שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
גאר גוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 18, 2020 12:22 am

שליחה דורך גאר גוט »

ליינען און שרייבן איז מיין הנאה, לערנען פין אנדערע איז מיין שאיפה
וויסן זאלט איר אז די שטימקייט פון די פעדער קען מאכן הויכע קולות וואס הערט זיך שטערקער ווי די גרעסטע טראמפייטער
וואס מער מען ווייסט אלס מער קען מען אויס וועלן צו מאכן די ריכטיקע החלטה
הצלחה!
Jeanne_Mance
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 18, 2020 8:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך Jeanne_Mance »

איך זעה דא כסדר גיטע ארטיקלען, איך וויל אייביג צו שרייבן וועט מען זעהן אויב איך טויג. איך געהער צי פאפע, איך האף אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן פון מיך.
מרגלית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 18, 2020 8:14 pm

שליחה דורך מרגלית »

איך קען נאר דערציילן איבער מיר די איינפאכע דעטאלן, אז איך וויל לייענען היימישע נייעס און אישוס, און דאס איז פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן איינגעשריבן אין קאווע שטיבל, און דאס האט געברענגט מיינע אינטערעסן.
שלום עליך רבי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 18, 2020 8:46 pm

שליחה דורך שלום עליך רבי »

הוי זנב לאריות ואל תהיה ראש לשועלים, מיר ווילען זיין א זנב צווישען קליגע מענשען

עס איז געקימען די צייט אז כלל ישראל זאל צריק גיין צו איר אלטע עטרה

דורך ארבעטן ציזאמען אלע וואס האבן א דעה משותפת , וועט מען דאס קענען דיגראכען
משה זאב פעטש-געבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 19, 2020 11:14 am
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך משה זאב פעטש-געבער »

א תלמיד פון הוד כ"ק מרן שליט"א בעל המחבר (אויף העברעיש) "מה שאלוהים לא יכול". דער נושא פונעם ספר איז, אז גאט האט כוח נאר איבער פיזיקע, נישט איבער לאגיקע און מאטעמאטיקע, און ער קען נישט מאכען למשל אז 1+1=3.
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

שליחה דורך סדרן »

[center]מיר באגריסן דעם פרישן מנין פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
[/center]
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פאליטיקאנט »

Jeanne_Mance האט געשריבן:איך זעה דא כסדר גיטע ארטיקלען, איך וויל אייביג צו שרייבן וועט מען זעהן אויב איך טויג. איך געהער צי פאפע, איך האף אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן פון מיך.
דו געהערסט צו פאפא און דיין נאמען איז דשין מענס.....

לכאורה דארף שוין יעדע מאנטריאלער וויסן ווער די ביסט.......
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19572
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט:לכאורה שטעלט זיך א קשיא. ווי קומט אזא גוי'אישער נאמען (פרענטש קענעדיען) צו אזא אידישע וועבסייט?! נאר דער תירוץ איז. אז ס'איז נישט דא אזא אידישע זאך ווי ..."דזשין מענס"...! ס'איז פונקט אזוי וי מען זאגט..."רחוב מאה שערים"...! דארט איז דא ת"ת'ס און בתי מדרשים. און אידישע הייזער.

אויף דעם קען איך זינגען (איך קען אבער נישט זינגען...לאל) דעם באקאנטן, אינספירירנדן לידל..."מיין שטעטעלע בעלז. דארט וואו כ'האב מיינע קינדער'שע יארן פארבראכט...זייט איהר אמאל געווען אין בעלז/דזשין מענס...אדער אין טאש, דזשין מענס...האט איהר געזעהן וואס ס'מיינט א אידישע גאס...!...!

שוין. מר. דזשין מענס. יהא בואך לברכה.. איך האב מורא אז אונז האבן שוין מזומן. ווייל מסתמא איז דער פאליטיקאנט איז אויך געווען אמאל אין דזשין מענס...!
פאטאגראפיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 21, 2020 4:10 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך פאטאגראפיר »

איך בין א חסיד פון אלע צדיקים הקדושים והטהורים, בינם הרה"ק מוהר''ן זצ''ל, מליובאוויטש זצ''ל, מטאהש זצ''ל, סקולען, ויזניץ מונסי, ויבדל"ח פשעווארסק אמשינוב ויזשניץ לונדון לעלוב
פיקח עצום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 21, 2020 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך פיקח עצום »

כ'מיין סאיז שוין געקומען די צייט צו טון למעשה וואס כ'טראכט שוין יארן צו טון נאך יארן מיטהאלטן אלץ גאסט וויאזוי אידן טרינקען פיינע קאווע דא אין שטיבל, וויל איך אויך נהנה זיין....., אלע וויצן אידערזייט יעצט ביי די קאראנע (אנאימפלוימינט געלט) צייט איז דא גענוג צייט אפי' פאר פארשלעפטע קרענק זיך איינצושרייבן כ'האף אז נאך אידן וועלן הנאה האבן פון מיר אין די זעלבע אז איך זאל הנאה האבן פון יעדער בעזהשי"ת
פאזמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2020 10:23 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך פאזמאן »

just like to read here its looks like a very interesting website sorry my Yiddish writing is not so good but please accept me as a member i think i could add some good ideash
חי_וקים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 24, 2020 1:00 am

שליחה דורך חי_וקים »

איך האב געליינט פשידענע באשרייבונגען וואס האט מיר אינטערסירט קום איך צום שורש אנצופילען מיין דלי
בע"ה האף איך צו קענען משתתף זיין אויך, מיר איז אויך א פארגקניגען צו דיסקוטירען אידיש מיט ערקלערטע
באניצער אוואטאר
טראלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

שליחה דורך טראלל »

איך בין א טראלל פון סקאנדינעוויע מיטאלאגיע, איך וואוין אין א הייל ווייט אוועק פון סיי וועלכע מענטשליכע יישוב. פון אלץ קליין קינד האב איך אלץ געהערט און געוואוסט פון דעם סארט באשעפעניש וואס רופט זיך "מענטש" און לעצטנס האב איך באקומען א נייגער זיך מער צו באקענען מיט זיי. אז מ'וויל זיך באקענען מיט מענטשן איז דאך נישט מער ווי רעכט זיך ערשט צו באקענען מיט'ן עם הנבחר, און די וויליאמסבורגע אידן זענען דאך די מובחר שבמובחר, קאווע שטיבל איז דאך די סמעטענע פון די סמעטענע פון ווילימסבורג, איז פארשטייט זיך האב איך גלייך אויסגעוועלט זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל און שמועסן אביסל מיט'ן עולם דא איבער א גלעזל קאווע.
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך עולם הזה »

א גוטן.
כ׳בין א באזוּכער אין אלע ווינקלען פונעם שטיבּל, א שטארקער אינטערעסע אינעם פּאָליטישן עולם. קיין שריפטשטעלער קיינמאל געווען, העמער זעהן וואס די מארגענדיגער טאג וועט ברענגען.

ס׳איז א שטאַרק יאר, אין אלע וועלטען.
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך בוטן »

פון ישראל א תושב געווען און אצינדער אין חוץ לארץ זיך באזעצט, און געטראפן א יידישער זייטל ווי מ'קען לייענען גוטע זאכן.
מאטיח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 01, 2020 9:14 pm

שליחה דורך מאטיח »

איך בין א היימישער וואס וואוינט אין בארא פארק איז גאר נייגעריג און אלע ערליי שמיסען און ענינים וועגן דעם פארשרייב איך זיך צום קאווע שטיבל סאיז מיר גאר אינטרעסאנט צו הערין און וויסען וואס אנדערע היימישער אידן אין אונזער קרייזען מאכן פון די נייעס פון אונזער גאס און אויך ביי פרעמדע.
באניצער אוואטאר
צפרדע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 05, 2020 12:53 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך צפרדע »

איך ליין דא אסאך, איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען זאכן וואס אידן שרייבן דא, בפרט שיינע ידועות און וועלטליכע ענינים, אזוי אויך צומאל ווען איך וויל וויסן וואס גייט פאר ערגעץ, זעה איך אז קאווע שטיבל קען זיין די פלאץ ווי איך וועל הערן פון דעם מער.
צומאל ווען איך ליין עפעס וויל איך צושרייבן מיין ארימע מיינונג לגבי יענע נושא.
אגב איך פלאן נישט אסאך צו שרייבן.
באר מים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך באר מים »

געווען פארפרימט אין ישיבה און אויפגעקלערט און ישיבה גדולה
נאכן לערנען 1 זמן אין די ארוינישע כולל אין קרית יואל בין איך געגאנגען ארבעטן
עס זענען געווען וואס האבן עס באוואונדערט אבער בשיטה האלט איך אז דאס איז וואס פארלאנגט זיך פון רוב יונגעלייט צו טון
בנין אב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 08, 2020 9:26 am
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך בנין אב »

איך וויל פארברענגען דא צייט, ליינען נייעס, געוואויער ווערן נייע זאכן, בארוייכערן מיין וויסנשאפט, אויסהערן די דעות פון אנדערע און אויסשפרעכן מיינע מיינוגען. איך בין א מיטעלער גיי, אינגאנצן דורכשנילעך, און וויך האבן מיט וועם צו שמועסן.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 443
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 865 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1614 מאל

שליחה דורך מנהל »

טעות
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

שליחה דורך סדרן »

[center]מיר באגריסן דעם פרישן גרופע פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
[/center]
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פאליטיקאנט »

טעות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19572
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט: נאכאמזל ער/זי האט נישט געניצט אלע י"ג מידות (שהתורה נדרשת בהן).
רעאגיר