שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
נישקשה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2019 10:41 pm

שליחה דורך נישקשה »

איך דריי מיר שוין לאנג ארום דא אין שטיבל און איך בין זיך מחיה מיט די שמועסן דא, נאר קיין קאווע האב איך נישט געקענט מאכן ווייל איך בין נישט קיין רעדזשיסטערד חבר, ממילא נעם איך די מיה, און די פעדער אין די האנט און איך שליס מיר אן אין די חבריא. איך האב ליב נישקשה'דיגע קאווע, נישט בריעדיג און נישט קאלט, נאר ממש נישקשה.

איך האף איר וועט הנאה האבן פון מיר און איך פון אייך, קיין גרויסער שרייבער בין איך נישט אבער איך האב ליב זיך צולאזן הערן פון צייט צו צייט.

זייט אלע געזונט און שטארק.
Totallycool
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך Totallycool »

Hi,I have been following kaveshtibel for a very very long time and just never got around to register, I feel like I have a lot to offer on many of the subjects being discussed, and I’m looking to chill out oknmy free time
החפץ בעילום שמו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2019 7:22 am

שליחה דורך החפץ בעילום שמו »

איך בין אן ארץ ישראלדיגע יוד,
וואס לצרכי פרנסה וויל איך פאהרן צי די גאלדענע מדינה אמריקה.
אלע יאהרן האב איך שוין מיטגעהאלטן די נייעס דא אין קאווע שטיבל, בעיקר אין די מוזיק אפטיילונג.
איז יעצט וואס איך פלאן צי קומען קיין אמריקה, איז נישט קיין מעהר פאסיגע צייט צי זיך איינשרייבן
און אליינס ווערן א חלק פון די חסידישע קבוצה.
impossibility
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2019 12:40 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך impossibility »

איך בין א שרייבער אין היסטארישע פיקציע, און איך וויל זיין א חלק פון די קאווע שטיבל געזעהלשאפט כדי צו קענען פארבעסערן מיין שרייב ארבעט. אויך האב איך א שטארקע אינטערסע אין אידיש גראמאטיק, און אזויווי עס איז דא גאנץ ווייניג איבער דעם ענין, איז דא די פאסיגע פלאץ צו קענען זיך לערנען מער דערויף.
דיאמאנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:50 am

שליחה דורך דיאמאנט »

אן ייד וואס האט ליעב דאס יידישע שפראך, פארשטייט אן עסק, אין וויפיעל די צייט וועט ערמעגלעכ'ן וויל דעבאטיר'ן נושאים אויפן היימישען סדר היום, אין דער איינציגסטער היימישער פורום - קאווע שטיבעל.
הבחור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2019 2:32 pm

שליחה דורך הבחור »

א חשוב'ער בחור מיט אינטערעסע איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, צוליב אינטערעסן, מצב, יארגאנג, חסידות, טאלאנטן, שאיפות, און פלענער, וכ"כ כמה גדולי האחרונים
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1377 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

הבחור האט געשריבן: איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, צוליב אינטערעסן, מצב, חסידות...

ביזט פון מרכז אדער בעלזא?
באניצער אוואטאר
משהה פרידמן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 7:33 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך משהה פרידמן »

איך בין א בחור אין ישיבה און איך האב זייער הנאה פון קאווע שטיבל, מיינע אינטערסן לויפן ערגעץ צווישן אמונה און יידישקייט ביז היימישע פאליטיק, איך פלאן נאר צו שרייבן אויב איך האב עפעס קלוג מוסיף צו זיין
מי זה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 19, 2019 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

שליחה דורך מי זה »

איך בין א ארץ ישראל'דיגע אינגערמאן אין איך וויל פארבעסערן מיין אידיש אויף רעדן און שרייבן.
איך בין אינטרעסירט צו געוואר ווערן נייע אינטרעסארטע פארשידענע ענינים און הערן יענעמ'ס מיינאנג.
פארשטייט זיך אז איך וועל זיך פרייען צו צוגעבן אויך מיין קוק.
מאטימרדכי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 21, 2019 12:32 pm

שליחה דורך מאטימרדכי »

אגיט יאר פאר איעדם איינעם איך הייס מרדכי המכונה מאטי איך בין פין ברוקלין ניו יורק איך בין א וויזשניצער חסיד אין איך האב ליב צי האבען א גוד טיים כל טוב הצלחה רבה
יתרו613
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 27, 2019 11:19 pm

שליחה דורך יתרו613 »

I am charedi and chasidish and am interested in all chassidish kehilos as well as charedi communities worldwide.
I am also interested in heimish history and sifrei kodesh
שמחת תמיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 28, 2019 9:04 am
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך שמחת תמיד »

איך ליין זייער אסאך אין קאווע שטיבל אלץ גאסט אין איך האב זייער הנאה יעצט האב איך מחליט געווען אז איך ווער א חבר. איך האלט אז איך וועל זייער אסאך ציגעבן צי קאווע שטיבעל. ייישר כוח פאר אללעס
בני-בינה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 29, 2019 1:15 am

שליחה דורך בני-בינה »

איך זייער בלייבען ביי די פאקטן אין נאר לגופו של עניין נישט האבן קיין וויכוחים מיט קיינעם פראבירן מלמד זכות אויף יעדן אין יעדן מצב, אין דברי חכמים בנחת נשמעים אין אוודאי קיינעם נישט באליידיגן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קענסטו מיר אפשר מסביר זיין פשט פונעם משוגעת פון עפענען ניקס אין דער וועלט אריין?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
עבד נאמן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2019 4:16 pm

שליחה דורך עבד נאמן »

איך גלייך שטארק א גוט גלעזל קאווע, שטייענדיג אינעם קאווע שטיבל, נאכ'ן כאפן א טבילה אין א פלאמ'עדיג הייסע מקוה, ארום גענומען מיט חברים און גוטע פריינט וואס שלינגען מיט דארשט מיינע פערל ווערטער וואס איך לאז הערן מיט חכמה און קלוגשאפט.
איך בין געוועהן א פשוט'ע איד אבער היינט בין איך שוין א געטרייער קנעכט
e c nieas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 7:36 am

שליחה דורך e c nieas »

איך בין און די יארן וואס מ'רופט teenager און איך זיך גוטע אינטערסאנטע ליטעראטור צו ליינען, און אויך מענטשען מיט וועם ס'גייט זיין א געשמאק צו אויסשמועסן וועלטליכע געשענישן,(און אויך זיך צו אויסגעבן די אייגענע סחורה) און די חברים האבן מיר מודיע געווען פון די פארום, האב איך באשלאסן אז עס וואלט געווען א גוטע איידיע זיך צו אנשליסן, און ווערן א חבר און די גרופע
Billy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 03, 2019 9:26 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך Billy »

ס'האט זיך אנגעהויבן מיט'ן זיך אנטרעפן אינעם "וועקער" בערך א יאר צוריק. דורכ'ן וועקער בין איך אנגעקומען דא און געטראפן א כלי מלא וגדוש.

ס'איז, דוכט זיך, איבעריג צו אויסלויבן דעם פארום וואו היימישע אידן קענען אויסלופטערן טעמעס וואס אין די פארלאפענע טעג האט מען זיך נאר געקענט שושקענען דערוועגן. פון היימישע פאליטיק ביז רעליגיעזע ספיקות - אלעס ווערט דא אויסגערעדט און ארגומענטירט.

דער פארום דא איז א דורכזיכטיגער פענסטער אריין און ארויס פון די היימישע קאמיוניטי. א דרויסענדיגער קען גיבן א קוק און לערנען אסאך וואס קומט פאר אינווייניג; דער וואס איז אינווייניג נוצט דעם פארום צו כאפן א בליק אויף דער דרויסענדיגער. נישט נאר אין ממשות'דיגער ענינים ווי נייעס און פאליטיק, נאר - און אפשר איבערהויפט - אין דברים הנוגעים ללב. למשל ס'איז פאראן דא א דיסקוסיע איבער'ן קדמות הזוהר אדער די דיפערענצן אין די דאטומס צווישן חז"ל און או"ה. איך קען זיך נאר פארשטעלן די רעאקציע פון מיינע שוואגערס ביי א שבת שבע ברכות אויב איינער זאל גיבן א פרעג אזא פראגע הויך. דער ודגי-הים-בידכם-נתנו שוואגער וואלט אים ארויסגעטראסקעט בשן ועין מיט קללות "כופר אפיקורס" וכו'.

פארוואס כ'האב מחליט געווען צו ווערן א חבר דא? איינס ווייל איך פיל אז איך האב וואס מיטצוטיילן אדער רעאגירן צו געוויסע טעמעס; און צוויי, פשוט צו שטיצן אן "אינסטיטוציע" וואס ערלויבט פרייע אויסדרוק פאר די וועלכע קענען זיך נישט אויסדרוקן אזוי פריי אין אנדערע אומשטענדן.
בינוני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 03, 2019 6:50 pm

שליחה דורך בינוני »

א עבד ה׳ פון אמעריקא. איך טוה א ביסעל אין חינוך און אויך אין קירוב רחוקים לאבינו שבשמים.
איך פראייר אלע מאהל צו מאכען שלום צווישען אידן.
איך בין אויך א שטיקעל עסקן דא אין מיין שטעטעל און איך בין א מתנדב אין די ביקור חולים ארגאניזאציע.
חאצקעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 05, 2019 6:53 am

שליחה דורך חאצקעל »

איך בין א איד א בטלן וואס איז אויסגעטוהן פון די וועלט אין איך וויל אביסעל מיט האלטן וואס טיט זיך איך וויל בעיקר קויפען איך האב נישט קיין סאך וואס צופארקויפן איך בין א יונגר מאן און די דרייסיגע יארען אן קיין שום טאלאנטען אין איך גיהער נישט צו קיין שום חסידות אין איך האב נישט קיין שאיפות אין מיין לעבען אין איוך נישט קיין פלענער אף גארנישט איך וויל מיט טיילען מיין בטלנות'קייט פארען עולם , ווי זאגט דע וועלט " יעדער שמויגר צו זיך טויגער" בטלונישערהייט קומט מען מער אהן ווי צו זיין א חכם
הייסע טיי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 05, 2019 7:04 pm
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך הייסע טיי »

איך ארבעט שווער דורכ'ן טאג, איך גלייך זיך אויסצוליפטערן פון צייט צו צייט ביי א הייסע גלאז קאווע ליינענדיג טשיקאווע און אונטערעסאנטע ארטיקלן און אנאליזן, שוין א לאנגע צייט וואס איך ליין די קאווע שטיבל ארטיקלן וואס איך האב זייער הנאה דערפון, פון צייט צו צייט האב איך וואס צוצולייגן אבער איך האב נישט די מעגליכקייט אן זיך רעגיסטרירן,
נייגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2019 12:50 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך נייגער »

מה נאמר ומה נדבר ווי קען מען אזויפיהל שרייבן איבער זעך 160 בוכשטאבן ג-ט בעהיט נו שוין געניג?
ניין.
שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד נו? יעצט? שיק.
ווידער נישט.
אוי געוואלד ווען איך וואלט געוויסט ווי לאנג עס וועט מיר נעמען וואלט...
שוין שיק.
געשעפטס מאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2019 10:17 pm

שליחה דורך געשעפטס מאן »

אלטס א געשעפטסמאן איז א געשמאק זיך דא אויסלופטערן. אבער כדי צו קענען געבן א לייק וועל איך מיך דא פארשטעלן פאר אייך.
איך בין א געשעפטסמאן וואס פארשטייט אן עסק און געשעפטן,
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm
האט שוין געלייקט: 1112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך לולקע באנוצער »

א גוט יאר.

איך בין א בחור אין די יארן, און איך אנגעהער צו סאטמאר. זוכנדיג פאר כשר'ע וויסנשאפט האב איך אנטדעקט קאווע שטיבל, און איך האף אז מ'וועט מיר אויך ענדזשויען.
איך גלייך מוזיק, ידיעות, הומאר און וואס נישט. (חוץ חסיד'ישע פאליטיק)
(שוין 40 ווערטער?)
רעאגיר