שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהדורך קעלנער » מיטוואך יוני 25, 2014 12:29 am

אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.

שלום עליכם נייע חברים, גיסט אייך אן א גלעזל קאווע, מאכט אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
 
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

הודעהדורך חלזון » מיטוואך יוני 25, 2014 12:29 am

א גוטן טיייערע ברידער, מיין נאמען איז חלזון מיטן אויבערשטנס הילף קלער איך צו שרייבן איבער דער ניי געפינענע מיורעקס תכלת און איך האב אין פלאן אפילו איבערצוזעצן דעם וואונדערבארן ספר לבוש הארון, אויף אידיש, וועלכער ווארפט א ליכט איבער דער מצוה חביבה.
חלזון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך יוני 25, 2014 12:42 am

שלום עליכם.
איך וואלט הנאה געהאט אויב דו קענסט פארענטפערן מיט זאכליכע תירוצים די קשיות פון הרב אייזיקאוויטש אין גינת ורדים, ביז היינט האב איך נישט געזעהן קיין זאכליכע תירוצים און זיינע קושיות זענען ביי מיר נאך אלץ שווער געבליבן.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1699
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך חלזון » מיטוואך יוני 25, 2014 5:53 am

עליכם השלום, איך בין נישט אזוי באקאנט איבער די שטעלונגען פון הרב אייזיקאוויטש, אדרבה, אויב האט איר עס אין באזיץ וואלט מיר עס געווען אינטערעסאנט.
רעדנדיג מיט יונגעלייט תלמידי חכמים וואס זענען באהאוונט אין דער נושא זאגן זיי אז ער ווארפט זאמד אין די אויגן וזהו.
בכלל רעכן איך נישט זיך אפצוגעבן מיט וויכוחים און פארענטפערן כל מיני קשיות שבעולם וואס איז אין קץ לדברי רוח און ס'איז צום לאכן און צום וויינען מיט וואס פאר א תירוצים דוחקים מענטשן קומען אלץ אויף אבי נישט צו דארפן אנערקענען אין דעם תכלת. ליבערשט האב איך אין פלאן - - אויב השי'ת וועט שענקען כוח און צייט - - איבערצוזעצן דעם ספר לבוש הארון וועלכער איז כעת נאר דא אויף ענגליש, וועלכער איז בדרך שאלה ותשובה וואו אלעס ווערט מבואר מיט א קלארקייט וכמעט שלא הניח מקום להתגדר.
אויף אייוועלט האב איך לעצטנס געזען א ניק מיטן נאמען אלד וויליאמסבורג וועלכער שיינט פארצושטעלן די טענות פון הרב אייזיקאוויטש, צווישן אנדערע שרייבט ער אז מיורעקס איז גאר קלא אילן, וואס איז א געלעכטער, ווייל קלא אילן איז קיינמאל נישט פארשווינדן געווארן און איז באקאנט אלס אינדיגא. זע וויקיפעדיע.
חלזון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך יוני 25, 2014 10:28 am

לאמיר לאזן דעם אשכול פריי פאר איר ציל, איך האף ממשיך צו זיין מיט אייך אינעם אשכול וואס איר וועט עפענען אי"ה.
א טייל פון הרב אייזיקאוויטש'ס טענות זענען טאקע איבערגעטריבן לענ"ד אבער א טייל זענען גאנץ ערנסט.
א חלק פון די טענות קען מען הערן אויף:
718-506-9054
4-7-5
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1699
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מיטוואך יוני 25, 2014 10:31 am

נאכ'ן מיטהאלטן קאווע שטיבל איבער א יאהר, האב אייך האב פאריגע וואך מחליט געוועהן זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל. גיי איך ארויף אויף די ערשטע זייט און בום! נישט דא קיין "רעגיסטרירען" קנעפעל! כ'האב געקליקט דא און דארט, ביז איך האב געזעהן די מודעה פון די הנהלה אז רעגיסטראציע איז צייטווייליג אפגעשפארט. יעצט אז רעגיסטראציע איז פיינעלי אפן שרייב איך מיר איין מיט פרייד.
זעה איך אז עס פארלאנגט זיך צו שרייבן איבער זיך פאר'ן זיך איינשרייבן, און איך האב הנאה דערפון. זייענדיג א שעמעדיגער בטבע וואלט מיר אפשר גענומען אסאך צייט ביז איך וואלט מיך ערלויבט צו עפענען מיין מויל. אזוי זאג איך אפ מיינס נאך דא אין די רעגיסטראציע בלטעל, און איך קום אריין ווי אחד מן החבורה, און די עולם ווייסט שוין אביסל איבער מיר.
איך בין א נייגעריגער בעיקר אויף תולדות און היסטאריע פון גדולי ישראל. וויבאלד מיין אינטערעסע אין תולדות קומט נישט פון א מצוה'דיגע צד, ווי אז ס'איז א מצוה צו רעדן פון גדולי ישראל, נאר פון א פשוט'ע נייגעריגקייט צד, קען איך נישט פארנעמען די געבלאפטע מעשיות פון די אלע ביכער, און איך בין נייגעריג געוואר צו ווערן דעם אמת איבער גדולי ישראל. נישט יעדע גדול איז געבוירן געווארן א גדול, יעדער האט זיך געהאט זיינע נסיונות, שוועריגקייטען, און בעיקר, פארדרייען די דעות פון גדולי ישראל אז זיי זאלן שטימען מיט די דעות פון דער וואס דערציילט עס איז די ערגסטע זאך אין מיינע אויגן.
איך בין נאך אין די פריע צוואנציגער יאהרן. און איך בין נישט דער גרעסטער ידען, אבער איך בין נייגעריג, און כ'האב ליב קונה צו זיין. איך לערן אין כולל א גאנצען טאג, און איך האב נישט קיין סאך צייט צו שרייבן. אבער פון צייט צו צייט האף איך צוצולייגן און זיך אנצוריפן.
איז טייערע אידן, א דאנק פאר'ן מיך מהנה זיין ביז היינט, און האפענטליך ווייטער.
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך יוני 25, 2014 10:56 am

שלום עליכם @חלזון און @קריינא דאיגרתא!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5277 מאל

הודעהדורך Kool man » מיטוואך יוני 25, 2014 10:59 am

כשמי כן אני, א קיהלער מאן, כפשוטו וכמדרשו
אויך האלט איך זיך קיהל און ווער נישט אזוי באנומען פון געוואלדעס, און פון א תגובה אנגעלייקט מיט א בערגל ליבעס און סמייליס, איך פרואוו זיך האלטען קיהל מיט קאמאן סענס,

פאר מער פרטים קען מען זיך פארבינדען פערזענליך.

:)
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 668 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יוני 25, 2014 1:26 pm

שלום עליכם ר' קריינא עס סאונד ווי אונז גייען האבען א גוד טיים מיט דיר דא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5081
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2249 מאל

הודעהדורך עפל סיידער » מיטוואך יוני 25, 2014 2:20 pm

אלטע מעגן אויך זיך פארשטעלן?

שלום עליכם אלע פרישע חברה.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יוני 25, 2014 2:23 pm

יע גוא עהעד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5081
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2249 מאל

הודעהדורך מ גפני » מיטוואך יוני 25, 2014 2:26 pm

ראשעקאל האט געשריבן:שלום עליכם @חלזון און @קריינא דאיגרתא!!

און @Kool man
יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן השטיבל
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך יוני 25, 2014 3:32 pm

מ גפני האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:שלום עליכם @חלזון און @קריינא דאיגרתא!!

און @Kool man
יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן השטיבל

וועלקאם אלל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3438
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3441 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3344 מאל

הודעהדורך שרייבער » מיטוואך יוני 25, 2014 3:34 pm

ראשעקאל האט געשריבן:שלום עליכם @חלזון און @קריינא דאיגרתא!!
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 915 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מיטוואך יוני 25, 2014 4:03 pm

שלום אליכם יעדער ובפרט קריינא

איך בין דא צו פארציילן היסטארי

געדענק "היסטאריע קען מען נישט פארדרייען"
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 874
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך ביבער » מיטוואך יוני 25, 2014 11:34 pm

היסטאריקער האט געשריבן:געדענק "היסטאריע קען מען נישט פארדרייען"

היסטארי האט געוויזן אז מען קען יא פארדרייען היסטארי.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 578
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:41 pm

ישר כח פאר די ווארימע אויפנאמע! ווי געזאגט ווייס איך נישט ווי אפט איך וועל קענען שרייבן, אבער איך האף מהנה צו זיין, כאטש אביסעל אפצוצאלן אויף וויפיל איך האב הנאה.
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:14 pm

וועלכע בריוו איז אין דיין בילד?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5081
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2249 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:45 pm

זר זהב האט געשריבן:שלום עליכם קאווע שטיבל, איך בין זר זהב, אויך באקאנט אלץ זר, זר'ל אדער זר'לע. איך האף אייך צו מהנה זיין.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 853 מאל

הודעהדורך יין שרף » פרייטאג יוני 27, 2014 12:54 am

וואס ביסטו מוציא זרע לבטלה...?
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1459
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 2920 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » פרייטאג יוני 27, 2014 1:26 pm

איך אויך האט געשריבן:וועלכע בריוו איז אין דיין בילד?

א שיעור פון חתם סופר אין ישיבה, געשריבן דורך א תלמיד.
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (115.9 KiB) געזען געווארן 5924 מאל
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך אויסלייזער » זונטאג יוני 29, 2014 1:36 am

קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.


צום ערשט א דאנק געבן פאר די אדמיניסטראציע פאר מיך אננעמען.

אן עלטערע חבר וואס שרייבט דא האט מיר געשטיפט זיך איינצושרייבן דא. אויף דערווייל האב איך נישט קיין אינטערנעט אינדערהיים, איך נוץ די לייברערי פרייטאג נאכמיטאג, אדער מיין שוויגער'ס קאמפיוטער ווען איך בין דארט מוצאי שבת. איך טייפ אראפ מיינע מחשבות אויף מיין לעפטאפ אינדערהיים, און האלט זיי אויף א USB שליסעל. זייענדיג פון נאטור אביסל איבערגעטריבן פונקטליך, ספעציעל ווען אויסגעשטעלט צו ווערן קריטיקירט, האב איך דערווייל נאך נישט גרייטע ארטיקלען.
איך וויל זיך פארשטעלן אלץ א געוועזענע חסידישע בחור, איך פלעג באזוכען ר' אלימלך בידערמאן, ר' צבי מאיר גינזבערג, תולדות אהרן, ר' יעקב מאיר שעכטער, ר' עקיבא ראבינאוויטש, ר' חיים הערש טייטלבוים. איך בין נאכאלץ א חסידישע אינגערמאן, אבער וויבאלד מיינע עלטערן און נאכמער מיין פרוי'ס עלטערען זענען נישט קיין רבי מענטשען, האב איך צוביסלעך נאכגעלאזט, און איך באגעניג זיך מיט מיין רב וואס פסקענט מיינע שאלות, און מיין ראש הכולל'ס מוסר דרשות.

איך לייג האפענונג אז מיינע רייד וועלן טרעפן ריכטיגע צוהערער.
אויסלייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הודעהדורך petergrifin » זונטאג יוני 29, 2014 2:42 am

@אויסלייזער שלום עליכם!

איך װײס נישט צו דו ביסט אונזער לאנג ערװארטע אויסלייזער אבער ריגארדלעס ביסטו װעלקאם!
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1318
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 932 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יוני 29, 2014 8:32 am

קוקט אויס צו זיין אינטערעסאנט, מלא תוכן פון שיינע חסידישע הויפן.
בואכם לשלום, גואל!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14115
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15920 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16320 מאל

הודעהדורך משה נתן » דינסטאג יולי 01, 2014 12:17 am

איך האב זייער ליב צו שרייבן. און און ספעציעיל אויפן אידישען שפראך.
איך האף אז דא איז די פאסיגע פלאץ דערפאר
משה נתן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 01, 2014 12:00 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

נעקסט

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט