שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
Ignoramus
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 10:41 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Ignoramus »

I’ve been reading Kave Shtiebel since 2012.

Never wrote anything.
I’m not a writer, but I’m a good reader.

Even though Yiddish is my first language, I write better in English.

In the last 10 years I learned more here than what I learned my whole life.
בן אדם אבג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:26 am

שליחה דורך בן אדם אבג »

I'm a regular guy. I'm curious. I try to keep myself informed. I learned a lot in my life. And I want to learn more. I want to know the truth, and that includes the falsehoods that people repeat and add to the historical record. And I don't rest until I've exhausted all venues of collecting all relevant information.
פשוטע פאקטן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 1:04 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך פשוטע פאקטן »

איך בין נישט א שטענדיגע ליינער אויף ''קאווע שטיבל''.. בלויז פון ציט צו צייט ווען עס קאכט זיך א געוויסע 'נושא' אויפן גאס, כאפט מיך אן אזא מין 'ברען' צו זען וואס די חברה אויף קאווע שטיבל האבן צו זאגן אויף דעם..

איך בין אין די פערציגער יארן, מיט א קינדער געבענטשטע משפחה געלויבט השם יתברך, און איך האב א ביזנעס ווי איך פארדין גאר שיין געלויבט השם יתברך. דער איבערשטער זאל ווייטער אזוי העלפן.

איך בין א פראפעסיאנאלע שרייבער אויף אידיש, און איך האב א כסדר'דיגע קאלום אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס.. ממילא האלט איך אז איך קען אסאך מאל צוגעבן צו א "קאכעדיגע" שמועס מיט מיין פראפעסיאנאלע זאפטיגע שפראך..
מירון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 5:18 pm

שליחה דורך מירון »

איך טרינק שוין דא קאווע א לענגערע צייט אין שטיבעל איך האב נאך קיינמאל נישט אויגעגאסען מילעך אדער צובראכען א גלאז, עס איז נישט זייער באטעמט איך טרינק מיר אזוי איינזאם איך שעהם זיך,האב איך געטראכט צו פראבירען מיין מזל אין זיך איינבעטען מיך אריינצונעמען אין די שטיבעל.
עניו מאוד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 12:43 am

שליחה דורך עניו מאוד »

איך האב ליב נייעס, אויך אביסל פאליטיק, יודיש שפראך איז מיך בעיקר אינטערעסאנט איך האף צי קענען ציגעבן אסאך צי קאווע שטיבל, אזויווי דער סיסטעם לאזט נישט דורך וועל איך מוזן שרייבן נאך אפאר ווערטער, אזוי אפשר יעצט וועט עס גיין
doc
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:16 am

שליחה דורך doc »

שלום וברכה! איך הײס דוד עומר כהן, װאוינען װאוין איך אין אמסטערדאם, האלאנד. איך האלט א וועלט פון דער אידישער שפראך, װאס איך האב זיך אנגעהויבן לערנען מיט 3 יאר צוריק אין א וועלטליכער סביבה. חברים מיינע האבן ממליץ געווען אז איך זאל לייענען דעם 'וועקער', װײל לויט זײער מײנונג איז דאס איינער פון די בעסטע היינטיגע אויסגאבעס אויף מאמע לשון, סיי פון די וועלטליכע און סיי פון די היימישע. האב איך געמיינט ס'וואלט געווען כדאי זיך צו רעגיסטרירן אויף דעם פארום אויכעט.
ארץ ישראל'דיקער יוד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 6:14 pm

שליחה דורך ארץ ישראל'דיקער יוד »

איך האב מיך איינגעשריבען ווייל ס'איז זייער א גישמאקע פלאטץ אין איך האב מיך שוין א שטיעק צייט געדרייט אין קאווע שטיבל אין יעצט האב איך באשלאסען זיך איינצישריבען כדי צי צי געבן צי דע פארום וואס איך האב ציזאגען
שמשון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:33 pm

שליחה דורך שמשון »

איך הייס שמשון, שוין פאר א לענגערע צייט וואס איך ליין א יעדן טאג א יעדע אשכול אויף קאווע שטיבל, מיט די צייט האב איך מחליט געווען אז איך וויל נישט זיין נאר א מקבל, נאר אויך עפעס ציגעבן.
ווינטיג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 12:05 am

שליחה דורך ווינטיג »

לאמיר זיך פארשטעלן דא פארן ציבור חברים.
מ'זעמיר דא אנגעקומען נאכן זוכן און טרעפן געשמאקע אינפארמאציע אינעם קאווע שטיבל, נו פארוואס נישט זיין א חלק אינעם שמועס?
קוקט אויס אינטערסאנט דאס פלאץ. בלייבט פאר אונז נאר זיך צו לאזן אויף א שפאציר דא.
אין עוד מלבדו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:19 pm

שליחה דורך אין עוד מלבדו »

א איד מיט א שמייכל אויפן פנים און מאכט אנדערע אידן אויך שמייכלען ווען מ'קען נאר אין גלייבט נאר און דעם איין איינציגן באשעפער אויפן וועלט וואס ער האט און איז און וועט מחיה זיין די גאנצע וועלט!
לעקיש בעער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 02, 2022 2:05 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך לעקיש בעער »

ידוע האימרא מהקוצק'ר רבי שאל החידושי הרי"ם כתב בפסוק אמת מארץ תצמח שאל הקוצקער מה זורעים בקרקע שתצמח מזה אמת השיב החידושי הרי"ם כשמקברים השקר זורע אמת הכונה פשוט לכל אדם בעצמו לקבור השקר אצלו הפוליטי הסיסטעם ועוד לידע שיש אמת וסך הכל צריכים לקבור השקר
רובינזון קרוזו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:39 pm
געפינט זיך: Robinson Crusoe Island
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך רובינזון קרוזו »

איך זיך צי פארברענגען דא שמועסן אזוי בדיבוק חברים בבחינת אז נדברו
יראי ה' איש על רעהו ויקשב ה' וישמע ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה' ולחושבי שמו זאל דער אייבערשטער העלפן אינז זאל מיר זוכה זיין צי בית גואל צדק במהרה בימינו אמן
pseudonym
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:54 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך pseudonym »

.א נייגעריגע פּערזאן, וועלכער שעצט א נייע/פרישע בליק אויף אונזער "נארמאלע" לעבן
.איך בין א יונגאטש פון אונטער 25, און איך וואוין אין בארא פּארק
חיים של תורה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 04, 2022 11:38 am

שליחה דורך חיים של תורה »

אלגעמיינע יודל מיט בארד און פיאות, ציצית גדול וקטן, שטריימל + ווייסע זאקן
נעמט זיין לעבן פון די תורה, זיך מחי' מיט קביעות עיתים
הייבט אן די טאג מיט נעגל וואסער, דאווענט דריי מאל א טאג מיט מנין
מחנה כהונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 05, 2022 9:12 am

שליחה דורך מחנה כהונה »

איך האב גילערנט אין סאטמער, אין דריי זיך אין באבוב 48 האט ליב צו נאשען פין איבעראל, וואון אין בארא פארק האב צי ליינען וועגן זאכען וואס זענען פארגעסען אדער גימאכט פארגעסען
באניצער אוואטאר
קאמארנער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 05, 2022 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך קאמארנער »

איך וויל פאברענגען, מיטטיילען מיינע געדאנקען און כלערליי שורה'ליך, און ענזשויען שבת אחים גם יחד.
איך בין אינטערסירט אין מיוזיק, פילאסאפיע,פאליטיק,פסיכאלאגיע,השקפה.
איך געהערט צו א באקאנטע חסידות.
א רעכטי און קאנסערוואטיוו אין אלגעמיין.
איך האב נישט וואס נאך צו שרייבן, 40 ווערטער? אסאך.. נאכאלץ נישט גענוג? טוה מיר א טובה..וואס פשט?
אקעי כ'געב אויף אויף אויף אויף אויך אויף
ויש לומר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך ויש לומר »

"איך בין דורכגעפאלן"! דאס איז א ווארט וואס איך גיי קיינמאל זאגן אין מיין עכטע לעבן. אבער אינטערן שלייער פון א ניק. צווישען אחים לדעה וואס לאזן צו געפילן, זענן מסכים מיט כשלונות אין זענן דרייסט זיי צו קאנפאטירן איז געשמאק צו פאר ברענגען.
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

שליחה דורך סדרן »

22 נייע מעמבערס כמנין אותיות התורה - עטס זענט אלע מכובד זיך אנצוגיסן א גלעזעל קאווע, זיך מאכן באקוועם, און זיך לאזן הערן. שעמטס ענק נישט!
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
keep it up
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 11, 2022 8:46 am

שליחה דורך keep it up »

i love the way how everything is going
stam look whats happening here and hope everything will be ok
באניצער אוואטאר
קבצו זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:12 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך קבצו זקנים »

לעצטענס טרעף איך זייער אינטערעסאטא נושאים אין דעם שטיבל אין פין מאל צו מאל קען איך צילייגען א ציקערלע. אשר על כן וויל איך מיך משתתף זיין להגדיל השטיבל ולהדירה. איך בין א רעגולערע אינגער מאן וואס איז אריבער דער נורמלע חינוך אין ויליאמסבורג, בקיצור סתם א בן אדם.
Pini
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:31 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך Pini »

I participated in a zoom lecture by Chaya Nove this week about Hasidic yiddish and became very interested to hear more. I am fluent in the Yiddish that I spoke at home and at the secular Peretz Shul in Winnipeg that I attended before my bar mitzvah
.
לאוולי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 11:13 am
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך לאוולי »

כ'אב נישט אסאך וואס צו שרייבן. איך האף אז מען וועט הנאה האבן פון מיך דא און איך וועל הנאה האבן פון ענק. איך האב ליב צו ליינען און שרייבן זאכן וואס מען קען נישט שרייבן אין אנדערע פלעצער. איך וויל רייך מאכן דעם עולם מיט מיינע ידיעות און איך האף אז איך וועל צוגעבן פאר די פלאץ, און אויך וועל איך קענען ליינען פון ענק.
איינעראליין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 11:47 am

שליחה דורך איינעראליין »

אידיש גאר אינטערעסאנטע ליין מאטריאל דאהי דערפאר איך געקליבן צי איינשראבן דא
איך צי האפן אז דאס איז אוודאי געוויס געניג פארן איינשראבן זעך אהער דא הי אויב נישט איז פראבלעם דערפאר וואס איך נישט האבן קיין סאך מעא וואס צי צי צילייגן אהער דא אין דעם פארום
רעאגיר