העי, די גבאים לאזן נישט צו גיין ברבים! גיי שוין אוועק פון דא! הערסט נישט וואס מען רעדט צו דיר? די רבי הגה״ק [tag]רשכבהג[/tag] האט אויסדריקליך געזאגט אז ער נעמט אויף נאר ביחידות (אישי).
א גוטן טאג אייך מיינע טייערע אחים וואס אפרישיעטען דעה א ספעציעלע מתנה וואס מיר האבן באקומען פון גאט ב"ה.
ווי באקאנט איז ביי אונער סאסייעטי אנגענומען דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב ווי א חק וואס האט אפילו א חיוב ערבות וואס אויב דער דעת באטראפענער שפירט נישט די מכאוב אליין גיהט מען אים עס צו שפירן, במילא פריידט מיר זייער אז איך האב אהער געוואנדערט וואס ווי איך זע איז די באנעמונג זייער א ידידותדיגער ווי מען גלייכט און מען איז מחשיב א צווייטן, און מען פארשטייט דעם ו׳מותר האדם מן הבהמה׳ אז ער האט א פארשטאנד צו זאגן ׳אין' -ווי עס פעלט אויס-.
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער, הגם איך גלייך מחשבה, געדאנקען וכדומה האב איך נישט קיין סאך געדולד צו שרייבן, און ווי אויך בין איך א שטיקעל פערפעקשעניסט און איך האב מורא אז איך וועל שרייבן עפעס אויף וואס איך וועל חרטה האבן אויף דער אופן ווי אזוי איך האב עס ארויסגעברענגט סא לכאורה גיי איך זיין מער א ליינער ווי א שרייבער.
אבער בעפארן ענדיגען מיינע ערשטע ווערטער וויל איך מיך באדאנקען פאר די חברים דא, דאס וואס איך האב שוין געלייענט ביז אהער איז הערליך שיין, מלא תוכן אזוי אינטעלעקשועל, זאל דער בוכ"ע ענק געבן כוח און מוט אנצוגיין ווייטער און אויף אייביג הנאה האבן פון זיין שיינע אינהאלטסרייכע וועלט!
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
קאווע שטיבעל אי ז א געוואלדיגע גוטע זאך האב איך געוואולט ווערען א מעמבער איך פארשטיי צי קאמפיוטערס זייער גוט און איך גלייך צי הערען וואס אנדערע אהבען צי זאגען דא אונעם קאווע שטיבעל
I used to live in Williamsburg new York then I went to live in england in an English speaking community and my only connection with the old world and my old friends is the site called kave shteeble so I want to be a member and be connected with the Yiddish speaking community
Moses האט געשריבן:I used to live in Williamsburg new York then I went to live in england in an English speaking community and my only connection with the old world and my old friends is the site called kave shteeble so I want to be a member and be connected with the Yiddish speaking community
מיין ניק איז יונגע דור לאו דוקא ווייל איך בין פונעם יונגען דור אבער איך האלט אז מען דארף זיך פארשטיין מיטן יונגען דור ווייל זיי זענען אונזער צוקנופט. מיין נאמען און פריוואטע אינפארמאציע האלט איך אין געהיים צוליב פאארשטענדליכע סיבות.
איך ליין שוין דא אין שטיבל פאר כמעט א יאר, און יעצט מיין איך אז ס׳איז געקומען די צייט פאר מיין התגלות, און איך האף צו קענען צושטעלן געשמאקע סחורה, להרמת קרן השטיבל ויושביה... (און כדי עס זאל זיין 40 ווערטער האב איך דאס געדארפט צולייגן)
מהיכי תיתי אז מ'האט אים נישט א נאמען געגעבן ביים ברית 'ידיד נפש'...? כידוע הייסט דאך שלמה קארליבאך'ס טאכטער 'נשמה טהורה שנולדה ערב שבת בין השמשות' [עפעס אזוי... נישט נאר 'נשמה'].
איך בין א פשוטע יוד ווי אלע דא , איך בין אהער געקומען דווקא דא ווייל איך ליג אין ליינען אסאך, און אין די שטיבל קען מען ליינען און זאגן דעות אויף אסאך נושאים ממילא האלט איך אז דא איז מיין פלאץ
ב"ה אין "קאווע שטיבל" שרייבן גאר טאלאנטפולע קאמענטירער און אנאלאזירער. בטבע איז מיין חוש השמיעה שטערקער פון מיין חוש הדיבור, איך בין א גוטע "אויסהערער", פארדעם איז מיר געשמאק צו ליינען און הערן וואס זייער מיינונגען זענען ביי ענינים העומדים על הפרק בכלל און ידיעות, תורה'דיגע און אלגעמיינע, בפרט. ווי א וויידל פון א לייב וויל איך זיך מצטרף זיין כדי צו קענען אנפרעגן און שרייבן, און צו קענען באדאנקען פאר די וואס זענען מיך מחיה שוין פאר לענגערע תקופה. די סיבה פארוואס איך רוף זיך דא "קמץ אלף" וועל איך אי"ה מסביר זיין אין מיין ערשטען אשכול. הודעה #1
אדנירם האט געשריבן:מהיכי תיתי אז מ'האט אים נישט א נאמען געגעבן ביים ברית 'ידיד נפש'...? כידוע הייסט דאך שלמה קארליבאך'ס טאכטער 'נשמה טהורה שנולדה ערב שבת בין השמשות' [עפעס אזוי... נישט נאר 'נשמה'].
נשמה קרליבך (נולדה בשם נשמה טהורה שלוחה אסתר ב-1974 בניו יורק) Wikipedia
I'M very concerned about issues that are affecting our monsey residents &would like to get the voice of the people heard loud & clear we are trying to give out a bulletin every while for the people & by tthe people