שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 10, 2019 12:32 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
מײַנע אינטערעסן זענען די שפּראַך און קולטור פֿון דער חרדישער וועלט. איך בין פֿאַראינטערעסירט אין אידישער מחשבֿה און השקפֿה אין דער געזעלשאַפֿט. מיר געפֿעלט אויך נײַעס פֿון אַרבע כּנפֿות הארץ. איך קלער אָפֿט וועגן דער השפּעה פֿון די נײַע טעכנאָלאָגישע און וויסנשאַפֿטלעכע אַנטוויקלונגען אויף דער אידישער גאַס.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 759 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 515 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם לאזט אייך הערן.
@בת ים איר קומט אפשר פון קרית באבוב? שוין נישט געווען דארט יארן. וואס טוט זיך דארט? ווער האט געוואונען די מלחמה, די קעץ אדער די ראטן? [emoji38]
עפעס בענקט זיך. נו' וועלקאם.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל
איך בין א היימישער, פרייליכער יונגערמאן. איך בין טאקע חסידיש אבער א געלערנטער. איך האב א קאלעדזש דעגרי און איך ווער משוגע פאר היסטאריע. כ'האב ליב פאליטיק, אבער איך נעם נישט קיין שטעלע אין פאליטיק. איך האלט אז יעדער מעג האבן אן אייגענע מיינונג וואס איז אנדערש ( everyone is entitled to their opinions) און דאס איז די איינציגסטע מיינונג וואס איך האף און האלט אז יעדער זאל אננעמען.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 759 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 515 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם ר' ברעכער און דובר אמת.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
- ארץ חמדה
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2019 7:27 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט, און דער בורא וועט מיר פרעגן, "חמדה'לע, מיין קאווע שטיבל האסטו געזען?", וואס וועל איך ענטפערן?
ווי עס זעט מיר אויס זיצן דא אידן וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה און נוצן אויס יעדע איבריגע מינוט און זענען זיך מייגע להעמיד הדת על תילה, די אמתע אידישקייט, אן כבוד און אן געלט. מען קען ממליץ זיין דערויף, "אם פגע בך מנובל זה, משכהו לבית המדרש" - נישט זיי דיך מושך אין בית המדרש, נאר שלעפ אריין דעם גאנצן יצר הרע אין בית המדרש מיט די רמ"ח איברים, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן, דאס איז דער שענסטער נצחון וואס כלל ישראל האט אפגעהאלטן אין די מלחמה קעגן מאדערנע טעכנאלאגיע. מה נהדר מראה זו.
(איך דארף נאך עקסטער אויסגראמען די מנהלים, אדער שוין יוצא געווען?)

- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 25, 2019 12:55 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
א געוואלדיג מקום פון אויסשמועס׳ן ענינים העומדים על הפרק על דרך האמת אן קיין שום ציגעבינדענקייט צו קיין שום פון פאראויס אוועקגעשטעלטע שיטה וכו׳ איש על מחנהו ואיש על דגלו.
א גאר דערפרישענדע און קאלארפולע מקום מיט א געלעגנהייט צו הערן יעדעמ׳ס אייגענארטיגע קוק און געפיל אויף פילע נושאים.
א גרויסע יש״כ פאר׳ן אהערשטעלן אזא שיינע און געוואלדיגע מקום ב״ה.
א גאר דערפרישענדע און קאלארפולע מקום מיט א געלעגנהייט צו הערן יעדעמ׳ס אייגענארטיגע קוק און געפיל אויף פילע נושאים.
א גרויסע יש״כ פאר׳ן אהערשטעלן אזא שיינע און געוואלדיגע מקום ב״ה.
- פרוש
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 27, 2019 9:43 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
האמת אגיד, איך פארמאג שוין א ניק אויף קאווע שטיבל שוין עטליכע יאר, אבער את אשר יגורנו בא, ווען דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח און אריינגערעכנט שוין עטליכע וואכן בעפאר האבן מיר עטליכע אפגעשטעלט און מגלה געווען מיין אידענטיטעט פון דא אויפן שטיבל,
ווי פארשטענדליך אז דאס האלט צוריק פון זיך אויסדריקן בשלימות דא אין שטיבל, ווי לופטערן מיינונגען איבער פארשידענע ענינים, און אפגערעדט פון שרייבט מיט א ברייטקייט אין מאחורי.
אלזא, איז צום האספן אז דער נייער ניק וועט כאטש זיין עפעס א לעזונג צו די אויבנדערמאנטע.

- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2019 8:35 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
-
- מנהל
- הודעות: 396
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
[tag]דער אלטער[/tag]
[tag]ארץ חמדה[/tag]
[tag]שפת אמת[/tag]
[tag]פרוש[/tag]
[tag]שיטה הקדושה[/tag]
יהא בואכם לברכה.
[tag]דער אלטער[/tag]
[tag]ארץ חמדה[/tag]
[tag]שפת אמת[/tag]
[tag]פרוש[/tag]
[tag]שיטה הקדושה[/tag]
יהא בואכם לברכה.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 325
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 100 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
ארץ חמדה האט געשריבן:ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט, און דער בורא וועט מיר פרעגן, "חמדה'לע, מיין קאווע שטיבל האסטו געזען?", וואס וועל איך ענטפערן?
ווי עס זעט מיר אויס זיצן דא אידן וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה און נוצן אויס יעדע איבריגע מינוט און זענען זיך מייגע להעמיד הדת על תילה, די אמתע אידישקייט, אן כבוד און אן געלט. מען קען ממליץ זיין דערויף, "אם פגע בך מנובל זה, משכהו לבית המדרש" - נישט זיי דיך מושך אין בית המדרש, נאר שלעפ אריין דעם גאנצן יצר הרע אין בית המדרש מיט די רמ"ח איברים, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן, דאס איז דער שענסטער נצחון וואס כלל ישראל האט אפגעהאלטן אין די מלחמה קעגן מאדערנע טעכנאלאגיע. מה נהדר מראה זו.
(איך דארף נאך עקסטער אויסגראמען די מנהלים, אדער שוין יוצא געווען?)
מנוול נישט מנובל. אזוי ווי די שרייבסט דא איז דער אמת'ע אידישקייט
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 10:11 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
א איד מיט כיסופים צום אייבערשטן און צו זיין תורה הקדושה. א איד וואס געדענקט אז מיר האבן א גוטע באשעפער וואס האט אונז געגעבן א גוטע תורה מיט גוטע מצוות וואס אלעס איז נאר פאר אונזער טובה און גוטס, און ער און זיינע מצוות און זיינע צדיקים זענען די איינציגסטע גוטס אויף דער וועלט, און אלעס אויסער דעם איז הבל הבלים ממש כנראה בחוש לכל. א איד וואס ווייסט אז דער אייבערשטער איז א גוטער און נאר גוטס, דעריבער איז אלעס וואס ער מאכט - זיכער נאר לטובה!!! און די גאנצע טאג דארף מען פשוט געדענקן פון אים און זיך ציען צו אים און טון זיין רצון מיט א שמחה כל אחד כפי יכולתו וכפי מדריגתו!! בקיצור - מיר זענען גליקליך אז מיר זענען אידן און מיר גלייבן אינעם אייבערשטן!! אשרינו!!
-
- מנהל
- הודעות: 396
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
[tag]הדסים[/tag]
[tag]כיסופים[/tag]
[tag]Maven1[/tag]
יהא בואכם לברכה.
[tag]הדסים[/tag]
[tag]כיסופים[/tag]
[tag]Maven1[/tag]
יהא בואכם לברכה.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 277
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1178 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל
ווייס, פריש, אן די אלטע פלעקן, כ'בין געווען אינג און נאריש און כ'וויל זיך טוישן, הלוואי מ'קען טון דאס זעלביגע אינם עכטען לעבן, טוישן די אידענטיטעט ווי א פאר וועש, גע'טובל'ט, אריין אין וואסער איינער, ארויס א צווייטער, די אלטע ניקים מיט אלע זייערע אידיאסינקראסיס פארפאקט אין בוידעם, לשנה הבאה בירושלים, אויף צום ווידערזען אדער אפשר נישט... כ'נעם מיר נאך א טשאנס, לאמיר זען וויאזוי דאס וועט גיין