בלאט 66 פון 209

נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 4:51 pm
דורך שמעלקא'לע
וועלקאם אלע פרישע חברים, איך בינעך אויך נישט דא צולאנג, אבער גענוג אויף זיך צו באקענען מיט די ביטערסטע מענטשן וואס האבן טענות אויף די גאנצע וועלט, סיסטעם, רבי'ס און וואס נישט.
ממש א רחמנות וואס דא קומט פאר אין קאווע שטיבל, מענטשן נרדפים וואס האבן נישט קיין סעקונדע מנוחה, טרעפן אטא דעם שטיבל פאר א מקום מקלט, אויסצודרוקן פרוסטרירונג און העצן, שוימען, ברויזן, פראטעסטירן, וכל שום חניכא דאית ליה.
יהא בואכם לברכה, ולהרמת קרן ההעץ בשטיבל...
:| :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 4:28 pm
דורך דריי דיך אויס
איך לייען שוין אין קאווע שטיבל א לענגערע וויילע, היות ס'זענען לעצטענס אינטערגעקומען עטליכע מאמענטן ווען כ'האב געלייענט אן ארטיקל און געשפירט אז איך "מוז" עפעס מגיב זיין דערויף .. אבער קיין מעמבער בין איך נישט געווען און דעריבער נישט געהאט די מעגליכקייט דערצו, אשע"כ האב איך באשלאסן צו נעמען די מוה און זיך איינשרייבן צו ווערן א מיטגליד אין "קאווע שטיבל".

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:31 pm
דורך אוסטרופולר
איך פארגניג זיך ממש פין די רייכהאלטיגע אינפארמאציעת וואס מען דערגרייכט דא אין קאווע שטיבל דורך די אנטיילנאמע פין אסאך שרייבערס - מיין איך בכמות ובאיכות
צומאהל האב איך אויך א פראגע וואס ווארט אויף א תשובה אדער אויך א הילפרייכע הערה און פארדעם בעט איך מיך צו רעגיסטרירן.
א שיינעם דאנק פאר אייך פאר אנפיהרן אזא שיינעם סייט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:37 pm
דורך איך אויך
ר' שמשון צו ר' הערשעלע?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:41 pm
דורך קאוריג
איך בין א געווענליכער חידישער אינגערמאן, און איך שרייב שוין אויף אנדערע פלאטפרארמעס, און איך זעה זיך אין געוויסע ענינים גענויגט בדעת מיט די חברה דא אין קאווע שטיבל, האבעך באשלאסן צו נעמען די פאר מינוט און מאכן א ניק, אז איך זאל קענען איינטיילנעמען אין די שמועסן

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 7:40 pm
דורך תנחום
איר זענט א "געווענליכער"אדער א "חידישער"? און אגב מיר האבן גענוג חברה מיט די זעלבע נויגונג, מיר ברויכן אביסל פון די קעגן זייטיגע אויך צו מאכן אביסל נויז, מיר זוכן א וועקער...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 9:48 pm
דורך שיכון סקווירא
א גוטן. איך בין א פשוט׳ע איד, אן אייננוואוינער פון שיכון סקווירא, אונזער שטעטל איז אין די לעצטע שטיק צייט אסאך אין די נייעס, אין די אידישע און אין די אלגעמיינע, אלץ אן איינוואוינער וויל איך מיטטיילען מהנעשה-והנשמע פון אונטער די קוליסען וואס ס׳גייט פאר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:30 pm
דורך בן אדם
גראדע שוין נישט געווען אין די נייעס די לעצטע שטיק צייט, און איך ווייס נישט וואס דיינע פלעינער זענען. און אגב, בוסט טאקע מער ווי וועלקאם צו ברענגען סקווערער נייעס דא אבער אלס א נוגע (נישט קיין חילוק אויף וועלכע זייט) וועלן די נייעסלעך מסתם נאך אויספעלן א שטיקל בירור. און נאך איין זאך, אויב דו פלאנסט צו טוישן דער שיכון דורך ריפארטן נייעס דא אויף ק"ש האסטו א גרויסן טעות, ווייל די בלעטער זענען שוין אנגעפילט מיט סקווערער סחורה און ס'האט גערוקט קיין כי הוא זה. סאו אויב דו ווילסט טון עפעס זאכליך איז פראביר אויפצוקומען מיט בעסערע - און מער אינטעלעגענטע וועגן ווי איידער מבזה זיין דיין הויז, משפחה, קהילה, און דיר אליין. אבער אויב דאס איז נישט דיינע פלעינער דעמאלטס האב פאן...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 10:04 pm
דורך ספרדי
,I really enjoy schmoozing and farbreng with others! Kave shtibel looks a good solution for this I am a writer but actually dont have too much time for it as i am working full day

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:44 pm
דורך יש תקוה
איך ליין דא פין צייט צי צייט. ויש זמנים שאני רוצה להיגב אוי לעורר. אוי זמנים שיש לי נקודה אוי סתם מחשבה... שצריך לצאת לחוץ....................... וואס נאך זאל איך שרייבען..... אבל אל תדאג אני מבין שהסיבה שצריכים לכתוב לכל הפחות מ מילים היא משום סיבה אחרת.......

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 5:00 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ספרדי האט געשריבן:,I really enjoy schmoozing and farbreng with others! Kave shtibel looks a good solution for this I am a writer but actually dont have too much time for it as i am working full day

Welcome!
We could use some more ethnic diversity in the shtiebel.
As a bona fide Sefardi, could you critique my recent article on Sefardim.

Thank you

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 6:31 pm
דורך וואלווי
אוסטרופולר האט געשריבן:איך פארגניג זיך ממש פין די רייכהאלטיגע אינפארמאציעת וואס מען דערגרייכט דא אין קאווע שטיבל דורך די אנטיילנאמע פין אסאך שרייבערס - מיין איך בכמות ובאיכות
צומאהל האב איך אויך א פראגע וואס ווארט אויף א תשובה אדער אויך א הילפרייכע הערה און פארדעם בעט איך מיך צו רעגיסטרירן.
א שיינעם דאנק פאר אייך פאר אנפיהרן אזא שיינעם סייט.



איך אויך האט געשריבן:ר' שמשון צו ר' הערשעלע?


ווענדט זיך, אויב ער וועט רעדען מיט רמזים וואס קיינער פארשטייט נישט וועט עס זיין א ר' שמשון, אויב וועט ער זיין הומארוס און מ'וועט זיך קאלערען פאר געלעכטער וועט ער זיין א ר' הערשעלע.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 10:06 am
דורך קאוריג
תנחום האט געשריבן:איר זענט א "געווענליכער"אדער א "חידישער"? און אגב מיר האבן גענוג חברה מיט די זעלבע נויגונג, מיר ברויכן אביסל פון די קעגן זייטיגע אויך צו מאכן אביסל נויז, מיר זוכן א וועקער...


די גייסט צו טיף

ווען איך זאג געווענליך, מיין איך צו זאגן דערמיט, איך עס נישט קיין גלאז און איך טרינקט נישט קיין געזאלין.... כ'מיין צו זאגן נארמאל עוורידזש חרידישער יונגערמאן, מיט א סיענע און צוויי טעלעפאנס

ווען איך בין ווען קעגן זייטיג וואלט איך געשריבן אויף אייוועלט... איך בין נישט קיין פראוואקאצירער

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:34 pm
דורך משכיל אספיראנט
פרישע און אפענע געדאנקן איז מיר ווי לופט צום אטעמען, האב איך אפגעמאכט צו זיך ענדליך איינשרייבן און זיין א חלק פון די חבורה הקדושה! איך פראביר זוכה צו זיין מיט רעכט צום טיטל משכיל. בקיצור איך וויל זיין קלוגער בגשמיות ובנפשיות!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:37 pm
דורך שמעלקא'לע
משכיל אספיראנט האט געשריבן:פרישע און אפענע געדאנקן איז מיר ווי לופט צום אטעמען, האב איך אפגעמאכט צו זיך ענדליך איינשרייבן און זיין א חלק פון די חבורה הקדושה! איך פראביר זוכה צו זיין מיט רעכט צום טיטל משכיל. בקיצור איך וויל זיין קלוגער בגשמיות ובנפשיות!

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם און גיסט אייך אהן א גלעזל ווארימע קאווע...
פתח פיך ויאירו דבריך!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:43 pm
דורך אברעימל
א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא אין שטיבל, און האט אפגעמאכט אז עס איז שוין געקןמען די צייט צי לאזן הערן זיין מיינונג בנוגע זאכן וואס ווערן דא דורכגעשמועסט, ענינים העומדים על הפרק, און איבער דברים הצריכין תיקון.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 9:10 pm
דורך שמעלקא'לע
אברעימל האט געשריבן:א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא אין שטיבל, און האט אפגעמאכט אז עס איז שוין געקןמען די צייט צי לאזן הערן זיין מיינונג בנוגע זאכן וואס ווערן דא דורכגעשמועסט, ענינים העומדים על הפרק. און איבער דברים הצריכין תיקון.

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם און גיסט אייך אהן א גלעזל ווארימע קאווע...
פתח פיך ויאירו דבריך!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:04 pm
דורך וואלווי
אברעימל האט געשריבן:א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא ...


וועלקאם אבארד, גיס אויס אלעס וואס די האסט זיך איינגעאלטן אויף איינמאל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:21 pm
דורך קאוריג
אברעימל האט געשריבן:א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא אין שטיבל, און האט אפגעמאכט אז עס איז שוין געקןמען די צייט צי לאזן הערן זיין מיינונג בנוגע זאכן וואס ווערן דא דורכגעשמועסט, ענינים העומדים על הפרק, און איבער דברים הצריכין תיקון.

לאמיר הערן ביי וועלכע פרק האלטסטו?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 5:46 pm
דורך gitgitgit
I would like to have a good conversation with a lot of people in the world and having fun situations and a lot of great topics about the elections and political moves and love jokes that you can be happy other people

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:28 pm
דורך בן עזאי
[tag][/tag]
gitgitgit האט געשריבן:I would like to have a good conversation with a lot of people in the world and having fun situations and a lot of great topics about the elections and political moves and love jokes that you can be happy other people


גוטגוטגוט
דו זעסט אויס צו זיי פיין אויסגעקאכט אין עלעקשאן פאאליטיק, קום אריין מיט די פולע שטארקייט. דער עולם זיצט אנגעשפיצט דיר צון הערן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:35 pm
דורך בן עזאי
שיכון סקווירא האט געשריבן:א גוטן. איך בין א פשוט׳ע איד, אן אייננוואוינער פון שיכון סקווירא, אונזער שטעטל איז אין די לעצטע שטיק צייט אסאך אין די נייעס, אין די אידישע און אין די אלגעמיינע, אלץ אן איינוואוינער וויל איך מיטטיילען מהנעשה-והנשמע פון אונטער די קוליסען וואס ס׳גייט פאר.

[tag][/tag]

אה, יהא בואכם לברכה. איך ווארט שוין צו הערן וואס טוט זיך מיט די וואנט.
די העיליגע בי"ד האט צוגעזאגט צו בויען א וואנט צווישן מאנסי, אוון מאנסי וועט ווילן באצאלן פאר דעם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:30 pm
דורך מציץמןהחרכים
איך בין אויפגעוואקסן MO און יעצט בין איך פאראינטערעסירט מיט די פרום יידיש רעדענדיקן וועלט. צו רעדן אין תורה אויף יידיש איז מיר א גרויסער פארגעניגן. איך וויל באקענען זיך מיט די וועלט.