דורך ואידך » זונטאג יולי 12, 2020 11:44 pm
איך בין שוין נהנה יארן פון קאווע שטיבל אבער משום איזה סבה נאך נישט אויסגעומען זיך צו רעגיסטרירן.
די uniqueness פון ק"ש דארף איך נישט מאריך זיין. איך מיין אז דעס איז די איינציגסטע פלאטפראמע ווי מענטשן וואס באלאנגען אין אונזער society און קענען נישט אדער ווילן נישט ארויסגיין, קענען פירן געהעריגע אביעקטיווע געשפרעכן.
מיט די יארן האב איך אנגעהויבן פילן מער און מיר אפגעהאקט פון די געזעלשאפט, און כסדר געפילט ווי איך קען נישט רילעטיטן מיט די אלגעמיינע סיסטעם מהלך המחשבה. דאס האט מיר געפירט צו זיין מער און מער איזאלירט. איך האב געקענט זיין אין בהמ"ד ווי מענטשן קופקען מיט אלע היימישע נושאים, שיסן סברות אין סוגיות וועלכע זיי קענען ניטאמאל די נאמען פון די מסכתא.. און סאלווען פראבלעמען וועלכע וועלט סייענטיסטן מוטשען זיך שוין יארן, בחדא מחתא.
און איך שטיי ביי די זייט, און אין מיינע געדאנקען זופ איך פון א הייסע קאווע שטיבל קאפי, איך טראכט וואס וואלטן @אבטולמוס און @כוכב געזאגט, וואס וואלטן @בערל, @ליטוואק, @לעיקוואד און @מי אני געזאגט...
ס'איז געקומען צו א מצב וואס איך האב געשפירט א געברויך פאר קאנווערסעישן מיט געהעריגע human beings ווי איך זאל קענען עקספרעסן מיינע מיינונגען,
so hello everyone,
thanks for giving me the opportunity to acquire so much for the last few years, and now I hope to enjoy the platform as an active contributor.