אין בין שוין א קאווע שטיבל ליינער פאר א וויילע, אין איך פיל אז עס איז צייט צו זיך אויפסיינען אין באקומען די מעגליכקייט צו מיטטיילן; מיר לערנען זיך שרייבן, אזוי צי קענען זיך אויסדריקן אין אויסשמועסן אן ווערן פארשריגן.
איך בין א יוד פון ברוקלין וואס ליינט ערליך יעדע וואך די יוד און די בלאט, פארצאפאל דורך א סירטש אויף די טריפנע אינטירנעץ האב איך מיך מיך אנגעטראפען מיט "קאווע שטיבעל" האב איך מחליט געוועהן לאמיר אביסעל טועם זיין מאוצרתיה והי רחם יכפר עון וכו'
באמת האלט איך שוין לאנג אן אויג אויףדעם זעלטענעם אוצר וואס בארייכערט כלל ישראל מיט אזאויפיל רייכע און אינאינפארמאטיווע ידיעות‚ואם לא עכשיו אימתי האב איך מחליט געווען אז לאמיר אויך זיין א חלק צווישן די מזכי הרבים און פרובירן ארויסציהעלפן מיט וואס איך קען מיינע שאיפות זענען פשוט לבקר בהיכלו ‚שרייבן‚קאמענטירן בתקווה להנאת כולם
אפיציעל א חסידישער יונגערמאן, אין הארץ מלא ספיקות, מקנא די וואס זען קלאר בצדקת דרכם. זעהט די מעלות פון חרדישען לעבן'ס שטייגער, ספעציעל פאר די וואס האבן ליב סדר און מאכט זיי באקוועם, און דראפעט זיך צו פארשטיין וויאזוי אן אייגענארטיגער מאן אדער פרוי קען באמת דורך גיין די לעבן אין חסידישען שטייגער באקוועם. האט ליב צו ליינען מחשבה, היסטוריה און עוואלאציע פון חרדישן לעבן שטייגער.
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר ווייך איך וויל באקימען אין געבן ידיעות וואס איך פיל אז עס פעלט מיר אדער איך פיל איך קען מיטיילן. א גרויסן דאנק למפרע פאר די גיטע ארבעט וואס איר טיט
איך וויל ליינען און קלוגער ווערן ביי די וויכטיגע חלקים אין לעבן וואס מען לערנט נישט ביי אונז סיי לגבי ארבעט און סיי לגבי שלום בית וכדומה, ווי אויך לגבי אנדעערע ענינים וווי למשל ביי קאויד 19 פארווואס די הנהגה איז געווען אזוי שוואך
איך האב ליב צי לערנען תורה, און צי קענען זיין תורה וגדולה במקום אחד. דא קען מען וויסען אסאך ידיעות אין ביזנעס וויסן ווי מען קען מאכן א גרינעם דאלער אין ידיעות התורה און מראי מקומות
איך בין א חסיד וואס איז געבוירן און ארץ ישראל און ירושלים און חתונה געהאט קיין בארא פארק, איך בין זייער אסאך ארום געפארן ביי קברי צדיקים און אירופה במשך פון מיינע בחור׳ישע יארן. און איך בין זייער א נייגעריגער מענטש.
ס'געפעלט מיר זייער די idea אז יעדער מענטש האט א ווארט, אין ער קען עס ארויס געבן ברבים. איך האב ליב history וואס איך זע דא איז דא א סך information. כהאב ליב צו לערנען כסדר
Just a guy that like to read and enjoying life loves coffee and chocolate and fruits and loves to learn as well and has nothing more to a d to my biography