שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ביקורת המקרא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 14, 2015 5:30 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ביקורת המקרא »

היות מיר האבן באקומען פונעם בורא כל עולמים הממלא כל עלמין וסובב כל עלמין א יצירה אשר בראו כדמותו ובצלמו הנקרא "Internet" אשר ממלא כל עלמין , וממלא כל חללי דאית בנינו, דהיינו מקען דורך רעדן וואס מ'וויל ווען מ'וויל מיט וועם מ'וויל , פיל איך אז ס'איז פשוט א מצווה מן התורה צו נעמען א חלק אין דעם א בחינה פון והלכת בדרכיו.
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1374 מאל

שליחה דורך בן אדם »

[tag]ביקורת המקרא[/tag] מאך טאקע זיכער נישט צו מסיח דאס פון דיין (toy) באשעפער פאר קיין רגע נישט.
שלום45
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 16, 2015 1:49 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך שלום45 »

נאכ'ן מיטהאלטן קאווע שטיבל איבער א יאהר, האב אייך האב פאריגע וואך מחליט געוועהן זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל. גיי איך ארויף אויף די ערשטע זייט און בום! נישט דא קיין "רעגיסטרירען" קנעפעל! כ'האב געקליקט דא און דארט, ביז איך האב געזעהן די מודעה פון די הנהלה אז רעגיסטראציע איז צייטווייליג אפגעשפארט. יעצט אז רעגיסטראציע איז פיינעלי אפן שרייב איך מיר איין מיט פרייד.
זעה איך אז עס פארלאנגט זיך צו שרייבן איבער זיך פאר'ן זיך איינשרייבן, און איך האב הנאה דערפון. זייענדיג א שעמעדיגער בטבע וואלט מיר אפשר גענומען אסאך צייט ביז איך וואלט מיך ערלויבט צו עפענען מיין מויל. אזוי זאג איך אפ מיינס נאך דא אין די רעגיסטראציע בלטעל, און איך קום אריין ווי אחד מן החבורה, און די עולם ווייסט שוין אביסל איבער מיר.
איך בין א נייגעריגער בעיקר אויף תולדות און היסטאריע פון גדולי ישראל. וויבאלד מיין אינטערעסע אין תולדות קומט נישט פון א מצוה'דיגע צד, ווי אז ס'איז א מצוה צו רעדן פון גדולי ישראל, נאר פון א פשוט'ע נייגעריגקייט צד, קען איך נישט פארנעמען די געבלאפטע מעשיות פון די אלע ביכער, און איך בין נייגעריג געוואר צו ווערן דעם אמת איבער גדולי ישראל. נישט יעדע גדול איז געבוירן געווארן א גדול, יעדער האט זיך געהאט זיינע נסיונות, שוועריגקייטען, און בעיקר, פארדרייען די דעות פון גדולי ישראל אז זיי זאלן שטימען מיט די דעות פון דער וואס דערציילט עס איז די ערגסטע זאך אין מיינע אויגן.
איך בין נאך אין די פריע צוואנציגער יאהרן. און איך בין נישט דער גרעסטער ידען, אבער איך בין נייגעריג, און כ'האב ליב קונה צו זיין. איך לערן אין כולל א גאנצען טאג, און איך האב נישט קיין סאך צייט צו שרייבן. אבער פון צייט צו צייט האף איך צוצולייגן און זיך אנצוריפן.
איז טייערע אידן, א דאנק פאר'ן מיך מהנה זיין ביז היינט, און האפענטליך ווייטער.
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 510 מאל

שליחה דורך פריעד באטשי »

שלום45 האט געשריבן: איך בין א נייגעריגער בעיקר אויף תולדות און היסטאריע פון גדולי ישראל. וויבאלד מיין אינטערעסע אין תולדות קומט נישט פון א מצוה'דיגע צד, ווי אז ס'איז א מצוה צו רעדן פון גדולי ישראל, נאר פון א פשוט'ע נייגעריגקייט צד, קען איך נישט פארנעמען די געבלאפטע מעשיות פון די אלע ביכער, און איך בין נייגעריג געוואר צו ווערן דעם אמת איבער גדולי ישראל. נישט יעדע גדול איז געבוירן געווארן א גדול, יעדער האט זיך געהאט זיינע נסיונות, שוועריגקייטען, און בעיקר, פארדרייען די דעות פון גדולי ישראל אז זיי זאלן שטימען מיט די דעות פון דער וואס דערציילט עס איז די ערגסטע זאך אין מיינע אויגן.
איך בין נאך אין די פריע צוואנציגער יאהרן. און איך בין נישט דער גרעסטער ידען, אבער איך בין נייגעריג, און כ'האב ליב קונה צו זיין. איך לערן אין כולל א גאנצען טאג, און איך האב נישט קיין סאך צייט צו שרייבן. אבער פון צייט צו צייט האף איך צוצולייגן און זיך אנצוריפן.
איז טייערע אידן, א דאנק פאר'ן מיך מהנה זיין ביז היינט, און האפענטליך ווייטער.

די נושא איבער פארדרייען די היסטערי פון די יונגע יארן פון גדולי ישראל, איז זייער וויכטיג צו באשרייבן, ווייל עס איז פון די גרעסטע עוולות אינעם היינטיגען דור, איין באשעפער אין הימעל ווייסט וויפיל בחורים און יונגעלייט וואלטן אנדערש אויסגעקוקט אויב מען וואלט געזאגט די אמת איבער דעם..
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15261 מאל

שליחה דורך אדנירם »

שלום שלום ל[tag]שלום45[/tag].

דיין שפראך איז שיין, דיין גראמאטיק ריין, דיין הסברה קלאר, און דיין באנעמונג - אינגאנצן אומשעמעוודיג.
יהא בואך לברכה, און געב אויך צו פון דיין אוצר ווען דו קענסט.


אגב, ביזטו א חסיד פון באבוב מהרמ"ד? [רמז: שלום 45...].
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אויסגערוט »

שלום45 האט געשריבן:איך לערן אין כולל א גאנצען טאג, און איך האב נישט קיין סאך צייט צו שרייבן.


???
אויב נישט אין כולל ווען יא

Sent from my SM-G920P using Tapatalk
קרעפל פשעטיל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך קרעפל פשעטיל »

איך האב הנאה צו ליינען די פאליטיק ביי כלל ישראל איך וואלט געוואלט צולייגן אמת'ע פאקטן ארום ענינים און וואס איך האב א אינטערעסע, איך האב זייער ליב צו פייטן פאר אמת, אפילו עס געפעלט נישט פאר'ן כלל און איך וועל לידן דערפאר
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 510 מאל

שליחה דורך פריעד באטשי »

קרעפל פשעטיל האט געשריבן:איך האב הנאה צו ליינען די פאליטיק ביי כלל ישראל איך וואלט געוואלט צולייגן אמת'ע פאקטן ארום ענינים און וואס איך האב א אינטערעסע, איך האב זייער ליב צו פייטן פאר אמת, אפילו עס געפעלט נישט פאר'ן כלל און איך וועל לידן דערפאר

ביסטע טאקע עמעסדיג? דאן וועלקאם טו דע קלאב, אויב נישט, אסטע קוטיא פייא נעקי!
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

שלום עליכם טייערע חברים.

ווי איר זעט, בין איך שמואל פרימו. פאר די וואס ווייסן ווער איך בין, פעלט נישט אויס קיין הסברים און ערקלערונגען. איך זעה דא אז מען בעט פון מיר אז איך זאל שרייבן מיינע אינטערעסן, חסידות, טאלאנטן, שאיפות פלענער און נאך. איך מיין אז מיין נאמען זאגט שוין אלעס אויס, און אנשטאט די פערציג ווערטער וואס מען פארלאנגט פון מיר, קען איך דאס צוזאמענשמעלצן אין צוויי ווערטער, "שמואל פרימו" דאס זאגט שוין אלעס.
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך ראשעקאל »

איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דיר. קענסט אביסעל דערציילן?
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך יענער פויגעל »

ראשעקאל האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דיר. קענסט אביסעל דערציילן?

אויך נישט געהערט פון דעם שמואל פרימו
זעהט אויס ער וועט יא מוזען מאכען א לענגערע אינטראדאקשען
טראכט גוט וועט זיין גוט
אור חדש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:03 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך אור חדש »

א גוטן. איך דריי זיך אין שטיבל שוין א לאנגע צייט. איך קען נישט אזוי גוט ספעלען, אין מיין חדר האט מען דאס נישט געלערנט. דערפאר האב איך קיינמאל נישט געמאכט קיין ניק. אויך וויל איך בעטען אז איינער זעט גרייזן אין מיין ספעלינג זאל מען מיר מעלדען אין אישי.
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 510 מאל

שליחה דורך פריעד באטשי »

אור חדש האט געשריבן:א גוטן. איך דריי זיך אין שטיבל שוין א לאנגע צייט. איך קען נישט אזוי גוט ספעלען, אין מיין חדר האט מען דאס נישט געלערנט. דערפאר האב איך קיינמאל נישט געמאכט קיין ניק. אויך וויל איך בעטען אז איינער זעט גרייזן אין מיין ספעלינג זאל מען מיר מעלדען אין אישי.

[tag]אור חדש[/tag], האפענטליך ברענגסטו מיט א אמתע נייע לעכטיגקייט מיט זיך, צו באלייכטן אונזער שטיבל.
די ערשטע הודעה האסטו געפעסט די ספעלינג מיט א 100%, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
ברוכים הבאים,
באטשי
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

שלום עליכם, שטיבל חברים.
איך בין א בארא פארק געבוירענער און א הייסע ליבעראל.
איך בין אן עקספערט אין די ענגלישער שפראך און די דיקשינארי איז מיין נאנסטער חבר. מיין מאמע האט מיר געצווינגען נישט צו ווארפען פאפירען אויף די ענגליש טיטשער אין חדר, נאר אויסהערן.
איך בין אן אטלעטה און שפיל באל דריי-פיר מאל א וואך. איך בין א בקי אין לה"ק דקדוק און פלאן ארויסצוגעבן א ספר איין טאג אויף דקדוק השוה לכל נפש.
קאווע שטיבל איז מיין היים אועק פון היים נאך רעדיט.
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
טוביה זִיגוּד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 22, 2015 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך טוביה זִיגוּד »

איך האב אסאך אנגעהערט אין בית המדרש וועגען דעם קאווע שטיבל און באשלאסען אז גם אני בחלומי איך וויל מיר אויך מצטרף זיין צו דעם קופקע און מיט שמיסען
מיין אינטרעסע איז שטופען צייט, און פילן וויכטיג. איך בין א אינגערמאן כבן עשרים וחמש
מיין חסידות קען איך נישט אויסזאגען אבער אין די סיגוטער גלילות
מיינע טאלטאנטען האב איך נאכנישט געהעריג מגלה געווען כאטש מיין רבי אין חדר האט געזאגט אז איך האב א אייזענע קאפ
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אינטערעסאנט ווי נאך יעדע אסיפה אקעגן אינטערנעט, נאך יעדן מאל ארויפצווינגען דעם משומר/גדר זיגל אויף יעדן דעווייס, ווערן דא נתרבה די ניקס ווי שוואמען נאך א רעגן.

# וכאשר יענו אותו, כן יפרוץ וכן ירבה.
וירח ה' את ריח הניחוח
טוביה זִיגוּד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 22, 2015 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך טוביה זִיגוּד »

יא יא :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2202
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1270 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:שלום עליכם, שטיבל חברים.
איך בין א בארא פארק געבוירענער און א הייסע ליבעראל.
איך בין אן עקספערט אין די ענגלישער שפראך און די דיקשינארי איז מיין נאנסטער חבר. מיין מאמע האט מיר געצווינגען נישט צו ווארפען פאפירען אויף די ענגליש טיטשער אין חדר, נאר אויסהערן.
איך בין אן אטלעטה און שפיל באל דריי-פיר מאל א וואך. איך בין א בקי אין לה"ק דקדוק און פלאן ארויסצוגעבן א ספר איין טאג אויף דקדוק השוה לכל נפש.
קאווע שטיבל איז מיין היים אועק פון היים נאך רעדיט.

יא זייער פיין יהא בואך לברכה , ליידער האט מען נישט אויסגעלערנט קיין לשון קודש אין חדר און די טעם דערפון איז ווייל די מלמדים אליין קענען נישט
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 925 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 317 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

טוביה זִיגוּד האט געשריבן:איך האב אסאך אנגעהערט אין בית המדרש וועגען דעם קאווע שטיבל און באשלאסען אז גם אני בחלומי איך וויל מיר אויך מצטרף זיין צו דעם קופקע און מיט שמיסען
מיין אינטרעסע איז שטופען צייט, און פילן וויכטיג. איך בין א אינגערמאן כבן עשרים וחמש
מיין חסידות קען איך נישט אויסזאגען אבער אין די סיגוטער גלילות
מיינע טאלטאנטען האב איך נאכנישט געהעריג מגלה געווען כאטש מיין רבי אין חדר האט געזאגט אז איך האב א אייזענע קאפ

דיין חסידות ווייסט מען טאקע נישט ווייל די פארציילסט נישט.
אבער דיין התנגדות לאסטו דיך ברייט הערן..
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1777 מאל

שליחה דורך ליפא »

נישט מיין ערשטע ניק ממילא באפאלט מיר נישט מיט קיין שלום עליכם'ס. מיין פאריגע ניק איז געווען זייער יאנטשי און געגעבן א ראנג אימפרעשען איבער מיר, דערפאר קום איך איצט מיט א ניק מער פאסיג: ליפא.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איי, ווי נעמט די קוראזש.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אייעם סארי, אבער איך האב לעצטנס באקומען א ראנג אימפרעשאן אויף ליפא, ומאי הועילו חכמים בתקנתם?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1777 מאל

שליחה דורך ליפא »

האסט מיר נישט פארשטאנען. מעגסט האבן א ראנג אימפרעשען אויף א 'ליפא', אבער דאס בין איך און פארטיג. מיין פאריגע ניק האט פשוט פארנארט.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
רעאגיר