שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
שוואנצאנעס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2018 5:47 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך שוואנצאנעס »

לעולם יהא אדם ירא שמים בסתר ובגלוי מודה על האמת וישכם ויאמר אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה אמר רבי אלעזר תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם האט רחמנות איך קען שוין נישט שרייבן אזויפיל האט איר אפשר נאך מאטריאל פאר מיר? עס איז שוין גרינגער צו כאפן משיח אין איהם הייסן אראפ קומען
טאלעראנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך טאלעראנט »

איך בין אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג
איך האב ניש געהאט קיין גרויס אינטערעס און לערנען און כולל.. כהאב אבער געמיזט דארט זיין
כהאב אנגעהויבן לייענען אלע מינע וועלטלעכע זאכן אריינגערעכנט רעליגיעזע.. פון ביידע זייטן
יעצט שטיי איך גאנץ פארלוירן בשעת איך figure אויס מיין פלאץ און אידענטיטעט..
איך האף צו לייענען דא פון אנדערע וואס זענען געווען און א ענלעכע פאזיציע און אפשר אויך שרייבן/פרעגן
איך בין אויך זייער אינטערעסירט און science.
די אמת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2018 12:09 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך די אמת »

איך האב ליב נייעס אבער אמת'ע נייעס אזויווי מיין נאמען זאגט און נישט פארדרייעטע פאקטען וואס ווערן געמאכט צי שטיפן א אזשענדע און אזוי ווי אין אנדערע פלעצער פארהוילט מען זיך פין די אמת ווען סינישט קאמפטערבל קום איך דא
חיים שיש בהם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך חיים שיש בהם »

איך בין זייער אינטרעסירט אין היסטאריע בכלל און היסטאריע פון לעצטע פאר הונדערט יאר בפרט. ס'איז מיר וויכטיג צו קענען אפטיילן מיינע מיינונגען מיט ידיעות מיט אנדערע מענטשן, און קענען רייך מאכן מיינע ידיעות דורך זיי. ס'איז מיר אויך וויכטיג צו קענען האבן א אינטראקציע מיט אנדערע פון מיר, וואס געבט צו אסאך.
בעל-הכרם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 28, 2018 7:54 pm
געפינט זיך: ירושלים-לאנדאן-ניו יארק
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך בעל-הכרם »

איך בין א יונגערמאן פון א חסידישן אפשטאם מיט אינטערעסן אין אידיש, געזעלשאפט, סוציאלאגישע שטודיען, חסידישע היסטוריה און אידישע מחשבה.

איך האף צו צוהעלפן די ליינער מיט גוטע חומר.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך מצפצף »

a simple person with no special accomplishments in my life besides 1 which is my dear child
learning and dovaning and trying to fulfill what god wants from me hope not to disappoint him
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
Red
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 1:43 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך Red »

I want to put my feelings in writing.i want to share with you my feelings.also I want to share with friends on the Yiddish speaking community the news.also when I am bored iwant to share with you news
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאמר קדישין האט געשריבן:איך האב געשריבען א שיינע פאר מאמרים אויף דער געזעלשאפט און אינטרעסאנטע זאכען. וראה זה פלא, קיין שום צייטונג ווילען זיי נישט אננעמען.
האב איך מחליט געווען אז איך גיי זיך שוין נישט צענזארירען פאר די קאפריסען פון מענטשען וואס גייען מיר סייווי נישט אננעמען, און איך וועל ארויף לייגען מיין מאמרים אויף קאוועשטיבעל, ווי מ'איז שוין גרייט צו הערען אן אויסוואל פון דעות.
איך האף אז מיין טאלאנטען וועלען זיך אנטוויקלען און איך וועל עפעס צולייגען צום שמועס.
איך פלאן נישט צו רעאגירען צו די שמועסעריי דא, ווייל איך וויל נישט אריין פאלען אין וויכוחי סרק. איך בין דא בעיקר ארויפצולייגען מיין מאמרים, און איך האף זיך צו האלטען דערצו. ביטע מיר מאנען פאר דעם.

אונז. לכה"פ איך. ווארטן שוין בכליון עיניים פאר דיינע (האפנטליך) זיסע מאמרים און באלערנדע ארטיקלען. אכיה"ר. במהרה בימנו. אמן סלה...!
מחשבות בלב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:24 pm

שליחה דורך מחשבות בלב »

א גיטן איך בין א היימישע יוד וואס וויל אביסל פארברענגען אין וויאזוי אויך העלפען אנדערע דא אינעם קאווע שטיבל. איך קען זיך אביסל אויס אין קאמפיוטרס ווי אויך האב איך ליב פסיכילוגיע. איך שפיר אז די קאווע שטיבל איז א גוטע פלאץ צי פארברענגן אין צי שמיעס'ן אן צי ווערן קריטיקירט. אויך וויל איך קענען דא אין קאווע שטיבל באקומען גוטע טיפס אויף די נושא פין קומפיוטרס אין טעכנעלאגיע. גראדע די נושא פין שירה וזמרה איז מיך אויכעט אינטערעסאנט.
כף הקלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:11 am
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך כף הקלע »

איך ווייס וועגען קאווע שטיבל שוין אסאך יאר, אבער איך האב מיך נישט געדרייט דא אסאך. לעצטענס איז פעיסבוק טויט, און עס זעהט מיר אויס אז דא איז נאך דא מיט וועם צו רעדן.

איך אליינס בין א (געוועזענם) חשוב'ע יונגערמאן, אבער איך בין שוין פאר'סם'ט פונם עץ הדעת היפט א פאר יאר. א ווארעמע חסיד וועל איך אייביג זיין, און די מצב פון די חסידישע געמיינדע בארירט מיר זייער שטארק. איך האלט אז אזעלכע ווי אונז וואס ווייסען שוין אז מיר מעגען און דארפען טראכטן פאר זיך האבן א חוב קדוש צו מחזק זיין אזעלכע ווינקלעך ווי קאווע שטיבל, וואס וועט בעזר האוואיע ב"ה זיין די קערעלך פון דעם קומענדיגן רעוואלוציע.
ים התלמוד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 5:29 pm

שליחה דורך ים התלמוד »

איך בין א יונגערמאן וואס האט פון צייט צו צייט וואס צוצוגעבן צו א שמועס. איך האב געלערענט און ליטווישע ישיבות אבער איך האב א שטארקע נטיה צו קנאות און רעבעס און חסידות.
zeiri dmin chavraya
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 3:27 am

שליחה דורך zeiri dmin chavraya »

ich hob lib tsi farbrengen mit andere. in spetsiel hob ich a spetsiele gefil tsi andere mentshen. ich halt az ich farshtay richtig tsi an anderems gefilen. bichlal hob ich lib tsi hern a yedems mainung in dernuch tsilaigen main mainung.. . .
כולל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 2:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך כולל »

א כולל דארף זיין פאר אינגערמאן א וועיטינג רום פאר זיין ארבעט.
גיין ארבעטן גלייך פין שבע ברכות ארויס האלט איך איז נישט כדי, ווייל מקען זיך נישט אפגעבען געניג מיט די שלום בית
ווען מארבעט האט האט מען גאר אסאך פרעשער אויפצשטיין פרי מקען נישט פארברענגען ביינאכט געהעריג ווייל מעדארף זיין אויסגעריט וכו וכו
אין ווי אויך א אינגערמאן וואס קימט פין א צווייטע פלאץ לאמיר זאגען די אינגערמאן האט געוואוינט אין מאנסי אלץ בחור אין ער האט חתונה אין בארא פארק, איז כולל די בעסטע פלאץ צי טרעפען אין זיך באקוועם מאכן אין זיין נייע ישוב.
סך הכל. א כולל איז געמאכט פאר מערסטענס א יאר
סיי זיך היימיש מאכן אין דיין נייע קאמיאנעטי אין סיי צי טרעפען א זשאב
שמעון_זית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:34 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך שמעון_זית »

יארן צוריק פלעג איך זיין זיין אקטיוו דא אלס א גאסט, איך האב אסאך ידיעות קונה געווען דא וואס האט מיר געהאלפען שטייגען ברוחניות ובגשמיות. כהאב גרויס הכרת הטוב פאר אלע וואס שרייבען לזכות את הרבים. לעצטענס האב איך צום ערשטען מאל געשריבן אן ארטיקל אין וואס איז ערשינען אינעם זומער וועקער 13 ״מאמע אייאוואסקא״ היות כהאב געזעהן א טייל זענען אינטרעסירט צו הערן מער האב איך געעפענט א ניק צו ענטפערען תשובות און מיטטיילען פאר די וואס ווילען הערן מער.
משה בעריש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 2:41 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל

שליחה דורך משה בעריש »

א פיינע וואוילע איידעלע חסידישע אינגערמאן, אלץ אינטערעסירט אין עפעס אנדערש, די אידישע שפראך און אויסדרוקן איז א זאך וואס אינטערעסירט מיר, איך גלייך צו הערן פרישע מיינונגען.
רבינו לוי בר גרשום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:45 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך רבינו לוי בר גרשום »

איך בין אן אויסזעהנדע "טיפיקעל" חסידי'שע יונגערמאן מיט א השקפה ישרה (לדעתי) סיי אויף יהדות אין אויך אויף די דרויסנדיגע וועלט. מיינע וועגווייזערס פין וועם איך ביך שואב דברי אלקים חיים זענען הרה"ג ר' אביגדור מילער זצ"ל אין די צוויי גרעסטע ראשונים בדרך הפלסופיה, רבינו משה בר מיימון (רמב"ם) אין רבינו לוי בר גרשום (רמב"ם)
אלי'
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:45 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך אלי' »

איך בין אבחור'ל פון א באקאנטער חסידות וויז'ניץ אין מיט שטארק רעספעקט פאר אללע גדולי ישראל ווי בראויפט דער דריי איידימער פון די הייליגער רבי זי''ע וואס איזה בעלזא סקוויער אין סאקמער אין בראויפט דער בעלזער שוין איך בין האלו פיר אין צוואנציג יאהר אין איך בין א שטארקער נייגעריגער בין איך האנגעקימען אהער צו נאשין אין ליינען איבער אללע גדולי ישראל בדורינו אין אללע גדולי ישראל בדורות הקודמים אויך וויל איך ליינען עניינים וועליכער ווערן נישט פארציילט סתם אזוי ווי למשל פוליטיקס צווישן גדולי ישראל ווי צאנז אין רוזין אין ווי למשל בעלזא אין באבוב אדער בעלזא אין מאנקאטש א. א. וו. אויך איז מיר זייער נייגעריג צו ליינען ווי אזוי איז אימגעקימען דער טאטע פון דער בעלזער דער ר' מרדכי פון בילגרייא אויף קידוש ה' דארך בני עוולה אין איך וויל זאפארט וויסן דו גאנצער היסטוריה ארים דעים
אשת חיל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשת חיל »

א גוטן,
איך בין א היימיש חסיד'ישע ווייבל, קלוג, טאלאנטפול, מיט אסאך ענערגיע און זייער א שטארקע רצון צו knowledge וואס די הימל איז די עק. איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר זייער לאנג אבער קיינמאל נישט גענומען די מיה צו ווערן א טייל פון די שמועסן. איך בין א שרייבערין אין א popular אידישע אויסגאבע און אידיש שרייבן איז פון מיינע געשמאק און גרינגע זאכן. כ'בין נישט זיכער וויאזוי די מענטשן דא וועלן אויפנעמען מיין שרייבן און איך ווייס נישט אויב איך בין welcome צוליב די פאקט אז רוב עולם איז מענער דא. איך האף זיך צו האלטן מיט צניעות און איידלקייט און נאר שרייבן זאכן מיט תוכן, מחשבה, און זאכן וואס קענען זיין לתועלת. איך בין אייביג גרייט צו הערן און ready to discuss אין אסאך פעלדער, לויט וויפיל מיין באגרעניצטע צייט וועט לאזן.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 303 מאל

שליחה דורך שקד »

ניסעלעך ניסעלעך איז געשמאק צו מיינע גוימען, געזונט און דויערהאפטיג, האפענטליך נישט מילביג און נישט צו געזאלצן.
א שטייגער מאנדלען הייסט עס אויף יודיש געשפראכן.
כ'גלייך האקן ניסלעך אלע סארט, און דערביי לייענען נייעס און אויך אלטס, אבי געלעבט.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

אשת חיל האט געשריבן: איך בין א שרייבערין אין א popular אידישע אויסגאבע און אידיש שרייבן איז פון מיינע געשמאק און גרינגע זאכן.

מער פרטים איז מעגליך?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

שליחה דורך מיימון »

Wow שוין לאנג נישט באזוכט דעם אשכול. אידן וואו זענט עטץ? פון די אלע שיינע תגובות דא זעט אויס ווי עס שרייבן זיך דא כסדר איין טאלאנטפולע מענטשן, איז א ווייטאג אז עס בלייבט ביי איין תגובה. מיט די אלע נייע מענטשן אליין וואלטן מיר געקענט האבן דא געשמאקע פארברענגענס. אידן, נעמט אייך שרייבן. ווען עמיצער שרייבט עפעס אינטערעסאנט וועט איר זען אז דער עולם איז דא.
אשת חיל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשת חיל »

לבי ובשרי האט געשריבן:
אשת חיל האט געשריבן: איך בין א שרייבערין אין א popular אידישע אויסגאבע און אידיש שרייבן איז פון מיינע געשמאק און גרינגע זאכן.


מער פרטים איז מעגליך?


יעדער פארשטייט אז צוליב safety reasons איז בעסער נישט צו דערציילען אלעס, און בכלל ס'מאכט עכט נישט אויס... איך האף איר פארשטייט מיך
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1377 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אשת חיל האט געשריבן:א גוטן,
איך בין א היימיש חסיד'ישע ווייבל, קלוג, טאלאנטפול, מיט אסאך ענערגיע און זייער א שטארקע רצון צו knowledge וואס די הימל איז די עק. איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר זייער לאנג אבער קיינמאל נישט גענומען די מיה צו ווערן א טייל פון די שמועסן. איך בין א שרייבערין אין א popular אידישע אויסגאבע און אידיש שרייבן איז פון מיינע געשמאק און גרינגע זאכן. כ'בין נישט זיכער וויאזוי די מענטשן דא וועלן אויפנעמען מיין שרייבן און איך ווייס נישט אויב איך בין welcome צוליב די פאקט אז רוב עולם איז מענער דא. איך האף זיך צו האלטן מיט צניעות און איידלקייט און נאר שרייבן זאכן מיט תוכן, מחשבה, און זאכן וואס קענען זיין לתועלת. איך בין אייביג גרייט צו הערן און ready to discuss אין אסאך פעלדער, לויט וויפיל מיין באגרעניצטע צייט וועט לאזן.

טאלאנטפול זע איך, אבער וויאזוי מעסט איר אייער קלוגשאפט? איך וויל שוין לאנג מעסטן מיינס.
רעאגיר