ראש הכולל האט געשריבן:לכבוד מיינע נייע חברים פון קאווע שטיבל. איך האב שטארק הנאה פון די אינטערעסאנטע אשכולים פון וואס אמאך מאל האב איך הארות והערות צו מרחיב זיין דעם אהין אדער געבן צו פארשטיין. לאמיר האפן אונז וועלן מיר קענען מקדש שם שמים זיין על ידיעות מעשה ידינו ונזכה לשבח פני משיח צדקניות במהרה בימינו אמן
איך האב זייער הנאה פון די באשרייבונגען, און אן אפענע פארעם ווי צו שרייבען מיינונגען אן ווערען פראסעקיטעט דערפאר, איך האב זייער הנאה פון די ארטיקלען און וויל שוין לאנג קענען עפעס ענטפערען אויף פארשידענע טעמעס, איך האף אז איך וועל ווערן אנגענומען.
פאר א יאר און א האלב צוריק, אויף איינע פון מיינע וואטסעפפ גרופס, האב איך מיך אנגעשטויסן אין א דעמאלטס נייע אידישע אויסגאבע ״דער וועקער״. וואס פארא ויקרא שמו איז דאס? האב איך געטראכט צו מיר. דער וועקער איז א זאך וואס דערמאנט מיר פון די שמש אין שטעטל פארן קריג, וואס פלעגט ארום גיין קלאפן מיט זיין האמערל, וועקען די אידן צו סליחות. ׳כהאב עס דורכגעליינט תוך כדי נשימה אחת, און געווארן דערוועקט צו א מציאות פון ״קאווע שטיבל״. בשעת׳ן זוכן אויפן געוועב, זענע מחשבות ממינים שונים דורכגעלאפן מיין באוויסטזיין, וואס פארא שטיבל איז דאס? וואס פארא סארט קאווע סערווירט מען דארט? טעסערסטשויס אדער נעסקאפע? ספלענדע אדער קאצקע צוקער? בלויע אדער רויטע מילך? דאן האטס זיך אנפלעקט דאס אומגעראכטענע. שערי דעות, שערי מחשבה, שערי חכמה, שערי טאלאנט, אן עולם מלא (הפוך) ראיתי. בכליון עינים האב איך געווארט אויפן קומענדיגן נומער ״דער וועקער״. און אין צווישן זיך אנגעשעפט מלא חפנים מדע, אהבה, מחשבה, וכו׳. צישוידערט בין איך געווארן, ווען שש האט מ׳אסף׳ געווען די זעקסטע אין די סעריע, און געמאלדן בך חותמין. און להוסיף שבר האט ער אונז פארלאזט (מיט אן הבטחה לבקר פעם בחודש, וואס האט אנגעהאלטן פאר א מיעוט רבים שנים). דאן האט ראובן די לייצעס אין די האנט גענומען, און זיכער געמאכט אז גדול יהיה האחרון מן הראשון, און מפיץ געווען מעינותיו חוצה. און ב״ה מהאלט שוין נאכן מסיים זיין דעם ועשירי יהיה קודש. זינט דאן באתי במעמקי מים, ואין מים אלא... דורכגעבלעטרט אלטע פארגעלטע בלעטער, מלאים זיו ומפיקים נוגה. בעיקר אין די פאריתומ׳טע העמיק דבר, וויסנשאפט, און היסטאריע.
נישט ווערנדיג אפגעמיטשעט, בין איך תמידין כסדרן אויפגעקומען מיט פרישע תירוצים, אפצושטיפן דאס זיך איינשרייבן, אלס א מיטגליד פון די שותים בצמא את הקאווע. אבער יעצט, את חטאי אני מזכיר, נאכן מטייל זיין בפרדס, און עפענן אלע תרעין דחכמה, איז שער אחד מצאתי נעול, ומאחורי שמה(לשון דמשתמע לתרי אנפין), וואס תוכו רצוף אהבה, און מאוד נכספתי לראות מהרה בתפארתו.
כהאף כפי שידי מגעת, צוציגעבן צו די בירא דשתיתי מיניה, מיינע צוויי סענט (צענט). האמת אגיד, אז זמן איז נישט מסכים מיט מיר, והצדק איתו מיט א פול-טיים ארבעט. כ״ש ווען סנעמט מיר לאנג דאס שרייבן (טייפן) אין אידיש. אבער איך אעלה אל אבי, מדארף אויך עפעס אויפטון פאר אידישקייט.
שלום עליכם, איך בין א יונגע און נייטראלע מענטש, איך וואוין נישט אין אמעריקע נאר ערגעץ אין די וועלט, איינער האט מיר געזאגט וועגן קאווע שטיבל און כ 'וויל אסאך מאל צולייגן הערות און שמועסן געשמאק
א גוטן מיינע טייערע חברים. עס איז מיר א כבוד אייך צו באגריסן, איך האב א געפיל צו שרייבן, ממילא ווען א פריינד מיינער האט מיר איבערגעגעבן וועגן אזא זאך פון קאווע שטיבל, האב איך מיך גלייך צוגעכאפט דערצו ווי צו געבראטנ'ס. איך בין אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, און איך האב אין פלאן צו שרייבן גאר שיינע זאכן בעזרת ה'.
אזוי ווי איך קום דא שוין לאנג ליינען, און צומאל זעה איך אז איך וואלט געקענט עפעס צולייגן האב איך מיר איינגעשריבן כדי צו קעמען שרייבן איך האף אז מ'וועט הנאה האבן פון מיינע תגובות
חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל
בן פרצי האט געשריבן:חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל
דיין נאמען דערמאנט פון "גדור פרצי בבן פרצי ומחדק לקוט שושן"
דער גאלדענער אדלער: איך האב געוואלט געבן א שטארקן לייק. אבער דיינע ווערטער זענען למעלה מהשגתינו. ומי יעמוד בסוד קדושים...!
אז דו קענסט מפרש זיין דיינע הויכע ווערטער, וועל איך זיין צופרידן, אי"ה. נאר דו דארפסט נישט אנהייבן פון פאר בראשית. אזוי ווי א סאך מענטשן וואס איך קען. איינער פון זיי איז בערל בעל עגלה. וועלכער האט ליעב צו מאכן אן הקדמה צו די הקדמה. און נאכ'ן אראפלייגן די יסודות גייט ער ערשט צו אנהייבן מפרש זיין זיינע מיסטעריעזע דיבורים...!
איך בין געווען אמאל ביי א כ"א כסליו מסיבה האט דארט גערעדט צווישן אנדערע דרשנים א חשוב'ער איד. א גרויסער תלמיד חכם. א שוחט. און די גרעסטע מעלה איז אז זיין זון איז געווען דער אורח הכבוד. האט מען איהם געלאזט רעדן ככל אות נפשו. האט ער אנגעהויבן כהאי לישנא..."אין אמת'ן האביך זעקס הקדמות. אבער איך וועל נאר זאגן 2." ווען איך בין צוריקגעקומען בערך א צוויי שעה שפעטער האט ער געהאלטן אין מיטן פון די צווייטע הקדמה...!
ר' בערל אייער תגובה האט מיך געקאסט א גוטן לאך. מ'זאגט אין סליחות פון שבעה עשר בתמוז אינעם פזמון פון שעה נאסר אשר נמסר, גדור פרצי, בבן פרצי, ומחדק לקוט שושן. האט פשוט זיין נאמען "בן פרצי" דערמאנט פון דעם. און אגב, האב איך געזען שיינע ווערטער אויף דעם פון א גדול בישראל, ראה .... ונזכר...
איך האב אסאך געהערט איבער קאווע שטיבעל, האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען און עס איז מיר באמת געוועהן געשמאק צו ליינען די נייעס און פאליטיק און ווער רעדט נאך אויף די שטיקלעך וואס די עולם שרייבט אוף צוריק די אלע בויך שמערצען, דאס מאכט מיר אסאך מאהל אזוי שטארק לאכן און אויפגעלייגט אז איך האב מחליט געוועהן זיך אנצושליסן אלס א מעמבער און קאווע שטיבל