שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
Yitzchok Shmiel
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 13, 2020 7:19 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Yitzchok Shmiel »

א יוד מיט שטארקע שאיפות זיך צי פארבעסערן אין צי פארבעסערן אנדערע וואס ליינט אסאך קאווע שטיבל מיט דארשט
ספעצילירט זיך אין טעכנאלגיע אין העלפט אסאך יודן שלא על מנת לקבל פרת
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

hard to write yiddish on this computer will switch to taptalk and write in yiddish from there I"h more
,details soon
שלומיאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 15, 2020 1:47 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך שלומיאל »

איך האב הערשט לעצטנס אנדעקט אט דעם אוצר און האב זייער הנאה פון די אפענקייטן פאזיטיוויקייט און געשמאקע אטמאספערע אויף דעם פארום, און איך פיל אז מיט'ן ווערן א חבר וועל איך קענען בארייכערן מיט מיינע פילע ידיעות און קענטעניסן צום הנאה פון אנדערע...
חכמה גדולה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 15, 2020 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך חכמה גדולה »

כ'ליין שוין די ווערק דא א לענגערע תקופה, און פון מאהל צו מאהל פיל איך ווי כ'האב וואס צו צולייגן צום שמועס, אבל דא עקא אז כ'בין נישט איינגעשריבן.
איז אם לא עכשיו אמתי
געזונטערהייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך געזונטערהייט »

שלום עליכם,
זיצענדיג אין ארבעט ביים קאמפיוטער, ליין איך שוין א שיינע שטיק צייט טעגליך, די אשכולות / נייעס / דעבאטעס דא אינעם געשמאקן קאווע שטיבל.
א געשמאקע סייט, ווי איעדער לאזט הערן זיין אמתע מיינונג און אזוי קומט ארויס א דבר השלם.
האב איך מיר יעצט גענומען די מיה זיך אליין איינצושרייבן און אנשטאט זיצן און ליינען ווי א גאסט זאל איך קענען צולייגן צום שמועס / דעבאטע וכדומה.
איך האב ליב צו שרייבן און לאזן הערן מיין מיינונג און פארשידענע נושאים. בעיקר חסידישע נייס, סתם נייעס אדער ספעציעלע נושאים פון אונזערע יודישע לעבנס שטייגער.
איך האב ליב זיך צו קאנעקטן און באקענען מיט פרישע חברים און צומאל קונה זיין פון אלעמען'ס פארשידענארטיגע געדאנקען גאנג.
געזונטערהייט! :)
משה טורעץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 17, 2020 5:51 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך משה טורעץ »

יידיש איז מיין מאמע לשון און איך האב געוואלט שרייבן אין א יידישער פארום. איך וויין היינט אין דייטשלאנד און איך ארבעט אין כשרות. געבארן געווארן אין כינע און געלעאנט אין ישיבות אין לוצערן און אין גייטסהעד. איך וויין אין דייטשלאנד שוין צוואנציק יארן.
באניצער אוואטאר
צדיק-הדור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך צדיק-הדור »

איך בין שוין אן אלטען מעמבער דא אבער איך האב פארגעסען מיין פעסווארד און מיין אימייל האט זיך פארמאכט. און איך האב נישט געקאנט צוריק אריין סיינין. איך האב פראבירט צו שיקען אן אימייל צו איינער פון די מנהליםמיט מיין נייע אימייל אבער אין קול ואין עונה
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס דער גאנצער וועלט האט פיינט...
ווי צו האבען אן אוישוויץ וואס דער גאנצער וועלט האט ליעב...
עמינדב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך עמינדב »

יא, נאך פינף יאר און צען רעגיסטטראציע נסיונות און 9 מאל דורך געפאלן נאר צוליב די דאזיגע 40 ווערטער וואס עס ווילט זיך נישט שרייבן. פארוואס דארף עס זיין אזוי שווער אריין צו קומען?
צו קענען שרייבן מוז מען דאך זיין א מעמבער זעמיר דא!
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

שליחה דורך סדרן »

[center]מיר באגריסן דעם פרישן גרופע פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
[/center]
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

שוין א לאנגע תקופה וואס איך ליין דא, איך האב שטארק הנאה און בארייכער מיינע ידיעות. אבער איך וויל מהנה זיין דעם עולם מיט זאכן וואס איך האב א ידיעה
אויך אסאך מאל זע איך דא נישט ריכטיגע זאכן אויף געוויסע מענטשן אדער קהילות וואס איך וויל אויסקלארן מיט׳ן אמת
הנני מוכן ומזומן, איך האפ אז דערעוילעם וועט הנאה האבן פון מיר

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9087 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט [tag]א חסיד פון ווילנא[/tag], אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט [tag]א חסיד פון ווילנא[/tag], אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל

אזוי אויך מיט היימישער ליטוואק, חסיד פון ליטא, ועוד
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3684 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט [tag]א חסיד פון ווילנא[/tag], אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל
נאך איין זאך וואס עטס ביידע האטס איינגעלייגט איז, אז עטס זוכט צו אנטלויפן פון וואו עטס קומטס, עטס מיינטס אז די גראז איז גרינער דעם אנדערן זייט טייך[emoji14]
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט [tag]א חסיד פון ווילנא[/tag], אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל
מיט וועלעכע חסיד האט איר יא איינגעלייגט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
עמון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 25, 2020 10:50 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך עמון »

א יונגערמאן פון גרעיטער ניו יורק, וואס וויל מיטהאלטן די נייעס און געשפרעכן פון די אונטערנעץ שרייבער.
איך בין אין די וואשען ביזנעס, און ס'גוט צו הערן דעם ציבור'ס מיינונגען.
ס'גוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 26, 2020 5:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ס'גוט »

א גיטן איך בין א יונגערמאן אפאר יאר נאכן חתונה אויף ענגליש ריפט מען עס (happily married... (בלע"ז) און איך האב אפאר נקודת צו אדורך שמיסען מיטן עולם און איך האף אז איך מיט ענק וועלן האנה האבן...
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1295
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10679 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2386 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב געפינען קאווע שטיבל אלץ זייער א אינטערסאנטע פארום פול מיט וויסנשאפט דעריבער וויל איך זיך אנשלוסן דערינען, איך האף צוצולייגן מיין אייגענע צוויי צענט אויב ס'וועט זיך אויספעלן, איך האף נישט צו שרייבן קיין שטותים אויב איך פאל אמאל דורך ביטע קלערט מיר אויף, איך וויל נישט זיין שטאטס נער, שקויעך למפרע.
Love to learn
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:40 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Love to learn »

Know very well Yiddish But cant write so it has to be in English anyway I like reading here so I gain knowledge of the small world.. I like to speak to people that what keeps me going.h
רמדעוונ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 1:48 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך רמדעוונ »

איך בין א לויבאוויטשער חסיד וואס האט ליב אידיש. איך רעד מיט מײנע קינדער נאר אויף אידיש. איך בין דא צו פארבעסערן מיין אידיש דורך ליינען די ארטיקלען און שרייבן דא.
באניצער אוואטאר
זיו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך זיו »

שלום עליכם מיינע טייערע זיסע פריינט. איך בין א לייענער פון קאווע שטיבעל פאר אומגעפער פינף יאר, און איך מוז אייך זאגען אז איך האב דא שטארק הנאה געהאט, און א סאך געלערענט. מיין אהבת החכמה האט מיך אריינגעשלפט דא אין שטיבל און איך בין ממש פארגאפט פון די אוצרות וואס איז דא פארהאן.

נא, אז מען קען ליינען אן זיך איינשרייבען, איז צו וואס פעלט אויס זיך איינצושרייבען?

איז אזוי, קודם כל, פשוט אייך צו קענען דאנקען און לייקען פאר אייער געוואלדיגע ארבעט. 

צוויטענס, צו מאכן חברים און אויסשמיסען זאכן וואס אינטערעסירט מיך.

דריטענס, והוא העיקר, ווייל עס איז קומען די צייט זיך אליין צו לערנען, זיך אליין צו קענען ענטפערן די פראגע, מי אני. ווער בין איך?  איז ווי אזוי טוט מען דאס?  מען עפענט זיך אויף, און מען געט זיך אויס.  מען נעמט די אומאויסגעדריגטע געפילען, און מען דריגט עס אויס. מען נעמט די באהאלטענע מחשבות, וואס מען לויפט אוועק פון, און מען זאגט, גענוג, סטאפ, לאמער עס אנעליזירן, און נישט סתם, נאר גאר אונטער א מייקראסקופ.

איך האב אויסדערוועלט @זיו אז מיין ניק, ווייל עס איז צייט פאר מיר ארויסצוקומען פון מיין לעכעל, און לאזען מיינע טאלאנטען און כשרונות ארויסשיינען (זיו=שיין).
גאר_נייגעריג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:45 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך גאר_נייגעריג »

ווי מיין ניק זאגט בין איך שטארק נייגעריג צו וויסן זאכן, מענטשן און געשענישן און נאכמער צו פארשטיין פארוואס אלץ גייט ווי עס גייט און ווערט ווי עס ווערט. איך קום שוין אריין אין קאווע שטיבל פון מאל צו מאל, אבער איך וויל קענען דיסקוסירן מיט די אנדערע מיטגלידער און אנטייל נעמען אין די דעבאטעס און א.א.וו.
קוהק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 8:53 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קוהק »

איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל וויל דא קען מען טרעפען גוטע ידיעות איבער אידישע היסטאריע בפרט פון חצרות האדמורי''ם און היסטאריע פון רעבישע קינדער און זייערע יחוס. ווי אויך וועגען ספרים וסופרים
קול_ביער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך קול_ביער »

איך בין א חסידישער מיט מיינונגען און איינרעדענישן אויף יעדער זאך, אזוי ווי רוב דא, איך האב זייער ליב די יודישע פורומס, ספעציעל די טענה'רייען, מער ווי איינמאל האט מיך שוין אנגעכאפט א תאווה מיגב צו זיין, אבער כ'בין נישט אנגעקומען... אפשר ווען כ'וועל האבן מער צייט כח נערווען און געדולד...
רעאגיר