איך האב ענליך געמאכט די החלטה צו ווייטליסטן קאווע שטיבל אויף מיין פילטער. איך בין גרייט אריינצודייווען אינעם שטיבל און זעהן וואס איך האב פארפאסט די אלע יארן.
איך בין א יונגערמאן פון אפסטעיט ניו יארק, איך גלייך צו ליינען און צימאל קאמענטירן אויך ענינים וואס איז צי מיין אינטערעסע.
איך בין א ידען א שטיקל שרייבער און א מחבר ספרים, אויף דעם וועבזייטל דא איז דא אסאך ידיעות צו באקומען, און א פלאץ צו פארקויפן. איך בין א חסידישע יונגערמאן, איך וואוין אין אירופה. געבוירן בין איך אין לאנדאן הבירה אין יאר תשמ"ה. אפאר מאל האב איך געזוכט מראה מקומות אויף די וועב און איך האב עס כעטראפן אויף דעם וועבזייטל, ממילא וויל איך אייך שטארק באדאנקען.
איך בין א אינגערמאן א מבקש וואס האט ליב צו לערנען פון אנדערע. מיין עיקר ציל דא אויף די פארעם איז אויסצושמועסן אן עניין און דערגיין קלאר א זאך און דער עיקר איז צו קונה זיין תורהדיגע און וועלטליכע ידיעות.
הערן פין אונזערע היימישע קרעטשמע אידן געדאַנקן אויף סיי וועלכע נושא איך בין א יונגערמאן מיט אן אפן בליק אויף סיי וואס אין אויפמערקזאם מאכן מענשן וואס לעבן אין טעותים
א יונגערמאן וואס איז אייביג דא פאר א גוט שטיקעל נייעס אין א קאווע ספציעל פאר א nespresso איך פארביר נישט מרחיב צו זיין צו פיל איבער מיר עס זאל נישט זיין כל המוסיף גורע באט איך האף די עולם דא וועט הנאה פון מיר און איך פון די עולם דא
איך האב זייער ליב קאווע שטיבל איך ליין עס אייביג פון אינדערפרי ביז ביינאכט עס איז נישט פאראן קיין שום בעסערא וועבזייטל פון דעם עס איז פול מיט אזעלכע אינטערעסאנטע זאכן אין באשרייבונגען א גרויסע יישר כח
איך האב שוין לאנג געהערט פון דעם פלאץ אבער איך האב קיינמאהל געוואלט בפרהסיא ווייל איך בין א בעל תשובה. אבער דא זעהט אויס אז מען קען געבן א מיינונג און מען זאהל נישט וויסן ווער מען איז
שלום עליכם. איך ליין שוין קאווע שטיבל א לענגערע צייט אין איך האב שטארק הנאה פין אסאך פיינע אשכולות. היינט האב איך אנדליך גענימען די מי אין צייט זיך צי רעגיסטירען.
איך האב געזעין קאווא שטיבל אין סאיז מיר זייער געפאלן. מען קען דא רעדן מיט פרייע דיבור מיט א נארמא לקייט. איך האב ליעב אפען קייט אין ברייטקייט, אין ווי איך פארשטיי איז קאווע שטיבל די בסלע פלאץ פאר איד צי האבן די ברייטקייט
איך הייס איציק און איך וווין אין ישראל. א געהייראטער מיט דריי טעכטער און זעקס אייניקלעך קיין עין הרע. מיין בערוף איז אן איבערזעצער. איך זעץ איבער פון העברעיש און ענגליש קיין אראביש. איך בין צוויי און זיבעציג יאר אלט, רעטייערד פון צבא הגנה לישראל, וואו איך בין געווען א ציווילער באאמטער. איך בין אויך געווען א לערער פון הברעיש-אראביש איבערזעצונג אין אטלעכע אוניווערסיטעטן (תל אביב, בר אילן אאוו.). יידיש האב איך מיך געלערנט פון מיינע באבע און אירע קינדער וואס האבן מיט איר גערעדט יידיש.
עס קומט מיר זייער צו ניץ צו פארברענגן איך האב ליב צו זעהן וואס יענע האט צו זאגן ארויס צו באקומען יענעם דאס איז איינע פין מיינע טאלאנטען בפרט איך האב ליב צו פארברענגן אין היסטאריע אויך צו אריינברענגן שמחת החיים
סאו איך בין א יונגערמאן וואס ארבעט דערווייל שווער על המחי' ועל הכלכלה אבער איך בין בטבע א מיליאנער... און ווי ס'הייסט יעצט וועלן מיר בקרוב קענען מעלדן גוטע נייעס! אין די מין טיים וועלן מיר זיך אביסל אויסבלאזען דא אין שטיבל