בלאט 1 פון 209

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 12:29 am
דורך קעלנער
אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.

שלום עליכם נייע חברים, גיסט אייך אן א גלעזל קאווע, מאכט אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 12:29 am
דורך חלזון
א גוטן טיייערע ברידער, מיין נאמען איז חלזון מיטן אויבערשטנס הילף קלער איך צו שרייבן איבער דער ניי געפינענע מיורעקס תכלת און איך האב אין פלאן אפילו איבערצוזעצן דעם וואונדערבארן ספר לבוש הארון, אויף אידיש, וועלכער ווארפט א ליכט איבער דער מצוה חביבה.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 12:42 am
דורך ריכטיג
שלום עליכם.
איך וואלט הנאה געהאט אויב דו קענסט פארענטפערן מיט זאכליכע תירוצים די קשיות פון הרב אייזיקאוויטש אין גינת ורדים, ביז היינט האב איך נישט געזעהן קיין זאכליכע תירוצים און זיינע קושיות זענען ביי מיר נאך אלץ שווער געבליבן.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 5:53 am
דורך חלזון
עליכם השלום, איך בין נישט אזוי באקאנט איבער די שטעלונגען פון הרב אייזיקאוויטש, אדרבה, אויב האט איר עס אין באזיץ וואלט מיר עס געווען אינטערעסאנט.
רעדנדיג מיט יונגעלייט תלמידי חכמים וואס זענען באהאוונט אין דער נושא זאגן זיי אז ער ווארפט זאמד אין די אויגן וזהו.
בכלל רעכן איך נישט זיך אפצוגעבן מיט וויכוחים און פארענטפערן כל מיני קשיות שבעולם וואס איז אין קץ לדברי רוח און ס'איז צום לאכן און צום וויינען מיט וואס פאר א תירוצים דוחקים מענטשן קומען אלץ אויף אבי נישט צו דארפן אנערקענען אין דעם תכלת. ליבערשט האב איך אין פלאן - - אויב השי'ת וועט שענקען כוח און צייט - - איבערצוזעצן דעם ספר לבוש הארון וועלכער איז כעת נאר דא אויף ענגליש, וועלכער איז בדרך שאלה ותשובה וואו אלעס ווערט מבואר מיט א קלארקייט וכמעט שלא הניח מקום להתגדר.
אויף אייוועלט האב איך לעצטנס געזען א ניק מיטן נאמען אלד וויליאמסבורג וועלכער שיינט פארצושטעלן די טענות פון הרב אייזיקאוויטש, צווישן אנדערע שרייבט ער אז מיורעקס איז גאר קלא אילן, וואס איז א געלעכטער, ווייל קלא אילן איז קיינמאל נישט פארשווינדן געווארן און איז באקאנט אלס אינדיגא. זע וויקיפעדיע.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 10:28 am
דורך ריכטיג
לאמיר לאזן דעם אשכול פריי פאר איר ציל, איך האף ממשיך צו זיין מיט אייך אינעם אשכול וואס איר וועט עפענען אי"ה.
א טייל פון הרב אייזיקאוויטש'ס טענות זענען טאקע איבערגעטריבן לענ"ד אבער א טייל זענען גאנץ ערנסט.
א חלק פון די טענות קען מען הערן אויף:
718-506-9054
4-7-5

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 10:31 am
דורך קריינא דאיגרתא
נאכ'ן מיטהאלטן קאווע שטיבל איבער א יאהר, האב אייך האב פאריגע וואך מחליט געוועהן זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל. גיי איך ארויף אויף די ערשטע זייט און בום! נישט דא קיין "רעגיסטרירען" קנעפעל! כ'האב געקליקט דא און דארט, ביז איך האב געזעהן די מודעה פון די הנהלה אז רעגיסטראציע איז צייטווייליג אפגעשפארט. יעצט אז רעגיסטראציע איז פיינעלי אפן שרייב איך מיר איין מיט פרייד.
זעה איך אז עס פארלאנגט זיך צו שרייבן איבער זיך פאר'ן זיך איינשרייבן, און איך האב הנאה דערפון. זייענדיג א שעמעדיגער בטבע וואלט מיר אפשר גענומען אסאך צייט ביז איך וואלט מיך ערלויבט צו עפענען מיין מויל. אזוי זאג איך אפ מיינס נאך דא אין די רעגיסטראציע בלטעל, און איך קום אריין ווי אחד מן החבורה, און די עולם ווייסט שוין אביסל איבער מיר.
איך בין א נייגעריגער בעיקר אויף תולדות און היסטאריע פון גדולי ישראל. וויבאלד מיין אינטערעסע אין תולדות קומט נישט פון א מצוה'דיגע צד, ווי אז ס'איז א מצוה צו רעדן פון גדולי ישראל, נאר פון א פשוט'ע נייגעריגקייט צד, קען איך נישט פארנעמען די געבלאפטע מעשיות פון די אלע ביכער, און איך בין נייגעריג געוואר צו ווערן דעם אמת איבער גדולי ישראל. נישט יעדע גדול איז געבוירן געווארן א גדול, יעדער האט זיך געהאט זיינע נסיונות, שוועריגקייטען, און בעיקר, פארדרייען די דעות פון גדולי ישראל אז זיי זאלן שטימען מיט די דעות פון דער וואס דערציילט עס איז די ערגסטע זאך אין מיינע אויגן.
איך בין נאך אין די פריע צוואנציגער יאהרן. און איך בין נישט דער גרעסטער ידען, אבער איך בין נייגעריג, און כ'האב ליב קונה צו זיין. איך לערן אין כולל א גאנצען טאג, און איך האב נישט קיין סאך צייט צו שרייבן. אבער פון צייט צו צייט האף איך צוצולייגן און זיך אנצוריפן.
איז טייערע אידן, א דאנק פאר'ן מיך מהנה זיין ביז היינט, און האפענטליך ווייטער.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 10:56 am
דורך ראשעקאל
שלום עליכם [tag]חלזון[/tag] און [tag]קריינא דאיגרתא[/tag]!!

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 10:59 am
דורך Kool man
כשמי כן אני, א קיהלער מאן, כפשוטו וכמדרשו
אויך האלט איך זיך קיהל און ווער נישט אזוי באנומען פון געוואלדעס, און פון א תגובה אנגעלייקט מיט א בערגל ליבעס און סמייליס, איך פרואוו זיך האלטען קיהל מיט קאמאן סענס,

פאר מער פרטים קען מען זיך פארבינדען פערזענליך.

:)

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 1:26 pm
דורך איך אויך
שלום עליכם ר' קריינא עס סאונד ווי אונז גייען האבען א גוד טיים מיט דיר דא.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 2:20 pm
דורך עפל סיידער
אלטע מעגן אויך זיך פארשטעלן?

שלום עליכם אלע פרישע חברה.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 2:23 pm
דורך איך אויך
יע גוא עהעד.

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 2:26 pm
דורך מ גפני
ראשעקאל האט געשריבן:שלום עליכם [tag]חלזון[/tag] און [tag]קריינא דאיגרתא[/tag]!!

און [tag]Kool man[/tag]
יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן השטיבל

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 3:32 pm
דורך שעפטל
מ גפני האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:שלום עליכם [tag]חלזון[/tag] און [tag]קריינא דאיגרתא[/tag]!!

און [tag]Kool man[/tag]
יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן השטיבל

וועלקאם אלל

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 3:34 pm
דורך שרייבער
ראשעקאל האט געשריבן:שלום עליכם [tag]חלזון[/tag] און [tag]קריינא דאיגרתא[/tag]!!

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 4:03 pm
דורך היסטאריקער
שלום אליכם יעדער ובפרט קריינא

איך בין דא צו פארציילן היסטארי

געדענק "היסטאריע קען מען נישט פארדרייען"

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 11:34 pm
דורך ביבער
היסטאריקער האט געשריבן:געדענק "היסטאריע קען מען נישט פארדרייען"

היסטארי האט געוויזן אז מען קען יא פארדרייען היסטארי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:41 pm
דורך קריינא דאיגרתא
ישר כח פאר די ווארימע אויפנאמע! ווי געזאגט ווייס איך נישט ווי אפט איך וועל קענען שרייבן, אבער איך האף מהנה צו זיין, כאטש אביסעל אפצוצאלן אויף וויפיל איך האב הנאה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:14 pm
דורך איך אויך
וועלכע בריוו איז אין דיין בילד?

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:45 pm
דורך לאליפאפ
זר זהב האט געשריבן:שלום עליכם קאווע שטיבל, איך בין זר זהב, אויך באקאנט אלץ זר, זר'ל אדער זר'לע. איך האף אייך צו מהנה זיין.

נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 12:54 am
דורך יין שרף
וואס ביסטו מוציא זרע לבטלה...?

נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 1:26 pm
דורך קריינא דאיגרתא
איך אויך האט געשריבן:וועלכע בריוו איז אין דיין בילד?

א שיעור פון חתם סופר אין ישיבה, געשריבן דורך א תלמיד.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 1:36 am
דורך אויסלייזער
קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.


צום ערשט א דאנק געבן פאר די אדמיניסטראציע פאר מיך אננעמען.

אן עלטערע חבר וואס שרייבט דא האט מיר געשטיפט זיך איינצושרייבן דא. אויף דערווייל האב איך נישט קיין אינטערנעט אינדערהיים, איך נוץ די לייברערי פרייטאג נאכמיטאג, אדער מיין שוויגער'ס קאמפיוטער ווען איך בין דארט מוצאי שבת. איך טייפ אראפ מיינע מחשבות אויף מיין לעפטאפ אינדערהיים, און האלט זיי אויף א USB שליסעל. זייענדיג פון נאטור אביסל איבערגעטריבן פונקטליך, ספעציעל ווען אויסגעשטעלט צו ווערן קריטיקירט, האב איך דערווייל נאך נישט גרייטע ארטיקלען.
איך וויל זיך פארשטעלן אלץ א געוועזענע חסידישע בחור, איך פלעג באזוכען ר' אלימלך בידערמאן, ר' צבי מאיר גינזבערג, תולדות אהרן, ר' יעקב מאיר שעכטער, ר' עקיבא ראבינאוויטש, ר' חיים הערש טייטלבוים. איך בין נאכאלץ א חסידישע אינגערמאן, אבער וויבאלד מיינע עלטערן און נאכמער מיין פרוי'ס עלטערען זענען נישט קיין רבי מענטשען, האב איך צוביסלעך נאכגעלאזט, און איך באגעניג זיך מיט מיין רב וואס פסקענט מיינע שאלות, און מיין ראש הכולל'ס מוסר דרשות.

איך לייג האפענונג אז מיינע רייד וועלן טרעפן ריכטיגע צוהערער.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 2:42 am
דורך petergrifin
@אויסלייזער שלום עליכם!

איך װײס נישט צו דו ביסט אונזער לאנג ערװארטע אויסלייזער אבער ריגארדלעס ביסטו װעלקאם!