שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
- האט שוין געלייקט: 68 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 28, 2017 12:14 pm
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3750
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5896 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5741 מאל
רלב״ג האט געשריבן:דער נאמען זאגט אלס אויב דארפסטו נאך, בין איך דאך טאקע נישט דיינס א קליענט/באס על מיר זיך דאך נישט טרעפן איז דאך עפעס גרעיט, ניין?
אין אמתן - די רלב״ג ז״ל האט נישט געהאט די ״יאמור״ ס׳יז א תיקן בלע״ז.....
א שטיקל שווערע רלב"ג. איך פרוביר צו פארשטיין וואס די מיינסט.
עכ"פ, שלום עליכם ענדזשוי די רייד.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 11:05 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
- יהורם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1160
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
- געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
- האט שוין געלייקט: 554 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2199 מאל
איך האב זייער הנאה געהאט די לעצטע שטיק צייט צו באזוכן אין דעם קאווע שטיבל, וויר דען האט נישט ליב א הייסע געשמאקע קאווע וואס שמעקט מיר אזוי אריין אין די נאז לעכער ווי א זיס קינד... ווער רעדט נאך אויב עס האט שטיקלעך שאקאלאד דערין, דאן איז עס ממש מעין עולם הבא! אויב האב איך נאך א געשמאק שטיקל קוכן צוצובייסן איז זיכער גוט... צימעס וואלט איך גראדע געלאזט פאר מיינע שונאים אראפצושלינגען מיטן קאווע... אבער אלע אנדערע אויבנדערמאנטע מעלות האב איך געטראפן אויף דעם זייטל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19793
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24945 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
- קאנטאקט:
שלום עליכם: לאמיר זיך פארשטעללן פאר'ן עולם: איך הייס בערל מ'רופט מיך בעל עגלה. ווייל איך טרייב א וואגן (וואו די פערד זיצן זאג איך נישט.). איך פיהר אידישע קינדער אין חדר/ישיבה/סקול צו לערנען די הייליגע תורה. און זיין ערליכע אידן. איך האב אויסגעפונען וועגן קאווע שטיבל אויף זייער אן אינטרעסאנטן וועג.
את חטאי אני מזכיר היום. איך האב אמאל געהאט א שטארקן יצר הרע צו ליינען דעם שמוץ קאנאל (סוער, בלע"ז) וואס דער פערווערט און מנוול נחום ראזנבערג (יא. פארגעסן. און צודרייטער) געט ארויס א יעדע וואך. און א יעדעס 2'טע סענטענס איז ביי איהם געווען ..."קאווע שטיבל"...ביניך זייער שטארק נייגעריג געווען צו וויסן וואס איז דאס קאווע שטיבל. ווען איך האב אויפגעמישט צו די וועבסייט קאווע שטיבל האבן מיינע אויגן אויפגעלאכטן. און מיין נפש (רוח ונשמה) האט זייער שטארק הנאה געהאט פון די אפענע דיסקוסיעס און דברי חכמה וואס די אמאליגע חכמי השטיבל האבן אהערגעשטעלט. און איך האב מיך תיכף ומיד רעגיסטרירט און אריינגעסיינט. און די איבעריגע איז היסטאריע...!
איך האב פריער געשריבן (און געליינט) אויף עטליכע אנדערע בלאגס. אונטער פארשידענע אנדערע ניקס. אויף ..."וואס איז נייעס"...האביך א סאך געשריבן. און איך האב ב"ה געהאט א שיינע פאללאואינג. עטליכע היימישע אידן זענען צוגעקומען צו מיר און געזאגט אז זיי ווארטן צו ליינען און האבן א הנאה פון מיינע מאמרים. ביז ס'האבן זיך אריינגעכאפט עטליכע ניקס וועלכע האבן נאר בלאגירט מיט שנאה. (מערסטנס אקעיגן חסיד'ישע אידן, בכלליות.) האביך אויפגעהערט דארט צו שרייבן. און איך בין געגאנגען צו ...."קאפפי רום"... פון ישיבה וואוירלד. דארט איז לכאורה גאנץ גוט געווען. אבער ס'האטציך געמאכט א מצב וואו 2 אדער 3 אינסייד (ישיבה'שע) ניקס האבן געפיהרט א דיסקוסיע צווישן זיך. אויף די היימישע שפראך מיט אלע ישיבה'שע צוגעהערן און היימישע קאודס. און איגנארירט די גאנצע וועלט. כאילו קיין אנדערער מענטש עקזיסטירט נישט אויף די וועלט אויסער זיי אינ'ם היימישן קרעמל. האביך ווידער גענומען דעם וואנדערשטעקן. און געזוכט זיך אנ'אנדער מקום מנוחה. וואו אראפצולייגן מיינע מידע ביינער.
אויך האביך געשריבן אויף אנ'אנדער בלאג וואס דער מייסד און אנפיהרער איז געווען אן אפריקאנער-אמעריקאנער לינגוויסטיקס פראפעסאר. דארט האט מען געחקר'ט דעם מקור און שורש פון א סאך ווערטער. מערסטנס פון ענגלישע. אבער לאוו דוקא. ס'איז געווען א פלאץ ענליך אין פארמאט צו קאווע שטיבל. וואו א יעדער האט געקענט ארויסווארפן זיינע בויך סברות און מיינונגען. און ס'איז געווארן א לעבהאפטע דיסקוסיע. אבער דער בלאג האטציך פארמאכט. ס'הייסט איינער האט עס איבערגענומען. אבער אין אן אנדער'ן פארמאט. מער אין פארמאט ווי פעיסבוק.. האביך ווידער אפגעפוצט. און ענדליך ביניך ב"ה אנגעקומען אל ארץ זבת חלב (נישט מיט א ציירי אונטער די חי"ת) ודבש. קאווע שטיבל...!
די פאני זאך איז, אז איך טשעק שוין באלד ארויס. (אפשר ביי 10,000 תגובות. אויב כ'וועלל נישט טרעפן א בית דין של עשרה רועי בקר וואס וועט מיר מתיר נדר זיין.). און איך האב מיך ערשט יעצט דערמאנט צו שרייבן מיין אינטראדאקשן...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19793
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24945 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19793
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24945 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
- קאנטאקט:
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3750
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5896 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5741 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שלום עליכם: לאמיר זיך פארשטעללן פאר'ן עולם: איך הייס בערל מ'רופט מיך בעל עגלה. ווייל איך טרייב א וואגן (וואו די פערד זיצן זאג איך נישט.). איך פיהר אידישע קינדער אין חדר/ישיבה/סקול צו לערנען די הייליגע תורה. און זיין ערליכע אידן. איך האב אויסגעפונען וועגן קאווע שטיבל אויף זייער אן אינטרעסאנטן וועג.
את חטאי אני מזכיר היום. ..!
טייערע בערל, אויף אזעלעכע חטאים בין איך מתפלל מיט הייסע טרערען א יעדע פרייטאג צונאכטס ארעם אריינגעשטעקט אין ארעבעל פון רעזשוואלקע וזכנו לקבל שבתות מתוך רוב שמחה.. ומתוך מיעוט עונות!
נאר א זעלעכע עבירה'לעך. מיינע בני בית האב'ן אבער נישט אן אנונג וועלעכע בעל השמועה איך בין מצייר בשעת מעשה..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19793
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24945 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שלום עליכם: לאמיר זיך פארשטעללן פאר'ן עולם: איך הייס בערל מ'רופט מיך בעל עגלה. ווייל איך טרייב א וואגן (וואו די פערד זיצן זאג איך נישט.). איך פיהר אידישע קינדער אין חדר/ישיבה/סקול צו לערנען די הייליגע תורה. און זיין ערליכע אידן. איך האב אויסגעפונען וועגן קאווע שטיבל אויף זייער אן אינטרעסאנטן וועג.
את חטאי אני מזכיר היום. ..!
טייערע בערל, אויף אזעלעכע חטאים בין איך מתפלל מיט הייסע טרערען א יעדע פרייטאג צונאכטס ארעם אריינגעשטעקט אין ארעבעל פון רעזשוואלקע וזכנו לקבל שבתות מתוך רוב שמחה.. ומתוך מיעוט עונות!
נאר א זעלעכע עבירה'לעך. מיינע בני בית האב'ן אבער נישט אן אנונג וועלעכע בעל השמועה איך בין מצייר בשעת מעשה..
וואלווי: ס'איז אינטרעסאנט אז מ'דערמאנט נישט דעם בעל עגלה ערגעץ אין מיטן דאווענען אדער זמירות. נאר ס'איז דא עטליכע שיינע מעשיות איבער דעם ערשטן בערל בעל עגלה. (מעגליך איינער פון מיינע עלטער זיידעס אדער מיין פינפטער קאזין, ע"ה זכותו יגון עלינו.). איין אזא שיינע מעשה'לע איז שוין אמאל געברענגט געווארן דא אין קאווע שטיבל. איבער בערל בעל עגלה דעם ערשטן. ער פלעגט אייביג פארשפעטיגן צו פארקן זיין פערד און וואגן פאר'ן זמן כניסת השבת. ר'איז אייביג אריינגעפארן אין שבת אריין. נאך עטליכע שטרענגע ווארענונגען פונ'ם רב שליט"א האט מען איהם איינמאל געכאפט ווען ר'איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט זיינע וואכענדיגע קליידער און שטיוול. (ס'איז מסתמא נישט געווען אין סקווירא.) און עפ"י פקודת מרא ד'אתרא שליט"א האט מען איהם אריינגעלייגט אינ'ם היימישן דזשעיל, וואס איז געווען אין פאליש פון ביהמ"ד. ער האט דארט געדארפט פארבלייבן איבער גאנץ שבת. מ'האט איהם נישט געלאזט אהיימגיין. מ'האט איהם דארט אהין געברענגט גרעיפ דזשוס (כ'ווייס נישט. אפשר וויין) און לחם משנה. און ר'האט דארט געדארפט פארברענגען גאנץ שבת. יש אומרים, אז מ'האט אויכעט געשפיגן אויף איהם.אבער איך גלייב עס נישט.
נאך אן אינטרעסאנטע מעשה האביך געליינט איבער בערל בעל עגלה אין די אלטע בענדער פון דאס אידישע ליכט. וואו א שרייבער שילדערט וויאזוי דאס לעבן אין שטעטל האט אמאל אויסגעזעהן. זאגט יענער גרויסער שרייבער אז אסרו חג פון סוכות איז דער טאטע פון א בחור אן עילוי געגאנגען רעדן צו בערל בעל עגלה אז ער זאלל פיהרן זיין זוהן צו לערנען אין א גרויסע, וועלט בארימטע ישיבה...! און דער וואגן האטציך שיער איבערגעדרייט ווייל ס'איז געווען איבערגעפולוט מיט פאסאזשירן און סחורה. און די סוסים האבן מחליט געווען צו גיין אויף סטרייק אינמיטן וועג אויף א בארג ארויף. ביז מיין זיידע ע"ה האט זיי געברענגט זייער גוטע האבער צו עסן. דאמאלס האבן זיי זיך בארואיגט און געפארן ווייטער...!
איך טראכט אזוי, אז איינס פון די סיבות פארוואס איך קום (כמעט) אייביג אן שפעט אין ביהמ"ד פרייטיג צו נאכטס. לאמיר זאגן ביי לכו נרננה. אדער הויכע שמו"ע פון מנחה, איז ווייל מיין עלטער זיידע איז אויכעט אייביג געפארן אום שבת...(עפ"י אונס, פארשטייצעך.).
שוין גענוג שטותים געשריבן...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9689
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3430 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9090 מאל
איך האב געמיינט אז צוליעב דעם בלייבסטו אין פאליש א גאנץ דאווענען, לזכר יענער זיידע דיינער וואס האט געמוזט פראווען א שבת צווישען די אלע שמועסערס און קאווע טרינקערס, קידוש אין מיט'ן הפטרה מאכערס, און קוגעל אויפשניידערס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא