קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.
צום ערשט א דאנק געבן פאר די אדמיניסטראציע פאר מיך אננעמען.
אן עלטערע חבר וואס שרייבט דא האט מיר געשטיפט זיך איינצושרייבן דא. אויף דערווייל האב איך נישט קיין אינטערנעט אינדערהיים, איך נוץ די לייברערי פרייטאג נאכמיטאג, אדער מיין שוויגער'ס קאמפיוטער ווען איך בין דארט מוצאי שבת. איך טייפ אראפ מיינע מחשבות אויף מיין לעפטאפ אינדערהיים, און האלט זיי אויף א USB שליסעל. זייענדיג פון נאטור אביסל איבערגעטריבן פונקטליך, ספעציעל ווען אויסגעשטעלט צו ווערן קריטיקירט, האב איך דערווייל נאך נישט גרייטע ארטיקלען.
איך וויל זיך פארשטעלן אלץ א געוועזענע חסידישע בחור, איך פלעג באזוכען ר' אלימלך בידערמאן, ר' צבי מאיר גינזבערג, תולדות אהרן, ר' יעקב מאיר שעכטער, ר' עקיבא ראבינאוויטש, ר' חיים הערש טייטלבוים. איך בין נאכאלץ א חסידישע אינגערמאן, אבער וויבאלד מיינע עלטערן און נאכמער מיין פרוי'ס עלטערען זענען נישט קיין רבי מענטשען, האב איך צוביסלעך נאכגעלאזט, און איך באגעניג זיך מיט מיין רב וואס פסקענט מיינע שאלות, און מיין ראש הכולל'ס מוסר דרשות.
איך לייג האפענונג אז מיינע רייד וועלן טרעפן ריכטיגע צוהערער.