איך בין א פלעינע אינגערמאן איך האב לעצטענס אביסעל ליידיגע צייט האב איך געטראכט זיך איינצושרייבן אפשר וועל איך האבן וואס מוסיף צו זיין צו די שיינע שמועסן דא. העכטסטענס אויב נישט וועל איך זיין ווי די רוב דא וואס שרייבן זיך איין און דאס בלייבט זייער לעצטע תגובה...
סתם, צו הערן און זיך אנפילן מיט ידיעות, הן ידיעות התורה און הן סתם זאכן. קאווע שטיבל איז אן ארט פאר כלל ישראל, פיל מענטשן שעפן דא חיזוק בענינים העומדים על הפרק.
איך בין געווארען רעקאמענדירט צו דאס הייליגע ספר "ותינוק ללמדו ספר", אין דאס האב איך געליינק בשקיקה ובצמאון רב און דאס איז גיווען זייער אמיציאנאל פאר מיר און איך האב פלוצלינג געשפירט אז גאט זיי דאנק איך בין נישט אליין און כלל ישראל איז נאכנישט באנקראט געגאנגען. דארטן האב איך געזעהן אז קטלא קניא שרייבט און די וועקר און אזוי געוואויר געווארן פונם קאווע שטיבל וואס איך פיהל עס פאר א פריבילעגיא צו ווערן באשטעטיגט אלס א מיטגליד. א שיינעם דאנק
קנאי בן קנאי
דער עולם היינט איז צו רואיג און געמיטלעך, מען האט נישט גענוג אין זין דער אויבערשטער. מען דארף האבן א פנחס זאל מעורר זיין דער עולם צו עבדות השם. בכלל איז מען געווארען צו פיל באקוועם מיט אידישקייט. אידישקייט איז נישט א באקוועמע זאך, עבדות אני נותן לכם, נישט געשמאקייט.
יעל קגם האט געשריבן:Im a Chasid that has interest in all topics and likes to understand the deeper meaning of what I'm doing here, Iv'e been reading Kave Shtibel for a while but saw a few Tegivos that I wanted to reply to so I decided to join
Creative nickname
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
א היימישע איד פון ברוקלין וואס זיכט דער אמת בעזר השם
שוין דורך אסאך גלגולים. אבער ברוך השם על כל גל וגל נענתי ראש
קאווע שטיבעל איז די מקום וואס מען שמוסען מכל ממילא בין איך דא
איך האב אביסל מיטגעהאלטן די קעיס פון קינדליין און הונדערט און ס'האט מיר ערשטיטערט די מחסור פון צדק אין אונזערע קהילות. איך האב מיטגעהאלטן פארשידענע היימישע קעיסעס אין געריכט, ספעציעל פעמעלי קעיסעס - האב איך געטראכט איך וועל שערן אביסל פון וואס איך האב געזען און געהערט..
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
שופטת האט געשריבן:איך האב אביסל מיטגעהאלטן די קעיס פון קינדליין און הונדערט און ס'האט מיר ערשטיטערט די מחסור פון צדק אין אונזערע קהילות. איך האב מיטגעהאלטן פארשידענע היימישע קעיסעס אין געריכט, ספעציעל פעמעלי קעיסעס - האב איך געטראכט איך וועל שערן אביסל פון וואס איך האב געזען און געהערט..
איך האב ליב אז מענטשען זאלן זיך פארשטיין איינער דעם צווייטן, עס איז זייער גוט צו דורכשמועסן א נושא מיט אנדערע אויף א רואיגע און פארשטענדליכע וועג, מיינונגס פארשידענהייטן איז נישט קיין חסרון כשם שאין פרצופותיהן שוויו כך אין דיעותיהן שווים.
I am an introverted deep thinker who lives in his own head. I have many opinions and ever evolving ideal by which I am trying to live by. I am chasidish but when it comes to typing English is my first and easier choice.
כדי צו פארענטפערן אין געוויסע פעלער מענטשנ'ס מיינוגען און אויסקלארן די נושאים אויף די ריכטיגע וועג און נישט סתם שרייבן דיינע ווייטאגען אויף יעדע זאך
איך וויל קענען דורך שמועסן נושאים און קלאר ווערן
איך פראביר ארויס צי גיין פין מצרים, אין איך האף אז די קאווע שטיבל וועט עס מאכען גרינגער, שוין דעמאלסט האט מען געוויסט אז מען דארף א געשמאקע ווינקל, אז די יונגווארג זאל זיך דערהאלטען