בלאט 67 פון 209

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 7:59 pm
דורך בן אדם
א מזל ער איז נישט אנגעקומען דא דריי יאר צוריק

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:02 pm
דורך מפוזרי
וואס וואלט דאן געשען?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:05 pm
דורך בן אדם
ער וואלט נישט געהאט די געווייקטע חסידישע אידן וואס מיר האבן היינט דא

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:13 pm
דורך מפוזרי
אהא..

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 3:20 pm
דורך דבש
איך בין שוין לאנג דא אין קאווע-שטיבל, אבער עס איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען צו שרייבן דא. איך האב אסאך וואס צו פארקויפן, אבער איך האב נישט כמעט קיין איבעריגע צייט אינעם טאג.

איך האף זיך צו אנשטרענגען און שרייבן דא אביסל פון נייע רעיונות וואס פליסן אריין אין מיר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 3:22 pm
דורך נאכט לאמפ
איך בין א חסידוש בחור'ל פין איין אין צצואנציג יאר, לעבדיג אין בעטעמט, ארימגענומען מיט פילע חברים. איך ארבעט אין אן עטוואס גרויסע פירמע וואס האלט זיך נאר אין איין פארגרעסרען מיט גאט'ס ב"ה הילף.
אזוי ווי אסאך פין מיינע חברים פין די 2016-1995 עפאכע, (די גרויסע טעכנעלאגיא עוועלאציא) בין איך אדורך געגאנגן פארשידענע שווערעקייטן. . . אבער וואס אימער איך זאל [נישט] האבן געטוהן, האב איך געגלייבט אין געשפירט ווי די באשעפער איז מיט מיר, אין קיינמאל איז געוועהן וואס איך האב חלילה פארגעסן פין אימען!
איך האב מיר איינגעשריבען אין קאווע שטיבל ווייל איך פיל וואו דא איז דער ריכטיג ארט ארויסצוגעבן מיין שרייבן טאלאנט.
גראמען אין פיוטים טוהן מיינע געפילען ארויסגעבן
פילע סודות אין עפעזאדען זיי דערציילען פין מיין לעבן
זיי העלפן מיך אוועק קוקן פין שווערעקייטן וואס דרייען זיך דערנעבן
אין גלייכצייטיג זיי שטיפען מיר צו קאנצעטרירען אויף וואס איך טוה שטרעבן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 3:23 pm
דורך דער וועקער
דער ניק וועט דינען ווי דער אפיציעלער שופר פון דער "וועקער" רעדאקציע. מיר האפן צו קענען אנגיין ווייטער ארויסצוגעבן אונזער זשורנאל פון צייט צו צייט, לתפארת כל בית ישראל.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 7:45 pm
דורך א איד
דער וועקער האט געשריבן:דער ניק וועט דינען ווי דער אפיציעלער שופר פון דער "וועקער" רעדאקציע. מיר האפן צו קענען אנגיין ווייטער ארויסצוגעבן אונזער זשורנאל פון צייט צו צייט, לתפארת כל בית ישראל.

אפשר גיט איר ארויס פלענער, ווען דער נעקסטער וועקער קומט ארויס?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:58 pm
דורך ספרא וסייפא
א פיינער, איידעלער, וואוילער, שטילער, דורכ-שניט-ליכע אינגער-מאן שלא מן השורה וואס גלייכט א גלעזל קאווע, ליבט צומאל א גלאז שנאפס און ס'שטייט פון אים אויך אויס צו פארלענדן א פאס ביר...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:43 pm
דורך עמקן
ס'איז נישט מיין סטיל זיך פארצושטעלן אזוי ברבים מיין מציאות אבער אזויפיל יא א געמלט'ער און א היימישער איד בין איך און חסידות איז מיין וועג ווייזער און אלץ נישט נאר רוחניות נאר בעיקר גשמיות וכו'

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 5:48 pm
דורך קל וחומר
ווער איז געווען מוהל אויב איך מעג פרעגן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 8:03 pm
דורך וואלווי
ספרא וסייפא האט געשריבן:א פיינער, איידעלער, וואוילער, שטילער, דורכ-שניט-ליכע אינגער-מאן שלא מן השורה וואס גלייכט א גלעזל קאווע, ליבט צומאל א גלאז שנאפס און ס'שטייט פון אים אויך אויס צו פארלענדן א פאס ביר...


לחיים!

איר זענט יעצט אנטלאפן פון די באוויסטע ווירטואל קרעטשמע?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 8:05 pm
דורך וואלווי
קל וחומר האט געשריבן:ווער איז געווען מוהל אויב איך מעג פרעגן?


מיינסט צו פרעגען צו דער מוהל טראגט מיט'ן עירוב?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:55 pm
דורך מרן קודש קודשים
אני דתי-לאומי עם אהבה גדולה (לפני הכל לבורא עולם וגם) לדרכי החסידות ומחשבת ישראל ולגדולי ישראל. הראי"ה, האישיות המשפיעה ביותר על הההשקפה הדתית-לאומית (כפי שמתבטאת אצל שומרי מצוות ציוניים ולא אצל מה שקוראים "דתיים לייט" שלמעשה אינם באמת דתיים), היה נכד מצד אימו לחסיד חב"ד שהיה חסיד נאמן של מרן הגאון ה"צמח צדק" זצוק"ל.
אני מתעניין מאוד בתולדות עם ישראל וגדולי ישראל ובמחשבת ישראל והשקפה יהודית ובסיפורי צדיקים, אך גם בהלכה כי בלעדיה אין חיים דתיים.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 9:50 pm
דורך mevakesh
שלום לך מרן יהא בואך לברכה אתה מבין יידיש ?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 10:56 pm
דורך חכם-לב
איך בין שוין א יוצא ונכנס דא אויף דעם קאווע שטיבל וועב זייטל פאר עטליכע יאר... עס איז שווער זיך אנצוזעטיגן פון די קוואליטעט פון די טאלאנטפולע און תוכן'דיגע שרייבער'ס. יעצט האב איך מחליט געווען צו צוגעבן מיין חלק בעזרת השם.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 2:09 am
דורך חיים יענקל
ראה ראיתי כת לצים שקרנים ידענים חכמים כולם בפונדוק אחד, אמרתי לנפשי בא אצרף עמהם במיעוט שכלי ומיעוט ידיעתי אולי ידבק בי משהו טוב, אם לא חכמה אולי ידיעות בהסטוריה, ואם לא זה אולי קצת ליצנות, ואם לא זה לכהפ קצת מה לעשות בזמן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 11:26 am
דורך ווייל אזוי
חכם-לב האט געשריבן:איך בין שוין א יוצא ונכנס דא אויף דעם קאווע שטיבל וועב זייטל פאר עטליכע יאר... עס איז שווער זיך אנצוזעטיגן פון די קוואליטעט פון די טאלאנטפולע און תוכן'דיגע שרייבער'ס. יעצט האב איך מחליט געווען צו צוגעבן מיין חלק בעזרת השם.


ביסט פון די יחידי סגולה וואס "געזאגט ווי געטוהן",
קים איט אפ.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 1:26 pm
דורך ניקולייעב
קאווע שטיבל איז איינס אין די וועלט א יחיד במינו אין א חד בדרא דאס מקום מקלט ווי א היימישע קען זיך אהין אריינגליטשן אינמיטן א רוישיגן טאג זיך צו דערכאפן דאס הארץ מיט אביסל דברים של טעם אינטרעסאנטע ידיעות באצויבערדיגע געשיכטעס אין אויך דער אור אלטער קרעמלעריי וואס והוא שעמדה לאבותינו אין די שווערסטע זמנים ויהי נועם ה"א עלינו ומעשי ידינו כוננה עלינו וגו וכו

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 10:35 pm
דורך אברימי
איך בין אצפעתער איד און איך גיין ארביער צום אמריקה איך ויל זיין מקושר צום אלע זאכן כדי וויסן אלע זאכן להשתקע גוט בדי נייע פלאץ און סייע מקושר צום אלע חברה און זייט מצליח בעזר השם יתברך..............................

נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:46 pm
דורך Robert1234
גארנישט אזוי מורא'דיג וויל ליינען עפעס אינטערעסאנט, מיט האלטן די נייעס אביסל, ארבעט שווער אגאנצן טאג, שרייבן איז מיר גרינגער ענגליש וואס נאך קען איך זאגן? ,..........................................................

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:32 pm
דורך חכמת שלמה
אני הגבר ראה עני בשבט עברתו, אותי נהג חושך ולא אור, אבל סוף הכבוד בא.

פיל בין איך דורכגעגאנגען אין מיין לעבן, גוטע און ווייניגער גוטע פאסירונגען, אבער דער סוף הכבוד פון הימל האט מען מיר געגעבן. בעזרת-השם האב איך די זכיה מקרב צו זיין אידן לאביהם שבשמים, צו האבן דעם אמת'ן און ריכטיגן מהלך אין אידישקייט און אין השקפת החיים.

מיין אינטערעסע דא איז פילפארביג. קודם כל קען איך פיל צוגעבן צו די חברים דא אין פילע געביטן אין לעבן, צי איז דאס אין היסטאריע, וואו איך פארמאג א יד ושם, צי איז דאס אין פראקטיק החיים אדער אין טעאלאגיע, צעיר אנוכי אבל קניתי הרבה חכמת החיים, געזען און געהערט ביי גרויסע און קליינע, ומכל מלמדי השכלתי, און איך בין דא ללמוד וללמד, תוך קנין פון אנדערע חברים אויף ווייטער.

מיין האפענונג איז: איר זאלט הנאה האבן פון מיינע הגיוני לבבי, און ווידער איך זאל הנאה האבן פון ליינען און קונה זיין ידיעות און עקספערטיז, און ארבעטן צוזאמען.

און צום לעצט: א באזונדערן דאנק פאר קאווע שטיבל, פארן צושטעלן אזא הערליכער וואונקל ביי כלל-ישראל, א וואונקל וואס פארמאגט נישט איר'ס גלייכן, און וועט זיכער מאכן א רעוואלוציע צווישן אידן, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 8:49 pm
דורך Rupert
איך בין א פאשיטער יוד. וויל זיך דורעך שמועסען מיט אנדערע וואס קענען מיין שפראך. איך פלאן צו מופען קיין סטעטן איילענד דער ניק מאך איך יעצט צו זעהן צו ס׳דא נאך מענטשען וואס וואוינען אדער פלא עם צו מופען אהין. אין באקומען אביסעל עצות ווי אזוי איבער צי רעדען מיין ווייב.