלוסטו צו זיין איינער פון זיי?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1476 מאל

הודעהדורך sunbar » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 9:58 am

שמואל הלוי האט געשריבן:אין א אנדערע אשכול האסטו זיך אפגערעדט אויף די אחראים, און דא גלוסטו צו זיין איינער פון זיי?


קודם כל, איך האב מיך נישט אפגערעדט. איך האב געפרעגט ווי לאנג עס דארף צו געדויערן ביז מען באקומט אן ענטפער...
(די מנהלים/אחראים זענען אונז גארנישט שולדיג... איך פארשטיי אויב עס נעמט אביסל לענגער צו באקומען א ריפליי.. .)

צווייטנס, טאקע משום האי טעמא האב איך געפרעגט אויב מען דארף נאך אחראים...
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יוני 18, 2014 8:46 am

איך בין גרייט עס צו געבן א טריי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5790
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8082 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2638 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 18, 2014 12:38 pm

איך אויך
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2169 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » מיטוואך יוני 18, 2014 1:21 pm

ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך אויך
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יוני 18, 2014 1:39 pm

האב איך שוין דריי וואטס פאר מיר..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5790
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8082 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2638 מאל

הודעהדורך טיטאניק » מיטוואך יוני 18, 2014 2:10 pm

עס איז אזוי מאדנע
קאווע שטיבל האט אזויפיל שיינע אינטערסאנט אשכולות מלא וגדוש, און ציליב איין סענסעטיווע זאך וואס אסאך ניקס דא זענען זייער סענסעטיוו דערויף ציליב דעם גייט מען אוועק מאכען די גאנצע זאך דא?
איך זע איין זאך, וואס מען לערנט אויס א קינד ווען ער איז קליין דאס בלייבט אויף שטענדיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
מען האט אין ענק סאטמערע חסידים אריינגעהאקט און געבראקט איבער די הייליגקייט פון דער רבי זכותו יאגיין עליינע, און איבער די גערעכטיגקייט פון די שיטה און דאס בלייבט אזוי קלעבען צי ענקערע נשמה אז ענק סאטמארע חסידים קענען זיין זייער זייער זיס און געשמאק אבער אויב רירט מען צי צי דעם גלויבינג ווערען ענק אזוי ווילד אז מען דארף זיך רייבען די אויגען צי זען ווי ענק זענען משנה צורה און קול פון איין רגע צי די צווייטע
ווילאנג מען רעדט פון עפעס אנדערש איז אלעס אקעי, אבער אך און וויי טאמער איינער רעדט וועגען דער רבי און זיין שיטה, פשיהא! א גאנצע איבערקערענישט נייע גבאים אחראים פרעג נישט ממש א פסח קליניג, אזאש אז מען הייבט שוין אן צי באלויבען די יושבי חושך וצלמות אין אייוועלט
זאגטס עטץ גייטץ פארהערען די נייע אחראים דעם ספר ויואל משה אדער די נשא תורה?
בכלל זענען זייער אסאך סאטמרערע אזוי, זיי קענען עובר זיין על כל התורה אבער צים כותל וועט ער נישט גיין, ווען איך זע דאס זאג איך געב א קיק וואס מיינט "חינוך" אויף א יונג קינד! שטעלט אייך פאר ווען מען זאל אזוי אריינהאקען גאט און זיין תורה אין די קינדער ווי די סאטמערע האבען אריינגעהאקט דעם רבין אין זייער קאפ, שטעלט אייך פאר ווי שיין מיר וואלטען אויסגעזען

הערט אויף צי ווילדעווען, יא סאטמערע רבי איז געווען א רבי ווי אלע רבי'ס א בשר ודם א טייטלבוים און ער האט געהאט רעכט צי האבען א מייניג און אנדערע האבען געהאט רעכט נישט צי קויפען זיין מייניג, עס איז דעמאקראטיע אויף די וועלט! און ער האט געהאט רעכט צי האבען גבאים ארים זיך וואס האבען עם געקענט פירען ביים נאז פינקט ווי יעדער אנדערע רבי
אין מיינע אויגען איז ר' אהרן גארנישט ווייניגער ווי ער
איין חילוק, ר' אהרן האט זיך פארפליישיגט מיט משה גבאי און ר' יואליש איז געקימען אויף א נייע פעלד נאכען קריג מיט א באנדע נשמות נשברות און ער האט געהאט א גרינגע פאליטישע פיעלד מעבר לזה, פינקט ווי מען קען נישט אוועק מאכען ר' אהרן'ס גאונות און געוואלדיגע כח הדרוש און מנהיגות די זעלבע מיט ר' יואליש, איי צי דען בין איך מסכים צי אלעס וואס ר' אהרן טיט? ניין! ער מעג זיין ווי גרויס ער איז אבער ער איז פארט א מענטש און פארט א טייטלבוים און האט גבאים נאז פירער
הערט אויף מיט די שטותים און הייבט אייך אביסעלע העכער דעם צימצום
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » מיטוואך יוני 18, 2014 2:12 pm

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יוני 18, 2014 2:15 pm

ר' טיט היקר ,ביסט הייליג גערעכט (כמעט) יעדעס ווארט (און רעבאהרן קומט כלל נישט דא אריין) אבער פליז לטובת דיר אליינס און לטובת אונז אלע נעם אריין א טשיל פיל ווייל איך ווייס שוין נישט אויף וועם איך בין מער גערעגט ,אויף דיר אדער אויפן זינלאזער אשכולות וועקער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5790
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8082 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2638 מאל

הודעהדורך טיטאניק » מיטוואך יוני 18, 2014 2:22 pm

איך אויך האט געשריבן:ר' טיט היקר ,ביסט הייליג גערעכט (כמעט) יעדעס ווארט (און רעבאהרן קומט כלל נישט דא אריין) אבער פליז לטובת דיר אליינס און לטובת אונז אלע נעם אריין א טשיל פיל ווייל איך ווייס שוין נישט אויף וועם איך בין מער גערעגט ,אויף דיר אדער אויפן זינלאזער אשכולות וועקער.

איך טשיל וויפיל די ווילסט :D :lol: :D :lol: :D :lol: :D :lol: :D :lol: :D :lol:
אבער איך פארשטיי נישט מה כל הרעש?
איך זע למשל אז דער גאנצעל איז נישט פארטיג געווארען מיט זיינע בויך וויי, איך האב עם צי שטארק אריינגעגעבען און ער איז געבליבען nauseous פאר צי א לאנגע צייט
דערפאר האב איך עם געלאזט וויינען און שרייען און איך האב איגנארט דעם בויך וויי,
אבער פון איגנארען ביז לויפען מאכען א ויצעקו אז מען מיז דא נייע אחראים און נייע בודקים דאס איז צי איבער געטריבען
איך רעד שוין נישט פון דעם וואס ניקס האבען זיך גענימען וויינען מיט די ניגון זכרנו את הדגה אשר אכלנו במצרים מען בענקט זיך צי אייוועלט'ס יושבי חושך סטייל! און דאס אלץ ווייל איינער טראכט נישט און שרייבט נישט ווי מען האט ענק געלערנט אין ווילי און אין מאנראו? הערט אויף מיט דעם שרעקעוודיגער צימצום!
און איך ווארף ציריק צי ענק אלע סאטמארערע געטרייע תלמידים די ווערטער
איך אויך האט געשריבן:פליז לטובת דיר אליינס און לטובת אונז אלע נעם אריין א טשיל
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל

נעקסט

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט