מושב לצים האט געשריבן:איך בין א שטארקע חסיד פון מיין רבי און איינער וואס רעדט קעגען איהם רעגט מיך זייער שטארק אויף.
מושב לצים האט געשריבן:אויך בין איך א מתנגד פון כמעט אלע אנדערע רבי'ס און איך האלט אז זיי טוען נישט קיין גוטע זשאב,
גייט האנט ביי האנט איינער מיט'ן צווייטן
מושב לצים האט געשריבן:איך גיי נישט ארויסגעבן מיין פונקליכע גיל, ווייל כ'האב מורא אז אויב דא דרייען זיך נאך סערעטע חסידים וועט מען אויסגעפינען ווער איך בין.
איך וועל נאר זאגן אז איך בין חתונה געהאט, און איך בין נישט קיין פרישע אינגערמאן וואס הערט קול מבשר אין די בעסכיסע אין כולל, אויך נישט קיין עלטערע יוד וואס האלט ביים שטארבן פון קורונה. מער ערגעץ אין צווישן.
איך מיין אז האסט שוין אלס אויסגעזאגט, אנלעס סערט האט צובאקומען חסידים אין די לעצטע מעת לעת.
מושב לצים האט געשריבן:איך קען זעהר גוט חסידישע היסטאריע, אויך בין איך גוט באהאוונט אין אמעריקאנע ספארטס, און ארץ ישראל'דיגע פאליטיק.
חשבון און מדע אינטערסירט מיך נישט קיין כיהוא זה, ממש כ'קען נישט פארשטיין פאר וואס איינער זאל אוועק געבן צייט און מוח פאר דעם ווען מען קען מאכן געלט און שמיסן מיט חברים.
ממש נישט צום פארשטיין. אבער פארוואס אמעריקאנער ספארטס און א"י פאליטיק יא? מ'קען דאך מאכן געלט און שמועסן מיט חברים?!!
ועוד, פארוואס חסידישע היסטאריע? מ'קען דאך מאכן געלט!
מושב לצים האט געשריבן:איך בין א וויין טרונקער, אויב איינער וויל שמועסן מיט מיך וועלעכע וויין איז בעסער, גייט מיך נישט אן וועלעכע חסיד ער איז.
אה, הייסט כל הקודש לך, דהיינו איינער וואס איז אן אנדערע חסיד, און רעדט אויף דיין רבי (און קען אפי' זיין ער ליגט אין מדע), גייסטו אוועק קוקן ווייל ער רעדט יעצט פון וויין? שטארקע פרינציפן.
אבער איין מינוט, פארוואס רעדן פון וויין ווען מ'קען מאכן געלט? הייסט דאס געשמועסט מיט חברים? אויב יא, דאן אפשר זאלסטו אויך שמועסן מיט אן אנדערע חסיד אנדערע זאכן חוץ פון וויין (אפשר גאר א"י פאליטיק)...
איך פרוביר פשוט צו פארשטיין דיין טיפע אידעאלאגיע, עס הערט זיך קאמפליצירט.