שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
אוריאור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך אוריאור »

יונגערמאן, נייגעריגער, האט ליב צו וויסן ון לייענען אסאך, לערנט במשך'ן טאג, ארבעט אביסל ביינאכט אויף ספרים וכדו',
קעגען די סיסטעם אבער פון אן אנדערע זייט, נישט פון פריקת עול, נאר ווייל ס'פעלט עכטע אידישקייט אין די ססיטעם.
lary adam
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 11:52 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך lary adam »

i have been reading and following this site, it has a lot of information, very interesting to read, i am sure i will be able to add to the conversation it is a good open platform to discus any current and past issues freely, thanks for the opportunity.
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך קלוגסטער פון אייראפע »

עם איך וויל קענען קאמענטירן על הא ועל דא פאר דעם שרייב איך זיך איין. מיינע יארגאנג בערך 30, חסידות הרב טירנויער שומרי שבת שול, אינטערעסן נייעס, עסן, מוזיק, קולטור
טשילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 882 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך טשילער »

א היימישער בחור אויפגעוואקסן אין ברוקלין. געלערנט אין אונזערע לאקעל ישיבות, יעצט זעמער דא אין ישיבת מיר אין ירושלים. איך שרייב אסאך אין פסיכולוגיה, קומיונעטי אישוס וכדומה. זאלן אנדערע הנאה האבן דערפון אויך. קאווע שטיבל איז פארשטייטסיך דער פאסיגער פלאץ דערפאר. סטעי טונד ס'קומט פיינע ארטיקלען.
חכם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך חכם »

איך האב חשק צו האבען א חלק אין דבעטעס איך וויל קענען געבען א לייק איך בין 25 יאר אלט איך וויל אפקלרען דעם עולם דא אביער פארשידענע ענינם א פין רבין דעם ויאל משה
יצחק שמעון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 28, 2017 12:14 pm

שליחה דורך יצחק שמעון »

איך האב געזען אז מהאט גערעד פין יראת שמים, מהאט געזאגט אז אן אדמו"ר איז געוען מער ירא שמים וי ר' משה פיינשטיין זצ"ל,
איך וי קעמען מעסטן ועלכער איז מער ירא שמים ?, פאר דעם דארפמען זיין א גרעסערע ירא שמים פון ביידע וואס מעויל מעסטן
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך או אינו »

kavah you're what the Kretshma used to do. Serving their participants with a corner of comfort to share ideas and build connection to be able to enjoy a greater part what the world has to offer.
רלב״ג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 3:59 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל

שליחה דורך רלב״ג »

דער נאמען זאגט אלס אויב דארפסטו נאך, בין איך דאך טאקע נישט דיינס א קליענט/באס על מיר זיך דאך נישט טרעפן איז דאך עפעס גרעיט, ניין?
אין אמתן - די רלב״ג ז״ל האט נישט געהאט די ״יאמור״ ס׳יז א תיקן בלע״ז.....
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3750
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5741 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רלב״ג האט געשריבן:דער נאמען זאגט אלס אויב דארפסטו נאך, בין איך דאך טאקע נישט דיינס א קליענט/באס על מיר זיך דאך נישט טרעפן איז דאך עפעס גרעיט, ניין?
אין אמתן - די רלב״ג ז״ל האט נישט געהאט די ״יאמור״ ס׳יז א תיקן בלע״ז.....


א שטיקל שווערע רלב"ג. איך פרוביר צו פארשטיין וואס די מיינסט.

עכ"פ, שלום עליכם ענדזשוי די רייד.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
איינציגווייז
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 11:05 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך איינציגווייז »

קאווע שטובל איז א פלאץ וואו מ'קען שרייבן און ליינען געשמאקע ארטיקלען, קאמענטירן אויף געשעעענישן מיט אן אביעקטיווען בליק, און הערן מיינונגען פון אנדערע לייטישע פערזאנען מיט א ברייטע וויזיע פארן לעבן און זיך אדורכשמועסן אין זאכן וואס מ'וויל וויסן/הערן/ליינען.
נח פייפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:25 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

שליחה דורך נח פייפער »

כ'האב געשריבן אן ארטיקל אין וועקער אונטער דעם ניק נאמען, מטעמים מובנים קען איך באשטיין צו אנהאלטן א ספעציעלע ניק פאר מיינע וועקער ארטיקלען. האפנטליך וועט דער אויבערשטער חונן דעת זיין נאך און נאך ארטיקלען ליהנות בהם בני אדם.
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

שליחה דורך יהורם »

איך האב זייער הנאה געהאט די לעצטע שטיק צייט צו באזוכן אין דעם קאווע שטיבל, וויר דען האט נישט ליב א הייסע געשמאקע קאווע וואס שמעקט מיר אזוי אריין אין די נאז לעכער ווי א זיס קינד... ווער רעדט נאך אויב עס האט שטיקלעך שאקאלאד דערין, דאן איז עס ממש מעין עולם הבא! אויב האב איך נאך א געשמאק שטיקל קוכן צוצובייסן איז זיכער גוט... צימעס וואלט איך גראדע געלאזט פאר מיינע שונאים אראפצושלינגען מיטן קאווע... אבער אלע אנדערע אויבנדערמאנטע מעלות האב איך געטראפן אויף דעם זייטל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15076 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום עליכם: לאמיר זיך פארשטעללן פאר'ן עולם: איך הייס בערל מ'רופט מיך בעל עגלה. ווייל איך טרייב א וואגן (וואו די פערד זיצן זאג איך נישט.). איך פיהר אידישע קינדער אין חדר/ישיבה/סקול צו לערנען די הייליגע תורה. און זיין ערליכע אידן. איך האב אויסגעפונען וועגן קאווע שטיבל אויף זייער אן אינטרעסאנטן וועג.

את חטאי אני מזכיר היום. איך האב אמאל געהאט א שטארקן יצר הרע צו ליינען דעם שמוץ קאנאל (סוער, בלע"ז) וואס דער פערווערט און מנוול נחום ראזנבערג (יא. פארגעסן. און צודרייטער) געט ארויס א יעדע וואך. און א יעדעס 2'טע סענטענס איז ביי איהם געווען ..."קאווע שטיבל"...ביניך זייער שטארק נייגעריג געווען צו וויסן וואס איז דאס קאווע שטיבל. ווען איך האב אויפגעמישט צו די וועבסייט קאווע שטיבל האבן מיינע אויגן אויפגעלאכטן. און מיין נפש (רוח ונשמה) האט זייער שטארק הנאה געהאט פון די אפענע דיסקוסיעס און דברי חכמה וואס די אמאליגע חכמי השטיבל האבן אהערגעשטעלט. און איך האב מיך תיכף ומיד רעגיסטרירט און אריינגעסיינט. און די איבעריגע איז היסטאריע...!

איך האב פריער געשריבן (און געליינט) אויף עטליכע אנדערע בלאגס. אונטער פארשידענע אנדערע ניקס. אויף ..."וואס איז נייעס"...האביך א סאך געשריבן. און איך האב ב"ה געהאט א שיינע פאללאואינג. עטליכע היימישע אידן זענען צוגעקומען צו מיר און געזאגט אז זיי ווארטן צו ליינען און האבן א הנאה פון מיינע מאמרים. ביז ס'האבן זיך אריינגעכאפט עטליכע ניקס וועלכע האבן נאר בלאגירט מיט שנאה. (מערסטנס אקעיגן חסיד'ישע אידן, בכלליות.) האביך אויפגעהערט דארט צו שרייבן. און איך בין געגאנגען צו ...."קאפפי רום"... פון ישיבה וואוירלד. דארט איז לכאורה גאנץ גוט געווען. אבער ס'האטציך געמאכט א מצב וואו 2 אדער 3 אינסייד (ישיבה'שע) ניקס האבן געפיהרט א דיסקוסיע צווישן זיך. אויף די היימישע שפראך מיט אלע ישיבה'שע צוגעהערן און היימישע קאודס. און איגנארירט די גאנצע וועלט. כאילו קיין אנדערער מענטש עקזיסטירט נישט אויף די וועלט אויסער זיי אינ'ם היימישן קרעמל. האביך ווידער גענומען דעם וואנדערשטעקן. און געזוכט זיך אנ'אנדער מקום מנוחה. וואו אראפצולייגן מיינע מידע ביינער.

אויך האביך געשריבן אויף אנ'אנדער בלאג וואס דער מייסד און אנפיהרער איז געווען אן אפריקאנער-אמעריקאנער לינגוויסטיקס פראפעסאר. דארט האט מען געחקר'ט דעם מקור און שורש פון א סאך ווערטער. מערסטנס פון ענגלישע. אבער לאוו דוקא. ס'איז געווען א פלאץ ענליך אין פארמאט צו קאווע שטיבל. וואו א יעדער האט געקענט ארויסווארפן זיינע בויך סברות און מיינונגען. און ס'איז געווארן א לעבהאפטע דיסקוסיע. אבער דער בלאג האטציך פארמאכט. ס'הייסט איינער האט עס איבערגענומען. אבער אין אן אנדער'ן פארמאט. מער אין פארמאט ווי פעיסבוק.. האביך ווידער אפגעפוצט. און ענדליך ביניך ב"ה אנגעקומען אל ארץ זבת חלב (נישט מיט א ציירי אונטער די חי"ת) ודבש. קאווע שטיבל...!

די פאני זאך איז, אז איך טשעק שוין באלד ארויס. (אפשר ביי 10,000 תגובות. אויב כ'וועלל נישט טרעפן א בית דין של עשרה רועי בקר וואס וועט מיר מתיר נדר זיין.). און איך האב מיך ערשט יעצט דערמאנט צו שרייבן מיין אינטראדאקשן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15076 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

...
משה פריעד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:39 am

שליחה דורך משה פריעד »

א חסידישע יונגערמאן פון בורו פארק וואס וואינט יעצט אין ירושלים, וואס האט זייער אסאך דיעות צו זאגען אויף יעדער מקצוע אין די וועלט......איך האב ליב פאלאטיקס און היימישע בילדער
גוטע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:43 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך גוטע איד »

א גוטע איד, איך בין צוואנציג יאר אלט, וואס האט ליעב צו פארברענגן מיט נאך גוטע אידן דא אויף קאווע שטיבל.
איך רעד נישט און איך שרייב נישט קיין לשון הרע, איך וועל פרובירן מאכן שלום, אויב עס ברעכט אמאל אויס א קריגעריי דא אויפן קאווע שטיבל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15076 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גוטער איד: שלום עליכם: איך זעה (און הער) אז דו ביסט אן אוהב שלום ורודף שלום...איך האב שוין ביזנעס פאר דיר...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3750
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5741 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:שלום עליכם: לאמיר זיך פארשטעללן פאר'ן עולם: איך הייס בערל מ'רופט מיך בעל עגלה. ווייל איך טרייב א וואגן (וואו די פערד זיצן זאג איך נישט.). איך פיהר אידישע קינדער אין חדר/ישיבה/סקול צו לערנען די הייליגע תורה. און זיין ערליכע אידן. איך האב אויסגעפונען וועגן קאווע שטיבל אויף זייער אן אינטרעסאנטן וועג.

את חטאי אני מזכיר היום. ..!


טייערע בערל, אויף אזעלעכע חטאים בין איך מתפלל מיט הייסע טרערען א יעדע פרייטאג צונאכטס ארעם אריינגעשטעקט אין ארעבעל פון רעזשוואלקע וזכנו לקבל שבתות מתוך רוב שמחה.. ומתוך מיעוט עונות!

נאר א זעלעכע עבירה'לעך. מיינע בני בית האב'ן אבער נישט אן אנונג וועלעכע בעל השמועה איך בין מצייר בשעת מעשה..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 314 מאל

שליחה דורך diff »

וועלכע מעשה
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3750
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5741 מאל

שליחה דורך וואלווי »

diff האט געשריבן:וועלכע מעשה


וישאלו איש את רעהו...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 314 מאל

שליחה דורך diff »

וישאלו איש מאת רעהו
וישאלו איש לרעהו
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15076 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שלום עליכם: לאמיר זיך פארשטעללן פאר'ן עולם: איך הייס בערל מ'רופט מיך בעל עגלה. ווייל איך טרייב א וואגן (וואו די פערד זיצן זאג איך נישט.). איך פיהר אידישע קינדער אין חדר/ישיבה/סקול צו לערנען די הייליגע תורה. און זיין ערליכע אידן. איך האב אויסגעפונען וועגן קאווע שטיבל אויף זייער אן אינטרעסאנטן וועג.

את חטאי אני מזכיר היום. ..!


טייערע בערל, אויף אזעלעכע חטאים בין איך מתפלל מיט הייסע טרערען א יעדע פרייטאג צונאכטס ארעם אריינגעשטעקט אין ארעבעל פון רעזשוואלקע וזכנו לקבל שבתות מתוך רוב שמחה.. ומתוך מיעוט עונות!

נאר א זעלעכע עבירה'לעך. מיינע בני בית האב'ן אבער נישט אן אנונג וועלעכע בעל השמועה איך בין מצייר בשעת מעשה..

וואלווי: ס'איז אינטרעסאנט אז מ'דערמאנט נישט דעם בעל עגלה ערגעץ אין מיטן דאווענען אדער זמירות. נאר ס'איז דא עטליכע שיינע מעשיות איבער דעם ערשטן בערל בעל עגלה. (מעגליך איינער פון מיינע עלטער זיידעס אדער מיין פינפטער קאזין, ע"ה זכותו יגון עלינו.). איין אזא שיינע מעשה'לע איז שוין אמאל געברענגט געווארן דא אין קאווע שטיבל. איבער בערל בעל עגלה דעם ערשטן. ער פלעגט אייביג פארשפעטיגן צו פארקן זיין פערד און וואגן פאר'ן זמן כניסת השבת. ר'איז אייביג אריינגעפארן אין שבת אריין. נאך עטליכע שטרענגע ווארענונגען פונ'ם רב שליט"א האט מען איהם איינמאל געכאפט ווען ר'איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט זיינע וואכענדיגע קליידער און שטיוול. (ס'איז מסתמא נישט געווען אין סקווירא.) און עפ"י פקודת מרא ד'אתרא שליט"א האט מען איהם אריינגעלייגט אינ'ם היימישן דזשעיל, וואס איז געווען אין פאליש פון ביהמ"ד. ער האט דארט געדארפט פארבלייבן איבער גאנץ שבת. מ'האט איהם נישט געלאזט אהיימגיין. מ'האט איהם דארט אהין געברענגט גרעיפ דזשוס (כ'ווייס נישט. אפשר וויין) און לחם משנה. און ר'האט דארט געדארפט פארברענגען גאנץ שבת. יש אומרים, אז מ'האט אויכעט געשפיגן אויף איהם.אבער איך גלייב עס נישט.

נאך אן אינטרעסאנטע מעשה האביך געליינט איבער בערל בעל עגלה אין די אלטע בענדער פון דאס אידישע ליכט. וואו א שרייבער שילדערט וויאזוי דאס לעבן אין שטעטל האט אמאל אויסגעזעהן. זאגט יענער גרויסער שרייבער אז אסרו חג פון סוכות איז דער טאטע פון א בחור אן עילוי געגאנגען רעדן צו בערל בעל עגלה אז ער זאלל פיהרן זיין זוהן צו לערנען אין א גרויסע, וועלט בארימטע ישיבה...! און דער וואגן האטציך שיער איבערגעדרייט ווייל ס'איז געווען איבערגעפולוט מיט פאסאזשירן און סחורה. און די סוסים האבן מחליט געווען צו גיין אויף סטרייק אינמיטן וועג אויף א בארג ארויף. ביז מיין זיידע ע"ה האט זיי געברענגט זייער גוטע האבער צו עסן. דאמאלס האבן זיי זיך בארואיגט און געפארן ווייטער...!

איך טראכט אזוי, אז איינס פון די סיבות פארוואס איך קום (כמעט) אייביג אן שפעט אין ביהמ"ד פרייטיג צו נאכטס. לאמיר זאגן ביי לכו נרננה. אדער הויכע שמו"ע פון מנחה, איז ווייל מיין עלטער זיידע איז אויכעט אייביג געפארן אום שבת...(עפ"י אונס, פארשטייצעך.).

שוין גענוג שטותים געשריבן...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9087 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געמיינט אז צוליעב דעם בלייבסטו אין פאליש א גאנץ דאווענען, לזכר יענער זיידע דיינער וואס האט געמוזט פראווען א שבת צווישען די אלע שמועסערס און קאווע טרינקערס, קידוש אין מיט'ן הפטרה מאכערס, און קוגעל אויפשניידערס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רעאגיר