שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

הודעהדורך Yitzchok Shmiel » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:09 pm

א יוד מיט שטארקע שאיפות זיך צי פארבעסערן אין צי פארבעסערן אנדערע וואס ליינט אסאך קאווע שטיבל מיט דארשט
ספעצילירט זיך אין טעכנאלגיע אין העלפט אסאך יודן שלא על מנת לקבל פרת
Yitzchok Shmiel
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 13, 2020 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:09 pm

hard to write yiddish on this computer will switch to taptalk and write in yiddish from there I"h more
,details soon
א חסיד פון ווילנא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 132
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך שלומיאל » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:10 pm

איך האב הערשט לעצטנס אנדעקט אט דעם אוצר און האב זייער הנאה פון די אפענקייטן פאזיטיוויקייט און געשמאקע אטמאספערע אויף דעם פארום, און איך פיל אז מיט'ן ווערן א חבר וועל איך קענען בארייכערן מיט מיינע פילע ידיעות און קענטעניסן צום הנאה פון אנדערע...
שלומיאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 15, 2020 1:47 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך חכמה גדולה » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:11 pm

כ'ליין שוין די ווערק דא א לענגערע תקופה, און פון מאהל צו מאהל פיל איך ווי כ'האב וואס צו צולייגן צום שמועס, אבל דא עקא אז כ'בין נישט איינגעשריבן.
איז אם לא עכשיו אמתי
חכמה גדולה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 15, 2020 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך געזונטערהייט » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:11 pm

שלום עליכם,
זיצענדיג אין ארבעט ביים קאמפיוטער, ליין איך שוין א שיינע שטיק צייט טעגליך, די אשכולות / נייעס / דעבאטעס דא אינעם געשמאקן קאווע שטיבל.
א געשמאקע סייט, ווי איעדער לאזט הערן זיין אמתע מיינונג און אזוי קומט ארויס א דבר השלם.
האב איך מיר יעצט גענומען די מיה זיך אליין איינצושרייבן און אנשטאט זיצן און ליינען ווי א גאסט זאל איך קענען צולייגן צום שמועס / דעבאטע וכדומה.
איך האב ליב צו שרייבן און לאזן הערן מיין מיינונג און פארשידענע נושאים. בעיקר חסידישע נייס, סתם נייעס אדער ספעציעלע נושאים פון אונזערע יודישע לעבנס שטייגער.
איך האב ליב זיך צו קאנעקטן און באקענען מיט פרישע חברים און צומאל קונה זיין פון אלעמען'ס פארשידענארטיגע געדאנקען גאנג.
געזונטערהייט! :)
געזונטערהייט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך משה טורעץ » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:12 pm

יידיש איז מיין מאמע לשון און איך האב געוואלט שרייבן אין א יידישער פארום. איך וויין היינט אין דייטשלאנד און איך ארבעט אין כשרות. געבארן געווארן אין כינע און געלעאנט אין ישיבות אין לוצערן און אין גייטסהעד. איך וויין אין דייטשלאנד שוין צוואנציק יארן.
משה טורעץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 17, 2020 5:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך צדיק-הדור » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:12 pm

איך בין שוין אן אלטען מעמבער דא אבער איך האב פארגעסען מיין פעסווארד און מיין אימייל האט זיך פארמאכט. און איך האב נישט געקאנט צוריק אריין סיינין. איך האב פראבירט צו שיקען אן אימייל צו איינער פון די מנהליםמיט מיין נייע אימייל אבער אין קול ואין עונה
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס דער גאנצער וועלט האט פיינט...
ווי צו האבען אן אוישוויץ וואס דער גאנצער וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
צדיק-הדור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך עמינדב » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:13 pm

יא, נאך פינף יאר און צען רעגיסטטראציע נסיונות און 9 מאל דורך געפאלן נאר צוליב די דאזיגע 40 ווערטער וואס עס ווילט זיך נישט שרייבן. פארוואס דארף עס זיין אזוי שווער אריין צו קומען?
צו קענען שרייבן מוז מען דאך זיין א מעמבער זעמיר דא!
עמינדב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך סדרן » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:15 pm

מיר באגריסן דעם פרישן גרופע פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
סדרן
מנהל
מנהל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יולי 23, 2020 2:31 pm

שוין א לאנגע תקופה וואס איך ליין דא, איך האב שטארק הנאה און בארייכער מיינע ידיעות. אבער איך וויל מהנה זיין דעם עולם מיט זאכן וואס איך האב א ידיעה
אויך אסאך מאל זע איך דא נישט ריכטיגע זאכן אויף געוויסע מענטשן אדער קהילות וואס איך וויל אויסקלארן מיט׳ן אמת
הנני מוכן ומזומן, איך האפ אז דערעוילעם וועט הנאה האבן פון מיר

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 132
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:18 pm

לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט @א חסיד פון ווילנא, אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:22 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט @א חסיד פון ווילנא, אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל

אזוי אויך מיט היימישער ליטוואק, חסיד פון ליטא, ועוד
מנחם ציון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 23, 2020 4:32 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט @א חסיד פון ווילנא, אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל
נאך איין זאך וואס עטס ביידע האטס איינגעלייגט איז, אז עטס זוכט צו אנטלויפן פון וואו עטס קומטס, עטס מיינטס אז די גראז איז גרינער דעם אנדערן זייט טייך
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4054 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יולי 23, 2020 8:33 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט @א חסיד פון ווילנא, אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל
מיט וועלעכע חסיד האט איר יא איינגעלייגט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 132
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך עמון » דינסטאג יולי 28, 2020 4:46 pm

א יונגערמאן פון גרעיטער ניו יורק, וואס וויל מיטהאלטן די נייעס און געשפרעכן פון די אונטערנעץ שרייבער.
איך בין אין די וואשען ביזנעס, און ס'גוט צו הערן דעם ציבור'ס מיינונגען.
עמון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 25, 2020 10:50 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך ס'גוט » דינסטאג יולי 28, 2020 4:47 pm

א גיטן איך בין א יונגערמאן אפאר יאר נאכן חתונה אויף ענגליש ריפט מען עס (happily married... (בלע"ז) און איך האב אפאר נקודת צו אדורך שמיסען מיטן עולם און איך האף אז איך מיט ענק וועלן האנה האבן...
ס'גוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 26, 2020 5:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך תרמב » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:19 pm

איך האב געפינען קאווע שטיבל אלץ זייער א אינטערסאנטע פארום פול מיט וויסנשאפט דעריבער וויל איך זיך אנשלוסן דערינען, איך האף צוצולייגן מיין אייגענע צוויי צענט אויב ס'וועט זיך אויספעלן, איך האף נישט צו שרייבן קיין שטותים אויב איך פאל אמאל דורך ביטע קלערט מיר אויף, איך וויל נישט זיין שטאטס נער, שקויעך למפרע.
תרמב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך Love to learn » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:20 pm

Know very well Yiddish But cant write so it has to be in English anyway I like reading here so I gain knowledge of the small world.. I like to speak to people that what keeps me going.h
Love to learn
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:40 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך רמדעוונ » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:21 pm

איך בין א לויבאוויטשער חסיד וואס האט ליב אידיש. איך רעד מיט מײנע קינדער נאר אויף אידיש. איך בין דא צו פארבעסערן מיין אידיש דורך ליינען די ארטיקלען און שרייבן דא.
רמדעוונ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 1:48 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך זיו » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:21 pm

שלום עליכם מיינע טייערע זיסע פריינט. איך בין א לייענער פון קאווע שטיבעל פאר אומגעפער פינף יאר, און איך מוז אייך זאגען אז איך האב דא שטארק הנאה געהאט, און א סאך געלערענט. מיין אהבת החכמה האט מיך אריינגעשלפט דא אין שטיבל און איך בין ממש פארגאפט פון די אוצרות וואס איז דא פארהאן.

נא, אז מען קען ליינען אן זיך איינשרייבען, איז צו וואס פעלט אויס זיך איינצושרייבען?

איז אזוי, קודם כל, פשוט אייך צו קענען דאנקען און לייקען פאר אייער געוואלדיגע ארבעט. 

צוויטענס, צו מאכן חברים און אויסשמיסען זאכן וואס אינטערעסירט מיך.

דריטענס, והוא העיקר, ווייל עס איז קומען די צייט זיך אליין צו לערנען, זיך אליין צו קענען ענטפערן די פראגע, מי אני. ווער בין איך?  איז ווי אזוי טוט מען דאס?  מען עפענט זיך אויף, און מען געט זיך אויס.  מען נעמט די אומאויסגעדריגטע געפילען, און מען דריגט עס אויס. מען נעמט די באהאלטענע מחשבות, וואס מען לויפט אוועק פון, און מען זאגט, גענוג, סטאפ, לאמער עס אנעליזירן, און נישט סתם, נאר גאר אונטער א מייקראסקופ.

איך האב אויסדערוועלט @זיו אז מיין ניק, ווייל עס איז צייט פאר מיר ארויסצוקומען פון מיין לעכעל, און לאזען מיינע טאלאנטען און כשרונות ארויסשיינען (זיו=שיין).
זיו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך גאר_נייגעריג » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:22 pm

ווי מיין ניק זאגט בין איך שטארק נייגעריג צו וויסן זאכן, מענטשן און געשענישן און נאכמער צו פארשטיין פארוואס אלץ גייט ווי עס גייט און ווערט ווי עס ווערט. איך קום שוין אריין אין קאווע שטיבל פון מאל צו מאל, אבער איך וויל קענען דיסקוסירן מיט די אנדערע מיטגלידער און אנטייל נעמען אין די דעבאטעס און א.א.וו.
גאר_נייגעריג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך קוהק » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:23 pm

איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל וויל דא קען מען טרעפען גוטע ידיעות איבער אידישע היסטאריע בפרט פון חצרות האדמורי''ם און היסטאריע פון רעבישע קינדער און זייערע יחוס. ווי אויך וועגען ספרים וסופרים
קוהק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 8:53 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך קול_ביער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:23 pm

איך בין א חסידישער מיט מיינונגען און איינרעדענישן אויף יעדער זאך, אזוי ווי רוב דא, איך האב זייער ליב די יודישע פורומס, ספעציעל די טענה'רייען, מער ווי איינמאל האט מיך שוין אנגעכאפט א תאווה מיגב צו זיין, אבער כ'בין נישט אנגעקומען... אפשר ווען כ'וועל האבן מער צייט כח נערווען און געדולד...
קול_ביער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך גרעפיקסער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:24 pm

איך גלייך ברייטע און טיפע מחשבה. שוין א וויילע וואס כ׳קוק זיך צו ווי א דרויסענדיגער צו די טיפע שמועסן דא, איצטער קעניך זיך נישט איינהאלטן און כ׳וויל אריינרעדן.

לגבי ציונות בינעך א סאטמאר׳ער חסיד, ובעצם גיהער איך צו ׳כלל׳ ישראל.

פאר פרנסה בינעך עוסק אין גרעפיק׳ס, אויב ווילסטו גוטע ארבייט און צוגעלאזענע סערוויס דאן פראביר מיר אויס...
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך מנהל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:25 pm

מיר באגריסן דעם פרישן גרופע פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
מנהל
מנהל
מנהל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:05 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט