איך בין א סאטמארע יונגערמאן אין גלייך זייער צי שרייבען אין היימיש יודיש אין איך טראכט דא איז א גאנץ געשמאקע פלאץ צי שרייבען אין אפּענטפערין אפאר אינטרעסאנטע זאכען וואס פארשידענע חברה ניקס שרייבען
פארוואס ווערן א חבר אין קאווע שטיבל? וואס איז די פראגע בכלל! ווי קען מען היינט רעדן א גראד ווארט אויב נישט אין קאווע שטיבל,איך גלייך צו רעדן מיט מענטשן וואס זייערע מיינונגען זענען א תוצאה פון טראכטן, און נישט פון נישט טראכטן, אין אונזער סייסיאטי זענען די גרעיניצן פון וואס ממעג טראכטן און זאגן אומדערטרעגליך, איבערהויפט און די מידיא וועלט כידוע, לא מיבעיא סותר זיין דעם אלטן (וואס אגב איז געווענדליך די פאקטן ארום דעם אלטן מסורה אדער מנהג אינגאנצן פארדרייט) נאר אפילו א לא שמענו ולא ראינו קען מען אפווישן דברים של טעם, פון א שיינע מליצה ווי חדש אסור מן התורה איז עס געווארן אן ענטפער אויף אלע פראגן, דאכט זיך מיך אז דא אין קאווע שטיבל הערשט נישט דעם דאזיגן גזירה נוראה על הדת
רוחין חדתין האט געשריבן:פארוואס ווערן א חבר אין קאווע שטיבל? וואס איז די פראגע בכלל! ווי קען מען היינט רעדן א גראד ווארט אויב נישט אין קאווע שטיבל,איך גלייך צו רעדן מיט מענטשן וואס זייערע מיינונגען זענען א תוצאה פון טראכטן, און נישט פון נישט טראכטן, אין אונזער סייסיאטי זענען די גרעיניצן פון וואס ממעג טראכטן און זאגן אומדערטרעגליך, איבערהויפט און די מידיא וועלט כידוע, לא מיבעיא סותר זיין דעם אלטן (וואס אגב איז געווענדליך די פאקטן ארום דעם אלטן מסורה אדער מנהג אינגאנצן פארדרייט) נאר אפילו א לא שמענו ולא ראינו קען מען אפווישן דברים של טעם, פון א שיינע מליצה ווי חדש אסור מן התורה איז עס געווארן אן ענטפער אויף אלע פראגן, דאכט זיך מיך אז דא אין קאווע שטיבל הערשט נישט דעם דאזיגן גזירה נוראה על הדת
רוחין חדתין: דערווייל. כאפ דיך שנעל ארויף אויפ'ן וואגן. ווייל כ'האב מורא אז מיט די צייט וועט קאווע שיבל אויך ווערן כאחד מבני החבורה. וואו מ'וועט צענזורירן און אויסמעקן אלע תגובות און מיינונגען וועלכע זענען נישט איינשטימיג מיט די אפיציעלע ליניע'ס אידעאלאגיע.
ס'האט זיך שוין אנגעהויבן. מ'מעקט שוין דא מיט תירוצים ותירוצים שונים. אז ס'איז שלא מן העניין. און נאך אנדערע פאלשע תירוצים. ווערטער און סענטענסעס מעקט מען שוין. און צומאל, פון געוויסע מענטשן וואס מ'גלייכט נישט זייער אידעאלאגיע, אפילו גאנצע תגובות און אשכולות.
איך בין בס"ד דער פייאויניר פון די ישוב אין קאסא גראנדע און ווי אויך די אינוועסטאר און דער גאנצער נושא בעול און נטען זעהן פאלטשע אינפארמאציע האב איך מחליט געווען צו ענטפערן און אויסקלארן
איך בין לעצטנס נתעורר געווארן צום צמצום המחשבה וואס הערשט אין די צירקלען ווי איך דריי זיך, און נאכן באזוכן קאווע שטיבל שוין א שטיק צייט זעה איך עס אלס א פאסיגע ארט צו קענען אויסשמועסן נושאים מיט א ברייטקייט
דרייענדיג זוך שוין דא א שיינע שטיק צייט און זעענדיג אז דא א ציבור געהויבענע פיינע אידען, ווי מ'זאגט די סמעטענע וואס כלל ישראל פארמאגט, א מקום וואס שיינט צומאל ארויס צו זיין אן אור וואס טוט אויפשיינען די חושך וואס מיר זענען ליידער ארימגענימען מבית ומחוץ איז שוין געקומען די צייט צו אנטיילנעמען אין אריינקומען נישט נאר אלס א ליינער...
I found this to be a very interesting side with a lot of nice articles and
nice people
Ready to have a nice time enjoying this place. I've already spent a lot of time here really really like it
עס איז אינטערעסאנט. אינהאלטספול .איך גלייך זייער די נושאים וואס ווערן ארויפגעברענגט
איך האף צו מיטטיילען מיטן עולם געדאנקען, וואס קען זיין אז ס’וועט זיין לתועלת
אזוי אויך צו באקימען תשובות אויף ענינים שונים וואס קענען מיר ציניץ קימען אין טאג טעגליכען
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, כדי צו קענען מיטהאלטן אוןן שרייבן די אלע אינטרעסאנטע נושאים וואס איך לייען שוין דא א שטיק צייט.
איך בין א חסידישער יונגערמאן, איך וואוין אין ענגלאנד
איך זעה אז קאווע שטיבל איז א געשמאקע פלאץ ווי מען קען געמיטליך שמועסן אלע סארט נושאים, אקטועלישע און היסטארישע אד"ג. דעריבער האב איך חשק צו ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבל, און איך גלייב אז סיי איך און סיי אנדערע וועלן הנאה האבן פון מיין מעמבערשי"פ.
hi
like this forum and would like to join it i like tis style of politic andreally happy to join i' a belze
i love music news and all else
thanks a mill and pls try to active it how qiuker