בלאט 6 פון 208

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:28 pm
דורך איך אויך
א לובאב?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:00 pm
דורך ראשעקאל
שלום עליכם אלע פרישע געסט!! אזוינע הייליגע נעמען ב''ה, קודש הילולים, אהבת ישראל, תפילין לייגער, באבא. קעניינעהארע.
זעמל דערמאנט מיר פון שליש שליש זאם זאם אין די גארביטש!!!....

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:01 pm
דורך ראשעקאל
איך אויך האט געשריבן:א לובאב?

לעסט טיים איי טשעקד לייגט מען אויך תפילין אין בעלז....

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:36 pm
דורך איך אויך
מען לייגט תפילין אבער נישט קיין תפילין לייגער ,יחי ההבדל הקטן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:02 pm
דורך תמימותדיגע
איך בין א אינגערמאן וואס וויל שרייבן דא. איך דריי זיך דא א לענגערע צייט און קוק ארויס צו אנטייל נעמען אין די פארום. איך פיל אז דא דרייען זיך אינטטעלעגענטע נארמאלע מענטשן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:03 pm
דורך אינטער ברימער
איך בין נישט קיין שרייבער אין אוודאי נישט זיך צו פארמעסטן מיט די אלה שרייבערס דא אבער איך גלייך צי ליינען די אלע גאר אינטערסאנטע אריקלען אין פין מאל צי מאל סוועט מיר חאפן די גוסטע זאל איך האבן עקסעס צי צולייגען מיינע צווי סענצס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:05 pm
דורך arifriedman
37 year old Chasidish Educated Participant....Live in Boro Park, Brooklyn

Looking to see what, who and how is out there, participating in this informative, humorous and entertaining site....hopefully enough characters for now

Details to follow

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:51 pm
דורך בהסתרה
קאווע שטיבל האט גאר א ווייטן אפקלאנג, און איז א העכסט-אינטערעסאנטע אכסניא פאר אלע סארט שרייב-ווערק אין און ארום די אידישע וועלט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:18 pm
דורך טאמבל סאס
שלום עליכם, איך וועל אי"ה רעפרעזענטירן די אלע 20 נייע ניקס וואס האבן זיך לעצטנס איינגעשריבן. איך וועל שרייבן אויף זייער ביהעלף.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:03 am
דורך עסקן נמרץ
די קאווע שטיבל אין מיין בית מעדרעש איז שוין אלט אפגענוצט איך זיך שוין א נייע.

ווער עס ברויך סיי וואסארא הילף פונעם עסקן קען זיך פארבינדן מיט מיר.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:05 am
דורך outspoken
עסקן נמרץ האט געשריבן:די קאווע שטיבל אין מיין בית מעדרעש איז שוין אלט אפגענוצט איך זיך שוין א נייע.

ווער עס ברויך סיי וואסארא הילף פונעם עסקן קען זיך פארבינדן מיט מיר.


יהא בואכם לשלום

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:05 am
דורך ניקסאן
אגוטען אלע חשובע חברים דא.

פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערען א חבר דא ?

איך וויל זיך רעגיסטרירען דא אלץ א חבר משום כמה סיבות.
די הויפט סיבה איז.ווייל דא איז א פלאץ וואו מדיסקוסירט און מאיז מברר פארשידענע וויכטיגע און נוצבארע נושאים.
אזעלכע נושאים וואס ווערען געווענטליך געלייגט און א זייט,און ווערען איגרענירט משום סיבות שונות ומשונות,ווערען אבער דא ארויפגרעברענט און די אפן און דיסקאסירט.

מצב,
ככה ככה.

יארגאנג,
און די דרייסיגער.

חסידות,
אומפארטייעש רעגיסטריריט ביי די וואלען אלץ א none בלע״ז

טאלאנטען,
איך האלט אינמיטען אויספיגורען.

שאיפות,
מיין איין שאיפה איז צו לעבן אבער געלעבט כדבעי.

פלענער,
שוין לאנג אדורך דיע פלאנען סטעיזש.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:28 am
דורך פאלענד ספרינג
איך בין א אכט און צוואנציג יעריגער אינגערמאן וואס ארבעט שווער פאר פרנסה. איך סיין מיר אויף דא כדי צו האבן אן אוטלעט זיך אויסצוגעבן צו קענען ארויסלאזן אביסל סטיעם פון די ארבעט. איך האף צו שרייבן און ליינען ווען איך האב אביסל צייט דורכ'ן וואך.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 11:11 am
דורך רויטע וואנצעס
טאמבל סאס האט געשריבן:שלום עליכם, איך וועל אי"ה רעפרעזענטירן די אלע 20 נייע ניקס וואס האבן זיך לעצטנס איינגעשריבן. איך וועל שרייבן אויף זייער ביהעלף.


אלף נכנסין לביהמ"ד ואחד יוצא להוראה.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:16 pm
דורך Mendymendymendy
ג.מ.ג. דאס מיינט, ג'ארנישט מ'יט ג'ארנישט! איך האב באמת נישט וואס צוצולייגן. איך פארשטיי נישט פארוואס איך מוז עס שרייבן מיט הונדערט און צוואנציג אותיות...

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
מענדימענדימענדי שלום עליכם. סתם אן איידיע פאר עפעס וואס דו קענסט יא צולייגן.

viewtopic.php?p=176967#p176967

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:26 pm
דורך כוכב
אדער קענסטו דא עפעס צולייגן
.viewtopic.php?p=178914#p178914

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:41 am
דורך חסיד
א איד וואס וויל צולייגן פארשידענע געדאנקן וכדומה, און קענען פארליינען פארען ברייטן ציבור מיין אייגנארטיגן געדאנקנגאנג אויף פארשידנאטיקייטיגע זאכן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:03 am
דורך מארקוס
כ'וויל שרייבן אביסל וועגן די באבאווער דין תורה, מיט א רואיגן און איידלן טאן מצד באבוב. כ'זעה נישט פארוואס איז מוז מיך דא אויספויקן, מיט מיינע טאלאנטן וכדומה, מען זאגט אז כ'שרייב גוט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:34 pm
דורך גייווייס
איך צייל מיך צווישען די סאטמאר'ער מיטגלידער. נו וועלכע? וועלכע איר ווילט. מיינע אינטערעסען נעמען ארום א רייע פון טעמען, אריינגערעכענט אבער נישט באגרעניצט צו, וועלטליכע און לאקאלע פאליטיק, פילאזאפיע, געאגראפיע, אלגעמיינע וויסענשאפט, טעכנאלאגיע און טעאלאגיע. פון דא און ווייטער איז בלויז א שפרינג צו מיין אלטימאטיווע פעאיגקייט: דעמאגאגיע. כ'פארשפרעך צו זיין אן אומשאצבארער בייטראגער צו קאווע-שטיבעל פאלעמיק.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:49 pm
דורך ראשעקאל
שלום עליכם [tag]תמימותדיגע[/tag], [tag]אינטער ברימער[/tag], [tag]arifriedman[/tag], [tag]בהסתרה[/tag], [tag]ניקסאן[/tag], [tag]פאלענד ספרינג[/tag], [tag]Mendymendymendy[/tag], [tag]חסיד[/tag], [tag]מארקוס[/tag], [tag]גייווייס[/tag].
מאכט'ס ענק באקוועם!!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:56 pm
דורך כנור
שלום עליכם.

געהערט שוין פון לאנג פון דא. אבער אזוי ווי דער נייעס פונעם טאג איז "באבוב" און איך האב אויך א מיינונג ווי אלע אויף דעם, האב איך זיך איינגעשריבען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:13 am
דורך מנחם
איך בין א אינגערמאן מיט א קליין שווארץ בערדל, לעצטענס אפאר ווייסע אויך.
אינדערהיים טרינק איך מים חיים, און אין די קאר קאק.
מיין טעלעפאן האט געווענדליך לאו בעטערי.
איך דרייוו א קעמרי מיט צוויי דריי דענטס.
איך גלייך צו פארברענגען אויפ'ן געוועב ווען איך האב אפאר מינוט, איך האף צו קענען הנאה און מהנה זיין.