שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3075
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2464 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די אשכול האט מען איינגעפירט קנאפע צוויי וואכן נאך ער האט זיך רעגיסטרירט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1377 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

קורקלענד האט געשריבן:די אשכול האט מען איינגעפירט קנאפע צוויי וואכן נאך ער האט זיך רעגיסטרירט.

נישט באמערקט.
אינטערעסאנט אז ער געדענקט נאך זיין פעסווארד פון אזויפיל יאר צוריק, פון זיין ניק וואס האט נאך קיין תגובה נישט געשריבן...
מעכטיגאוןטיכטיג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך מעכטיגאוןטיכטיג »

איך האב זייער הנאה פון די באשרייבונגען, און אן אפענע פארעם ווי צו שרייבען מיינונגען אן ווערען פראסעקיטעט דערפאר, איך האב זייער הנאה פון די ארטיקלען און וויל שוין לאנג קענען עפעס ענטפערען אויף פארשידענע טעמעס, איך האף אז איך וועל ווערן אנגענומען.
ישפה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 6:27 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך ישפה »

שלום עליכם

פאר א יאר און א האלב צוריק, אויף איינע פון מיינע וואטסעפפ גרופס, האב איך מיך אנגעשטויסן אין א דעמאלטס נייע אידישע אויסגאבע ״דער וועקער״.
וואס פארא ויקרא שמו איז דאס? האב איך געטראכט צו מיר. דער וועקער איז א זאך וואס דערמאנט מיר פון די שמש אין שטעטל פארן קריג, וואס פלעגט ארום גיין קלאפן מיט זיין האמערל, וועקען די אידן צו סליחות.
׳כהאב עס דורכגעליינט תוך כדי נשימה אחת, און געווארן דערוועקט צו א מציאות פון ״קאווע שטיבל״.
בשעת׳ן זוכן אויפן געוועב, זענע מחשבות ממינים שונים דורכגעלאפן מיין באוויסטזיין, וואס פארא שטיבל איז דאס? וואס פארא סארט קאווע סערווירט מען דארט? טעסערסטשויס אדער נעסקאפע? ספלענדע אדער קאצקע צוקער? בלויע אדער רויטע מילך?
דאן האטס זיך אנפלעקט דאס אומגעראכטענע. שערי דעות, שערי מחשבה, שערי חכמה, שערי טאלאנט, אן עולם מלא (הפוך) ראיתי.
בכליון עינים האב איך געווארט אויפן קומענדיגן נומער ״דער וועקער״. און אין צווישן זיך אנגעשעפט מלא חפנים מדע, אהבה, מחשבה, וכו׳.
צישוידערט בין איך געווארן, ווען שש האט מ׳אסף׳ געווען די זעקסטע אין די סעריע, און געמאלדן בך חותמין. און להוסיף שבר האט ער אונז פארלאזט (מיט אן הבטחה לבקר פעם בחודש, וואס האט אנגעהאלטן פאר א מיעוט רבים שנים).
דאן האט ראובן די לייצעס אין די האנט גענומען, און זיכער געמאכט אז גדול יהיה האחרון מן הראשון, און מפיץ געווען מעינותיו חוצה. און ב״ה מהאלט שוין נאכן מסיים זיין דעם ועשירי יהיה קודש.
זינט דאן באתי במעמקי מים, ואין מים אלא... דורכגעבלעטרט אלטע פארגעלטע בלעטער, מלאים זיו ומפיקים נוגה. בעיקר אין די פאריתומ׳טע העמיק דבר, וויסנשאפט, און היסטאריע.

נישט ווערנדיג אפגעמיטשעט, בין איך תמידין כסדרן אויפגעקומען מיט פרישע תירוצים, אפצושטיפן דאס זיך איינשרייבן, אלס א מיטגליד פון די שותים בצמא את הקאווע.
אבער יעצט, את חטאי אני מזכיר, נאכן מטייל זיין בפרדס, און עפענן אלע תרעין דחכמה, איז שער אחד מצאתי נעול, ומאחורי שמה(לשון דמשתמע לתרי אנפין), וואס תוכו רצוף אהבה, און מאוד נכספתי לראות מהרה בתפארתו.

כהאף כפי שידי מגעת, צוציגעבן צו די בירא דשתיתי מיניה, מיינע צוויי סענט (צענט). האמת אגיד, אז זמן איז נישט מסכים מיט מיר, והצדק איתו מיט א פול-טיים ארבעט. כ״ש ווען סנעמט מיר לאנג דאס שרייבן (טייפן) אין אידיש. אבער איך אעלה אל אבי, מדארף אויך עפעס אויפטון פאר אידישקייט.

כבעט מזאל מיר פארגעבן פאר גרייזן אין גרעממער, ספעלינג, אויסלייג, פאנקטשועישן, און פאר ספעל-טשעק (וואס מיינט דאך נאר מיין טובה). ואתכם הסליחה.
זיס ווי צוקער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 12:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך זיס ווי צוקער »

שלום עליכם, איך בין א יונגע און נייטראלע מענטש, איך וואוין נישט אין אמעריקע נאר ערגעץ אין די וועלט, איינער האט מיר געזאגט וועגן קאווע שטיבל און כ 'וויל אסאך מאל צולייגן הערות און שמועסן געשמאק
באניצער אוואטאר
א שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 8:50 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך א שרייבער »

א גוטן מיינע טייערע חברים. עס איז מיר א כבוד אייך צו באגריסן, איך האב א געפיל צו שרייבן, ממילא ווען א פריינד מיינער האט מיר איבערגעגעבן וועגן אזא זאך פון קאווע שטיבל, האב איך מיך גלייך צוגעכאפט דערצו ווי צו געבראטנ'ס. איך בין אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, און איך האב אין פלאן צו שרייבן גאר שיינע זאכן בעזרת ה'.
יוסעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך יוסעלע »

אזוי ווי איך קום דא שוין לאנג ליינען, און צומאל זעה איך אז איך וואלט געקענט עפעס צולייגן האב איך מיר איינגעשריבן כדי צו קעמען שרייבן איך האף אז מ'וועט הנאה האבן פון מיינע תגובות
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3742
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5725 מאל

שליחה דורך וואלווי »

[tag][/tag]
ישפה האט געשריבן:אבער איך אעלה אל אבי, מדארף אויך עפעס אויפטון פאר אידישקייט.


עליכם השלום, מ'איז אייך מוחל די פארזוימונג, אבער אלס איך אעלה אל אבי, געדענק אז והנער איננו אתי, די יונגע יארן רוקן זיך אויף צירוק און מ'ווערט נאר עלטער, אלזא הייב שוין אן שרייבן ווייל ס'שטייען דא טויזענטער ניקס מיט אפענע אוירען, אפענע אויגען, און אפענע מיילער...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

איך וויל מיך שפירן ווי אין א קאווע שטיבל, שמועס'ן מיט חברים, טוישן דעות, מעשיות וכדו'.
הנאה האבן פון נאך מענטשן און חברים וואס ווייסן אביסל נייעס.
א געשמאקע פארברענג מיט א הייסן גלעזל קאווע, א קאצקא צוקער, און צימעס.
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

בן פרצי האט געשריבן:חתונה געהאט, 25 יאר אלט, איך בין א הוגה דעות, אנטלקטואל ווי מ'רופט עס, און איך זיך ווי זיך ארויצגעבן, הערן און זאגן, איך בין אויפגעוואקסן און איך לעב אין א חסידישע קהילה, און כמובן אויף א קאנסירוויטיוו/שמרני לעבנסשטייגער אזויווי ביים רוב היימישע חסידישע וועלט, אבער איך בשיטה האלט איך זיך מער א ליבעראלער און אן אפענער און מיינע דיעות, על אף איך האב נישט געטוישט מיין לעבענס שטייגער בפועל. אבער אפי' איך בין מער א ליבעראלער, האלט איך זיך נישט ממש א לינקער ביזן סוף, ווי לדוגמא, אפי' איך האלט מ'דארף געבן רכטן פאר ווייבער, נאך אל האלט איך אז די מענער זענען חשוב'ער און האבן א גערסערן תפקיד, וכדו' ואכמ"ל
דיין נאמען דערמאנט פון "גדור פרצי בבן פרצי ומחדק לקוט שושן"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: איך האב געוואלט געבן א שטארקן לייק. אבער דיינע ווערטער זענען למעלה מהשגתינו. ומי יעמוד בסוד קדושים...!

אז דו קענסט מפרש זיין דיינע הויכע ווערטער, וועל איך זיין צופרידן, אי"ה. נאר דו דארפסט נישט אנהייבן פון פאר בראשית. אזוי ווי א סאך מענטשן וואס איך קען. איינער פון זיי איז בערל בעל עגלה. וועלכער האט ליעב צו מאכן אן הקדמה צו די הקדמה. און נאכ'ן אראפלייגן די יסודות גייט ער ערשט צו אנהייבן מפרש זיין זיינע מיסטעריעזע דיבורים...!

איך בין געווען אמאל ביי א כ"א כסליו מסיבה האט דארט גערעדט צווישן אנדערע דרשנים א חשוב'ער איד. א גרויסער תלמיד חכם. א שוחט. און די גרעסטע מעלה איז אז זיין זון איז געווען דער אורח הכבוד. האט מען איהם געלאזט רעדן ככל אות נפשו. האט ער אנגעהויבן כהאי לישנא..."אין אמת'ן האביך זעקס הקדמות. אבער איך וועל נאר זאגן 2." ווען איך בין צוריקגעקומען בערך א צוויי שעה שפעטער האט ער געהאלטן אין מיטן פון די צווייטע הקדמה...!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ר' בערל אייער תגובה האט מיך געקאסט א גוטן לאך.
מ'זאגט אין סליחות פון שבעה עשר בתמוז אינעם פזמון פון שעה נאסר אשר נמסר, גדור פרצי, בבן פרצי, ומחדק לקוט שושן. האט פשוט זיין נאמען "בן פרצי" דערמאנט פון דעם. און אגב, האב איך געזען שיינע ווערטער אויף דעם פון א גדול בישראל, ראה .... ונזכר...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. וואס זאלל איך טון אז ווען מ'האט געזאגט סליחות לשבעה עשר בתמוז האביך ארויסגעקוקט פון סידור. און פון פענצטער. ווייל ס'איז עפעס פארגעגאנגען אן אינטרעסאנטע זאך אויף די גאס. ( א דראג דיעל, רח"ל. צווישן א ..."מתפלל"... אין ביהמ"ד און א שחור...!
פאני מענטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 2:10 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך פאני מענטש »

איך האב אסאך געהערט איבער קאווע שטיבעל, האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען און עס איז מיר באמת געוועהן געשמאק צו ליינען די נייעס און פאליטיק און ווער רעדט נאך אויף די שטיקלעך וואס די עולם שרייבט אוף צוריק די אלע בויך שמערצען, דאס מאכט מיר אסאך מאהל אזוי שטארק לאכן און אויפגעלייגט אז איך האב מחליט געוועהן זיך אנצושליסן אלס א מעמבער און קאווע שטיבל
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

יוסף יוזפא האט געשריבן:איך וויל מיך שפירן ווי אין א קאווע שטיבל, שמועס'ן מיט חברים, טוישן דעות, מעשיות וכדו'.
הנאה האבן פון נאך מענטשן און חברים וואס ווייסן אביסל נייעס.
א געשמאקע פארברענג מיט א הייסן גלעזל קאווע, א קאצקא צוקער, און צימעס.

[tag]קאצקע ציקער[/tag] איינער איז דא פאר דיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאני מענטש האט געשריבן:איך האב אסאך געהערט איבער קאווע שטיבעל, האב איך עס אנגעהויבן צו ליינען און עס איז מיר באמת געוועהן געשמאק צו ליינען די נייעס און פאליטיק און ווער רעדט נאך אויף די שטיקלעך וואס די עולם שרייבט אוף צוריק די אלע בויך שמערצען, דאס מאכט מיר אסאך מאהל אזוי שטארק לאכן און אויפגעלייגט אז איך האב מחליט געוועהן זיך אנצושליסן אלס א מעמבער און קאווע שטיבל

פאני מענטש: קודם א גרויסן און ברייטן שלום עליכם. יעצט האביך איין בקשה צו דיר. ווייל ס'איז דא א זאך וואס מאכט מיר גרויסע בויך שמערצן ווען איך זעה אדער הער אז א שרייבער קען נישט אדער וויל נישט מבחין זיין צווישן ..."אין" און ..."און"... איז בעט איך דיך מיט דיין נייע התחלה זאלסטו דיך ביטע האלטן צו אט די כללים..יישר כח למפרע. ממני הק' בערל בעל עגלה...!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ר' בערל: ס'קען זיין אז ער מיינט צו זאגן אז ער וויל זיך אנשליסן צו ווערן א מעמבער, און אויך א קאווע שטיבל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. ס'איז זייער א גוטער פשט און דרוש בדרך אפשר. אבער דערווייל האביך מיך געווארפן פאר געלעכטער אז איינס פון די ספיקערס, וועלכע שטייען אדער זיצן אויפ'ן דאך פון מיין דעסקטאפ איז אראפגעפאללן און ס'האטציך גענומען זינגען א ניגון פון זיך אליין...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3742
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5725 מאל

שליחה דורך וואלווי »

[tag][/tag]
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. וואס זאלל איך טון אז ווען מ'האט געזאגט סליחות לשבעה עשר בתמוז האביך ארויסגעקוקט פון סידור. און פון פענצטער. ווייל ס'איז עפעס פארגעגאנגען אן אינטרעסאנטע זאך אויף די גאס. ( א דראג דיעל, רח"ל. צווישן א ..."מתפלל"... אין ביהמ"ד און א שחור...!


העי! ווי איז דיין שוהל?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: אז דו ווילסט דווקא וויסן. ביהמ"ד שומרי שבת. אבער ס'זאגט גארנישט וועגן דעם ביהמ"ד. דער איז געווען איינער פון די פיהל ארחי פורחי וועלכע דרייען זיך דארט ארום. און ער האט געמאכט א רושם ווי אן אנשטענדיגער בחור. איך פלעג איהם אייביג געבן א דאללער בתשואות חן. אבער נאכדעים וואס איך האב צו געזעהן זיינע שטיק, האביך פארשטייצעך, איהם מער נישט געגעבן קיין פעני. אויך האביך באמערקט אמאל ווי ער נעמט ארויס פון זיין טאש א פעקל מיט הונדערטערס...! ער פלעגט ארומגיין מיט א שטעקן כדי לעורר רחמנות. און ער האט פארציילט פאר'ן עולם אז ער איז א ריקאווערינג דראג עדיקט. ווייל ער האטציך אמאל צובראכן זיין פוס און ר'האט געהאט שטארקע ייסורים האט ער אנגעהויבן צו נעמען דראגס. אבער לויט ווי ס'זעהט אויס איז ער אויכעט א סוחר...!
טייער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2017 9:30 pm

שליחה דורך טייער »

איך בין א היימישען יונגערמאן אין די צוואציגער יארן. איך בין זיך אינטראסירט מהנעשה ונשמע אין דעם היימישען וועלט, הערן פארשידענע מיינוגען אויף נושאים אין ליינען אידיש ליטעראַטור.
אויערבאך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 29, 2017 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך אויערבאך »

שטיל אידל מיט היבש ידיעות אין פארשידענע נושאים וועלטליכע ווי אידישע מער אינטערעסע אין די בלויע אשכול ווי אין די ברוינע אבער אמאל אמאל קען מען דארט אויך אריינפאלן
רעאגיר