שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
תם וישר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 29, 2016 2:47 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך תם וישר »

געהערט פון מיינס א חבר אז די ריכטיגע חברה זיצן אויף קאווע שטיבל. דא זיצן די ריכטיגע הולכי ישר. וואס ווערן נישט פארלוירן פון אויבערפלעכקייט, גייען אריין לעומקן של דברים אהן קיין פחד. איך גלייך זייער ישרות מיט שכל. אויבערפלעכקייט און גלייבן די מעין סטרימס מחשבה און געדאנקן גאנג איז א זאך וואס איך דערלייד נישט. איך האף צו קענען נהנה זיין או מהנה זיין דעם ציבור דא. מיין קאפ איז נישט משועבד צו קיין שום פראקציע ב"ה, נאר בלתי לה' ולתורתו.
מישו מאוד מעניין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 19, 2016 8:54 am
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך מישו מאוד מעניין »

נהורא נפישא האט געשריבן:דרך אגב ס'איז נאך געבליבן עטליכע מעגליכקייטן זיך צו פארריפן אויף פאות ווי פאלגענד;
לאנגע פאות
נאסע פאות
געקרייזעלטע פאות
דינע פאות
ציפלויגענע פאות
צישטרויבעלטע פאות
ארויפגעדרייטע פאות
אראפגעלאזטע פאות
ארויפגעלייגטע פאות
צוזאמגעדרייטע פאות
ציקניפטע פאות
לינקע פאה
איך ווינדער זיך אז מ'שרייבט זיך שוואך איין, אזויפיל נעמען אוועילעבל אויף פאות אליין

עס איז נאך דא אסאך סארטן פיאות

יואלי פיאות
באבובער (48) פיאות
רוגדשובער פיאות
ליפא מאכט לאכט פון א יעדער
טייערע ברודער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 4:46 am
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך טייערע ברודער »

איך וויל מיך צושטעלען צו חברים מקשיבים וואס רעדן ארום דברים שבקדושה ודברים שבקדושים מיט איין אפענקייט, מיט קלארקייט. מ'קען דא רעדן אויף אללעס וואס ליגט אויפן בויך על תנאי מ'רעדט דער אמת וואס מ'שפירט ס'איז לטובת כלל ישראל.
איך בין א חסידישער אינגערמאן פון ענגלאנד, כ'האב א הארץ פאר כשרות, פאר אידישקייט און פאר חסידים און חסידות.
הילף געזוכט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 3:17 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך הילף געזוכט »

איך וויל וויסן מער אינעם תוכן פון אידישקייט נישט נאר פון אינדערויסען - דאס וואס מען האט פארהוילן פון אונז אינדערהיים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך קלער אז טייערע ברודער'ס נאמען צייגט גיכער אויף זיין ברודער ווי אויף איהם. ער דארף אונז זאגען וואס זענען זיין ברודער'ס אינטערעס'ן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ארבעטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 03, 2016 10:20 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ארבעטער »

ארבעט שווער פאר פרנסה, האט קוים צייט צו שרייבן אויף קאווע שטיבל, אבער מיט דען אלעם בין איך א מעמבער אין קאווע שטיבל, פאר די ביסל ליידיגע צייט אין טאג, הנאה צו האבן אביסל פון עולם הזה אויך.
ראש חודש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 08, 2016 4:25 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך ראש חודש »

איך בין א פשוט'ע אינגערמאן א גיט הארציגע, א פרלייכע, שטענדיג מיט א שמייכל, איך זיך צו העלפן אנדערע, גרייט צו טיהן את טובה פאר את צווייטן,
איך ארבעט שווער צו ברענגען א דאלער אין שטוב,
איך בין דא צו געבן און צו הנאה האבן פין שרייבן, מיין שריפט איז נאכנישט גיט, אבער מיט צייט האף איך אז ס'וועט ווערן בעסער
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

שליחה דורך אמת45 »

שלום וברכה עליכם הניקים,
איך בין אן אלטער און אפטער גאסט דא אין שטיבל און א היפשער געניסער דערפון.
מיין איטערעסע צו שרייבן/שעירן איז אבער לעצטנס איבערגעשטיגן דאס ליינען און מיר ענדליך געברענגט צו מאכן דעם ענדגילטיגן ניק-נעים אויסוואל, הלא הוא "אמת". איר אלע פארשטייט אוודאי געוויס אז דאס איז דירעקט א קאמפלעצירטע באשלוס, עד כדי כך אז ס'אומשטאנד אפצוקילן די קאווע מיטן טרינקער. אלזא, נאך לאנגע קווענקלעניש'ן און דיונים בין איך געקומען צו די החלטה ענדליך איינצוגיין אויף א פשרה, אזש אפילו די נאמען וועט למעשה נישט זיין עוועילעבל, העליך תיכף ומיד איינגיין אויף "אמת45", אנע לאנגע שהיות.
ניין ס'מוז נישט זיין די בעסטע! (ווי איראניש, אבער באמת איז נישטא בעסער פונעם אמת) 'אמת' איז טאקע נישט 'שטיקי' אבער ס'אמת'.
ס'וואונדערליך צו זעהן ווי גרינגער דאס לעבן גייט מיר זינט דעם איינזעהעניש, אמת "לייף איזאבאוט קאמפראמייזינג".
איך בין א וואוילער שרייבער און לע"ד (שטייצעך) א פיינער טראכטער. כ'האב טאקע נישט שש'נס פעדער און נישט יואב'ס שפראך. נישט שטילע'ס מעשיות און נישט ראובן'ס ארכיוון. איך האניש הוגה'ס דעות און שמעק נישט נאנט צו שמעקעדיק און האב היבש א קלענערע צאל פריינט פון שבת. (נו מ'קען אנגיין אזוי ביז קמץ-אלף אבער ס'ווי נישט ווי א "שלום עליכם"). אבער אנסה, ואולי בינעך בכדי הנאה, אפילו בלויז בגרמא וגרמי. בעצם האב איך אינזין תיכף ומיד אריינצושפרינגען אינעם 'מהנה' פראיעקט, דאס איינציגסטע אפהאלט מיינע איז דאס האלטן דעם שם טוב - נישט צו פארפאטשקענען דעם צו-נאמען. אבער איך האף מעצאשעם איינצוגיין אויף פשרות דא אויכעט. איך האב כמה האלב אראפגעשריבענע ווערק שוין ביי מיר אין באזיץ, וואס איך האף צוצופארטיגן טאקע אבער איך לייד אביסל אויף פערפעקשעניזם, נו שוין.. איך פארלעץ שטארק דעם באקאנטן 'אמור מעט'לע. איך האב א שטארקע ליבע צו לייקס/רעקאגנישען. כבוד הבריות איז ביי מיר א פריאראטעט. כ'בין א INFJ - פון די (טאפ) 1 פראצענט.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

דאס איז דעפיניטלי גוטע פי אר פאר הגרמ"ד.
חי-פאיוו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 10, 2016 1:21 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך חי-פאיוו »

שלום עליכם אלעמען! איך בין חיים, א 21 יאהר בחר פון פערת, אויסטראליע. וויל איך לערנען מיך אידיש, העברעהיש, אראמעהיש אא"וו אויף מיין משפחה'ס אלטע דיאלעקט, די ווארשעווער. דא אין פערת, איז נישט דא קיין אידיש רעדער, אין אויך נישט קיין מענטש וואס דאווענט און לארנט (זיך) מיט דער אלטע "באריך אטא עלויקייני מעילעך האוילאם" אא"וו דערפאר, וויל איך עהמעצער פון דאנען,וואס קעו מיר רעדן אויף "סקייף". איך בין א בעל תשובה וואס לערנט מיך א סך איבער 2 יאהר, כ'האב ליהב מוזיקא, שטייגן, זיך-פארבעסערן, און א סך אנדערע זאכן, לאמיך וויסן וואס גלייכט עץ, און ס'איז עפשר 'על איך עם וויסן עפעס, אדער ס'איז עפשר קענט עץ מיר לערנען! נו? לאמיר שוין רעדן חברים!
Mathematics
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 10, 2016 1:44 am
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך Mathematics »

I grew up very Chasidic, of course. I'm divorced with a child. I picked my self up quite fast, I got my GED and starting pursuing mathematics right away. At this point, I study mathematics and statistics in a prestigious university.
מילעניול חסיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 10, 2016 5:10 pm
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מילעניול חסיד »

כ'האב פראבירט אמאל דורך צו פארן די אינטערסעקשען פון אידישקייט און די מאדערענע וועלט און ס'האט זיך מיר געפלאצט א רעדל. זייט דעמאלט בין איך אויפן סיניק רוט.
אהער בין איך געקומען ווען כ'האב מיר דערזען מיט א געשריבענע אידיש וואס ווערט ראסטי.
באניצער אוואטאר
שעיקספער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 11, 2016 9:11 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך שעיקספער »

מזל טוב! שעיקספער איז געבוירן געווארן. אשתדל להאיר ולהעיר, ללמוד וללמד. לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן. איך האב געליינט אסאך דא בעפאר איך בין אהערגעקומען. און פאלגענד זענען די ניקים וואס האבן מיך באוואויגען צו ווערן א מיטגליד: ראובן, אדנירם, קופערניקעס, יאיר, הוגה, געוואלדיג, רויטע וואנצעס, פרייוויליג, נהורא נפישא, יואליש, ונבנת העיר, כוכב, יואב, פלאוויוס, איך האב גענומען די צאל ניקים וואס ליגן מיך אין די ביינער גוט, זייט איך ליין דא, און עס איז א קורצע ליסטע וואס ליגט מיך אויפן זכרון. און עס זענען אויך דא צענדליגער ניקים וואס איך האב אויסגעלאזט, למשל שמעקעדיג אא״וו. זיי האבן מיך איבערצייגט אז קאווע שטיבל איז די איינציגסטע אינטעלעקטועל פלאץ אויף דער אינטערנט כהיום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעיקספער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

קופערניקס???? די מיזט שוין האבען א ווייסע בארד..
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

שעיקספער האט געשריבן:מזל טוב! שעיקספער איז געבוירן געווארן. אשתדל להאיר ולהעיר, ללמוד וללמד. לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן. איך האב געליינט אסאך דא בעפאר איך בין אהערגעקומען. און פאלגענד זענען די ניקים וואס האבן מיך באוואויגען צו ווערן א מיטגליד: ראובן, אדנירם, קופערניקעס, יאיר, הוגה, געוואלדיג, רויטע וואנצעס, פרייוויליג, נהורא נפישא, יואליש, ונבנת העיר, - איך האב גענומען די צאל ניקים וואס ליגן מיך אין די ביינער גוט, זייט איך שרייב דא. און עס זענען אויך דא צענדליגער ניקים וואס איך האב אויסגעלאזט, למשל שמעקעדיג אא״וו. זיי האבן מיך איבערצייגט אז קאווע שטיבל איז די איינציגסטע אינטעלעקטועל פלאץ אויף דער אינטערנט כהיום.

?
באניצער אוואטאר
שעיקספער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 11, 2016 9:11 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך שעיקספער »

ראשעקאל האט געשריבן:קופערניקס???? די מיזט שוין האבען א ווייסע בארד..

אין פאקט ליין איך שוין א גאר לאנגע צייט, איך כאב אויסגעלאזט אסאך ניקים. איך ליין אסאך אלטע אשכולות אויכעט. גראדע קופערניקס האט מיך עקסטער געכאפט.
באניצער אוואטאר
שעיקספער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 11, 2016 9:11 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך שעיקספער »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
שעיקספער האט געשריבן:מזל טוב! שעיקספער איז געבוירן געווארן. אשתדל להאיר ולהעיר, ללמוד וללמד. לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן. איך האב געליינט אסאך דא בעפאר איך בין אהערגעקומען. און פאלגענד זענען די ניקים וואס האבן מיך באוואויגען צו ווערן א מיטגליד: ראובן, אדנירם, קופערניקעס, יאיר, הוגה, געוואלדיג, רויטע וואנצעס, פרייוויליג, נהורא נפישא, יואליש, ונבנת העיר, - איך האב גענומען די צאל ניקים וואס ליגן מיך אין די ביינער גוט, זייט איך שרייב דא. און עס זענען אויך דא צענדליגער ניקים וואס איך האב אויסגעלאזט, למשל שמעקעדיג אא״וו. זיי האבן מיך איבערצייגט אז קאווע שטיבל איז די איינציגסטע אינטעלעקטועל פלאץ אויף דער אינטערנט כהיום.

?

טעות.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3742
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5725 מאל

שליחה דורך וואלווי »

Mathematics האט געשריבן:I grew up very Chasidic, of course. I'm divorced with a child. I picked my self up quite fast, I got my GED and starting pursuing mathematics right away. At this point, I study mathematics and statistics in a prestigious university.


איי פיקט מייסעלף אפ קווייט פעסט...

Impressive! and keep it up
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3742
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5725 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מישו מאוד מעניין האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:דרך אגב ס'איז נאך געבליבן עטליכע מעגליכקייטן זיך צו פארריפן אויף פאות ווי פאלגענד;
לאנגע פאות
נאסע פאות
געקרייזעלטע פאות
דינע פאות
ציפלויגענע פאות
צישטרויבעלטע פאות
ארויפגעדרייטע פאות
אראפגעלאזטע פאות
ארויפגעלייגטע פאות
צוזאמגעדרייטע פאות
ציקניפטע פאות
לינקע פאה
איך ווינדער זיך אז מ'שרייבט זיך שוואך איין, אזויפיל נעמען אוועילעבל אויף פאות אליין

עס איז נאך דא אסאך סארטן פיאות

יואלי פיאות
באבובער (48) פיאות
רוגדשובער פיאות


אפשר קען מען צולייגען "בריסקער פאות" אבער קען זיין דאס איז שוין דער זעלבע ווי ראגאטשאבער פאות. ס'שווער צי טרעפען די דקות'דיגע נפק"מ. ס'איז כחוט "השערה"...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
חברים כל ישראל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 12, 2016 5:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך חברים כל ישראל »

העלא טייערע ברידער.

זייענדיג אן אוהב-ישראל, אוהב-אנושיות, אוהב-הבריות, האב איך ליב צו דיסקאסירן און ארומצורעדן מיט אנדערע מענטשן. איך האב ליב צו הערן אנדערע געדאנקען וואס מיר זענען נישט צוגעוואוינט (דערפאר האב איך ליב דעם שלום-עליכם אשכול - יעדער איינער מיט זיין וועלטל - א וועלט מיט וועלטלעך...). דערפאר האב איך זיך דא איינגעשריבן.

איך בין 22, חתונה געהאט, און איך בוי יעצט א ביזנעס. איך באלאנג צו די גרעסטע חסידות אין אמעריקע (וועלכע?), איך האב ליב צו דיסקאסירן ביזנעס, ווי אויך השקפה און היסטאריע. דאס זענען מיינע שאיפות.

נאך עפעס?
vus vilsta
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 13, 2016 6:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך vus vilsta »

a lot of experience in tech and what not? actually everything and I am really good in everything trust me, I am can write and rock and roll and what not so please let me in to the forums ok? thanks so much and have a great day, you and ur family
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 594 מאל

שליחה דורך דער דאס »

שלום עליכם! קודם כל יישר כח קאווע שטיבל! איך לייען שוין קאווע שטיבל כמעט זינט איר גרינדונג ס'איז נישט דא עכט קיין ווערטער ארויס צוברענגען וואס קאווע שטיבל מיינט פאר מיר. אסאך געלאכט צימאל געהאט טרערן און איבער אלעם אנגעפאנגען טראכטן...
אסאך טובות הנאה האב איך פון דעם פלאץ אסאך גוטע עצות אין לעבן קען מען דא באקומען.
פיל מאל האב איך געפילט אז איך "מוז" זיך אריינשרייבן צו קענען ענטפערן אדער קאמענטירן אויף געוויסע זאכן וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן דורך די יארן (אדער צו קענען "לייקן" אלס אות הכרת הטוב פאר מיך מהנה זיין!) אבער משום איזה סיבה איז קיינמאל גארנישט געווארן דערפון און איך בין געבליבן ביים לייענען ווי א זייטיגע צוקוקער.
למעשה יעצט איז עס געשען...
כ'האף צום אייבערשטען אז איך זאל קענען צוגיבן צו די שיינקייט פונעם שטיבל לויט מיינע מעגליכקייטן.
איינערער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 19, 2016 2:48 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך איינערער »

אלץ לאנג יעריגער ליינער פין קאווע שטיבל אן שרייב רעכט בין איך יעצט וויליג און שטרעב צו באטייליגען מיט שרייבען
האפענטליך וועל איך צו געבען צים ניווא פין שטיבל

פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערט א חבר...? א גיטע קשיא. אבער וויפיל איז די שיעור צו לעזען שטילערהייט וואס אנדערע פילטערן זייער בויך דריקענישן און נישט קענען זיך אנרופען?!
רעאגיר