איך זעה דא כסדר גיטע ארטיקלען, איך וויל אייביג צו שרייבן וועט מען זעהן אויב איך טויג. איך געהער צי פאפע, איך האף אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן פון מיך.
איך קען נאר דערציילן איבער מיר די איינפאכע דעטאלן, אז איך וויל לייענען היימישע נייעס און אישוס, און דאס איז פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן איינגעשריבן אין קאווע שטיבל, און דאס האט געברענגט מיינע אינטערעסן.
א תלמיד פון הוד כ"ק מרן שליט"א בעל המחבר (אויף העברעיש) "מה שאלוהים לא יכול". דער נושא פונעם ספר איז, אז גאט האט כוח נאר איבער פיזיקע, נישט איבער לאגיקע און מאטעמאטיקע, און ער קען נישט מאכען למשל אז 1+1=3.
Jeanne_Mance האט געשריבן:איך זעה דא כסדר גיטע ארטיקלען, איך וויל אייביג צו שרייבן וועט מען זעהן אויב איך טויג. איך געהער צי פאפע, איך האף אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן פון מיך.
דו געהערסט צו פאפא און דיין נאמען איז דשין מענס.....
לכאורה דארף שוין יעדע מאנטריאלער וויסן ווער די ביסט.......
כ'מיין סאיז שוין געקומען די צייט צו טון למעשה וואס כ'טראכט שוין יארן צו טון נאך יארן מיטהאלטן אלץ גאסט וויאזוי אידן טרינקען פיינע קאווע דא אין שטיבל, וויל איך אויך נהנה זיין....., אלע וויצן אידערזייט יעצט ביי די קאראנע (אנאימפלוימינט געלט) צייט איז דא גענוג צייט אפי' פאר פארשלעפטע קרענק זיך איינצושרייבן כ'האף אז נאך אידן וועלן הנאה האבן פון מיר אין די זעלבע אז איך זאל הנאה האבן פון יעדער בעזהשי"ת
just like to read here its looks like a very interesting website sorry my Yiddish writing is not so good but please accept me as a member i think i could add some good ideash
איך האב געליינט פשידענע באשרייבונגען וואס האט מיר אינטערסירט קום איך צום שורש אנצופילען מיין דלי בע"ה האף איך צו קענען משתתף זיין אויך, מיר איז אויך א פארגקניגען צו דיסקוטירען אידיש מיט ערקלערטע
איך בין א טראלל פון סקאנדינעוויע מיטאלאגיע, איך וואוין אין א הייל ווייט אוועק פון סיי וועלכע מענטשליכע יישוב. פון אלץ קליין קינד האב איך אלץ געהערט און געוואוסט פון דעם סארט באשעפעניש וואס רופט זיך "מענטש" און לעצטנס האב איך באקומען א נייגער זיך מער צו באקענען מיט זיי. אז מ'וויל זיך באקענען מיט מענטשן איז דאך נישט מער ווי רעכט זיך ערשט צו באקענען מיט'ן עם הנבחר, און די וויליאמסבורגע אידן זענען דאך די מובחר שבמובחר, קאווע שטיבל איז דאך די סמעטענע פון די סמעטענע פון ווילימסבורג, איז פארשטייט זיך האב איך גלייך אויסגעוועלט זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל און שמועסן אביסל מיט'ן עולם דא איבער א גלעזל קאווע.
איך ליין דא אסאך, איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען זאכן וואס אידן שרייבן דא, בפרט שיינע ידועות און וועלטליכע ענינים, אזוי אויך צומאל ווען איך וויל וויסן וואס גייט פאר ערגעץ, זעה איך אז קאווע שטיבל קען זיין די פלאץ ווי איך וועל הערן פון דעם מער. צומאל ווען איך ליין עפעס וויל איך צושרייבן מיין ארימע מיינונג לגבי יענע נושא. אגב איך פלאן נישט אסאך צו שרייבן.
געווען פארפרימט אין ישיבה און אויפגעקלערט און ישיבה גדולה נאכן לערנען 1 זמן אין די ארוינישע כולל אין קרית יואל בין איך געגאנגען ארבעטן עס זענען געווען וואס האבן עס באוואונדערט אבער בשיטה האלט איך אז דאס איז וואס פארלאנגט זיך פון רוב יונגעלייט צו טון
איך וויל פארברענגען דא צייט, ליינען נייעס, געוואויער ווערן נייע זאכן, בארוייכערן מיין וויסנשאפט, אויסהערן די דעות פון אנדערע און אויסשפרעכן מיינע מיינוגען. איך בין א מיטעלער גיי, אינגאנצן דורכשנילעך, און וויך האבן מיט וועם צו שמועסן.