איך האב לעצטנס באקימן פין א משפחה מיטגליד א גליון פין די וועקער אויסגאבע. איך האב זייער הנאה געהאט פין די פילע אינהאלטסרייכע ארטיקלען. איך וויל ווערן א מעמבער פין קאווע שטיבל כדי צי קענען מיטהאלטן די שמיסען ארים די טעמעס.
מכון שיח אבירים להוצאות גנזי רבוה"ק לבית רוז'ין וסדיגורה זיע"א, ומאוד חשוב לנו להיות מחובר לקאווע שטיבל בשביל כמה סיבות וא"צ לפרטם כי פשוט הם, ותודה רבה על כל החומר הנפלא, בברכה מרובה וכט"ס
איך בין א יוניווערסיטי גראדואנט מיט א ישיבה היסטערי. בלית ברירה איז מיין אינטערעסע געווארן קאמפיוטער פראגרעמינג און איבער דער נושא האף איך צושרייבן. איך בין נישט זיכער צו איך בין א לא יצלח געווען אין ישיבה און דערפאר געגאנען צו יוניווערסיטי, צו דערפאר וואס איך בין געגאנגען צו יוניווערסיטי בין איך א לא יצלח געווארן אדער גאר האט מיך ישיבה געמאכט פאר א לא יצלח און וואלט איך ווען געגאנגען נאר אין יוניווערסיטי וואלט איך אפשר נישט אזא לא יצלח אויסגעוואקסן – מ'גיימיר דאס אויסגעפונען בעז"ה.
א פשוטע יוד וואס האט ליב ליינען און שרייבן אין אזעלכע מקומות, פון בני חוץ לארץ וחוץ לעיר וואס האט נישט מיט וועמען צו פארברענגען פנים אל פנים. איך האב שטארק הנאה פון די כותבים ע"ד החסידות
איך האב שטארק ליב היסטאריע און קאווע שטיבל איז א מקום נכבד וואו מען קען דורכשמועסן היסטארישע געשעענישן און פערזענליכקייטן.
איך בין נוטה מער צו די אינטעלעקטואלישע זייט פונעם עץ הדעת, ווייל טאקע ״טוב העץ למאכל וכי תאוה הוא לעינים״, אבער ״ונחמד העץ להשכיל״, וואס גלוסט זיך אממערסטענס איז השכלה.
איך האף צו טרעפן דא א געמיינזאמע שפראך, צו אויסברייטערן מיינע ידיעות און זיך לערנען פון אנדערע וואס קענען מער פון מיר, ווי אויך אביסל ביישטייערן פאר׳ן עולם פון מיין אייגן בינטל ידיעות.
א איד וואס האט ליב צי וויסן אסאך אין הערן פון אנדערע אין אויסברייטערן די ידיעות צי וויסן אסאך אפציעל בין איך סאטמר אבער איך גלייך שטארק צי הערן פון נאך סיי וועגן סאיז דא צי זיך אפלערנען אין נעמען אויף למעשה
איך בין זייער אינטערסאנט צו נעמען א באטייל מיט די וויכטיגע זאכען וואס פאראן אין דעם חשו'בען ארט, 'קאווע שטיבל' פארומ'ס. ויהא רעוא מן שמיא שנזכה לעשות נחת רוח לבוראנו, אכי"ר.
I grew up in Williamsburg, NY. I now live in MA. I am a current full-time college student and interested in translation projects particularly in Yiddish Poems which have yet to get translated into English.
איך בין אסאך לאנגווייליג אין אויף קאווע שטיבל איז דא זייער אסאך פון וואס צו ליינען אדער הערן מיינוגען פון אנדערע אין אלע איניונים איך בין דריי אין צוואנציג יאהר ב"ה אין איך האב מיך באשלאסן אז קאווע שטיבל איז די בעסטע זאך אויף זיך צו אינטער האלטן
איך האב באשלאסן צו ווערן א חבר ביי קאווע שטיבל ווייל איך גלייך די היימישע, כשר'ע, אויסגעהאלטענע בלאגס, מיט גוטע אינטערעסאנטע, אינהאלטסרייכע, און זאפטיגע תוכן און איך גלייך צו שרייבן.
א חסידישער יונגערמאן וואס חלומ׳ט אויף א מדינה על פי תורה. האלט פון היינטיגע רבי׳ס. און האט ליב צוויבל קוגל. וואס נאך זאל איך שרייבן??? איך בין עפעס א פיליזוף? צמאה לך נפשי כמה לך בשרי בארץ ציה ועייף בלי מים
איך בין א גרויסן בעל חסד און איך קען באשטיין צו באשרייבן מיין חסד פאר'ן עלום דו אמת איז ווייל ס'איז דא דא אסאך ידעות און סאיז אלעמאל גוט צו זיין א מעמביר אין אזא פלאץ
שוין א לאנגע צייט וואס איך ליין שוין קאווע שטיבל אין אסאך מאל וואס איך האב געשפירט אז איך האב וואס צוצוגעבן צי קאווע שטיבל אבער איך האב נישט אנגעקימען זיך איינצושרייבן אבער יעצט האב איך שוין צוסאך אין בויך... אין איך האב מחליט געווען אז געגאנגען !