בלאט 72 פון 209

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 9:00 am
דורך איש את רעהו
רבותינו האט געשריבן:קאווע שטיבל איז די הצלה. נאך אסאך מיטמאכענישן, בעיקר און די חדר-ישיבה יארן, האב איך ענדליך געטראפן א ריכטיגע פלאץ ווי מ'קען זיך דארך רעדן כאשר ידבר איש אל רעהו,

קום נישט אריין אין מיין תחום..
איך בארעכטיג נישט קיין פרעמדן צו רעדן אין מיין נאמען....

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:27 pm
דורך יוני ברוקלינער
אני יוני הברוקלינער ,מיין אינטערדאקשען גייט אזוי:
אינטערטעינמינט (אויב איך האב עס גיט געספעלט) דאס ברענגט מיך אהער, אין 2017 לעכטץ איך נאך אביסל כשרע אינטערטענמינט, שטיפען מיין טייערע צייט דורך אביסעל קנאקן אויפן קיבורד מיטן פולן טעמפו , ווען מיין קליינע פיצי טראמפ פינגערס שטיפען זיך ארויף אויפן קיבורד אוי די תוצאות, יבאו האותיות וידברו.

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:28 pm
דורך מיסטעריע
א גוטן טייערע חשובע ברודער, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

אחדשה"ט וכט"ס.

איך בין שוין א קאווע שטיבל ליינער מיום היווסדה, קיינמאל נאכנישט אזוי געפילט דער נחיצות צו אריין רעדן צווישן די גרויסע לייט, אבער ההכרח לא יגונה, דאס לעצטע וואכעדיגע עפיזאד אין לעיקוואוד, האט מיר אזוי צוטרייסלט, אזש איך האב געפילט איך מוז ווערן א "חבר בפועל" אין זעהן אז די נושא זאל נישט אראפ גיין פון טיש, דאס זאל ווערן דער געשפרעך ווי מען גייט און ווי מען שטייט, ווייל עס איז נישט מעגליך צו לעבן לויט אונזער קאראפטירטער געזעלשאפט, און נאך אלס קענען אויסקומען דעם חודש, דער איינציגסטע עצה לדעתי, איז אראפנעמען די עול האדמורי"ם ורבנים מיט זייערע שווערע תקנות.

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:29 pm
דורך ראש חודש איד
קאווע שטיבעל איז די בימה ווי יעדער האט א רעכט צו זאגען א דבר חכמה און א דעה און נישט ווערן אפגעפרעגט וועגן א נייע מין געדאנק וואס איז נישט געווען אזוי מקובל ביז היינט, דערפאר פיל איך גיט צו זיין א חבר און מיטטיילען ידיעות וכו' און מיינוגען וואס איך האלט און פארשטיי אז דאס איז כדי צו נעמען און באטראכט אפשר קען מען טראכטן ברייטער טיפער און מיט נייע געדאנקען און סנישטא נאך אזא פלאץ און די גאנצע אינטערנט וועלט ווי היימיש אידיש ווערט אויסגעשמיסט אביסעל ארויס פון די באקס

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:31 pm
דורך רביש‎ ‎קינד
i am a yungerman i wont to sraben of yidish val english is not my starke points ober bisderval hot my kipad nist kan hebrew option mane seifos is tsi dinen the basefer bemes afile segait swer ich bin chasidic in probir tsi hoben chavirim fin ale yidishe kraizen 

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:32 pm
דורך דער בארישיער
איך וויל זיין אין קאנטאקט מיט אנדערע היימישע אידיש ריידנדיקע אידן. מיינע אינטערעסן נעמען אריין לערנען, השקפה, אמעריקאנער אידישע מקובלים, אידן וועמען געפעלן שטוב חיות און דיא אידישע שפראך.

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:34 pm
דורך טרח דער מלך
שוין יארן וואס איך זיץ צוגעשמידט צום קאמפיוטער צו ליינען די וועלט בארימטע קאווע שטיבל. איך האב שוין לאנג געוואלט אויפסיינען, נישט ווייל איך האב נישט געהאט קיין געלעגענהייט נאר ווייל איך בין נישט אזוי גייט אין שרייבן... ספעציעל אז מען דארף שרייבן די פערציג ווערטער. אבער היינט האב איך באשלאסן זאל זיין וואס זאל זיין איך מוז עס ערלעדיגן איינמאל פאר אלעמאל.

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 1:36 pm
דורך מוח קטן
די קשיא איז נישט פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א מעמעבער אויף קאווע שטיבל, די קשיא איז וואס האט מיר געדוירט אזוי לאנג? און אויף דעם איז נישט דא קיין פשוטע ענטפער. אביסעל האט עס צעטון מיט שרעק, אביסל מיט פוילקייט. אבער יעצט האף איך דא צו זיין.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 12:31 pm
דורך בעביסיטער
איך האב א שטוב מיט 5 קינדער 2 יונגלעך און 3 מיידלעך איך גלייך נייעס און שטארק ליב מוזיק און מיין ארבעט איז ווייט פונדערהיים מילא וויל איך אנפולן די לאנטש טיים מיט אביסל כשר נייעס און איך האף אז די משפחה דא וועט מיר שיין אויפנעמען

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 1:06 pm
דורך גאנצל
אה שוין לאנג געזוכט א בעביסיטער זיי זאלן מיך נישט שטערן ליינען קאווע שטיבל ענדליך האבן מיר איינעם

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:29 pm
דורך Gimpel
I am going to try to get ahold of my friends and family to be a part of the yiddish speaking community. I am living in Europe and the situation is that it is definitely quite so I will be able to get ahold of my friends

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:30 pm
דורך ראזשינקע
איך האב אייביג הנאה געהאט פון די וועב זייטל ''קאווע שטיבל'' און איך האב געהאט אסאך צוצולייגן , האב איך באשלאסן מיר איינצושרייבן , און איך האף אי''ה צופרידן צושטעלן אסאך מענטשן, מיט : בילדער צו שמייכלען , נוגינים און נאך , איז אזוי איז עס

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:31 pm
דורך ימים ידברו
קאווע שטיבעל איז די מערסטע אפענע היימישע פארם ווי אידען בעלי דעת שרייבען ידיעות און מיינוגען זייער פיל שרייבעריי וואס איז נישט מקובל צו ווערן געשריבען און צייטונגען מיין איך היימישע אויסגאבעס קען ווערן דיבאטירט און אויסגעשמיסט דא און קאווע שטיבעל ממילא היות איך דריי מיך צווישען אזאנא אידען וואס האבען ברייטע ידיעןת און די היינטיגע וועלט נייעס סיי ביי קהלות ישבות און חסידות פיל איך מוגי דזכי לנפשי' זכו נמי לחברי' צו ארומרעדן די טעמעס צו ברייטען ציבור המבקשים און ארום שמיסען און אריינקלערען טובם של הדבר

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:33 pm
דורך טשעסטער
טשעסטער איז א שטעטל אין אראנדזש קאונטי, ניו יארק. נאנט צו קרית יואל. ביים תש"ע צענזוס האט ער געהאט א באפעלקערונג פון 11,981.

דאס שטעטל איז ערשט באזעצט געווארן אין תרפ"א. עס באדעקט א שטח פון 65.4 ק"מ2.

אין שטעטל טשעסטער געפינט זיך דאס דארף טשעסטער. ווי אויך א ישיבה פון נייטרא. ווי אויך ווערט געפלאנט א אידישע יושב בקרוב.

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 4:55 pm
דורך פטר רחם
איך בין פארהייראט
איך וואון אי אמעריקה
איך וויל קויפן א ביציקל
איך וויל גיין מיט רש"י'ס
איך קען אביסל אנגליש
איך קען פירן א מאשין
איך באלאנג נישט צו קיין חסידות
איך גלייך גוטע חברים
איך גלייך גלייכע ווערטער
איך גלייב אין גאט
איך ווער מיד ביינאכט
איך קען העברעאיש
איך וויל מיטטיילן קענטעניס
איך וויל דעבאטירן
איך וועל רודפ'ן א טראל
איך וועל ערווארטן זאכליכע מענות
איך וועל פאדערן באשטעטיגונג צום 'פאקט'
וואס נאך?

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 3:46 pm
דורך שמיטשיק
שבת אחים האט געשריבן:אייגענטליך וואס איז טאקע די דעפינישאן פון שמיטשיק? פון ווי שטאמט די ווארט? וועל איך מוזן ווארטן אז ר׳ ישראל קאפקע אדער הרב בערל בעלגעלנו זאלן אונז קומען פותר חלום זיין. :טראכט

געזען לעצטענס אז די שטעקן מיט וואס מען ריקט אויף די פידל הייסט א "סמיטשיק"

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 3:56 pm
דורך קאווע טרינקער
פטר רחם האט געשריבן:
וואס נאך?

ביסט א בכור.

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 4:02 pm
דורך קאווע טרינקער
Gimpel האט געשריבן:I am going to try to get ahold of my friends and family to be a part of the yiddish speaking community. I am living in Europe and the situation is that it is definitely quite so I will be able to get ahold of my friends


ה'אמיר אינגאנצען פארגעסען פון אונזער ניק [tag]גימפל[/tag]?

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 4:04 pm
דורך קאווע טרינקער
רביש‎ ‎קינד האט געשריבן:i am a yungerman i wont to sraben of yidish val english is not my starke points ober bisderval hot my kipad nist kan hebrew option mane seifos is tsi dinen the basefer bemes afile segait swer ich bin chasidic in probir tsi hoben chavirim fin ale yidishe kraizen 

OK. Share with us your starke points. Go ahead

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2017 1:22 am
דורך שמעקעדיג
מיסטעריע האט געשריבן:א גוטן טייערע חשובע ברודער, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

אחדשה"ט וכט"ס.

איך בין שוין א קאווע שטיבל ליינער מיום היווסדה, קיינמאל נאכנישט אזוי געפילט דער נחיצות צו אריין רעדן צווישן די גרויסע לייט, אבער ההכרח לא יגונה, דאס לעצטע וואכעדיגע עפיזאד אין לעיקוואוד, האט מיר אזוי צוטרייסלט, אזש איך האב געפילט איך מוז ווערן א "חבר בפועל" אין זעהן אז די נושא זאל נישט אראפ גיין פון טיש, דאס זאל ווערן דער געשפרעך ווי מען גייט און ווי מען שטייט, ווייל עס איז נישט מעגליך צו לעבן לויט אונזער קאראפטירטער געזעלשאפט, און נאך אלס קענען אויסקומען דעם חודש, דער איינציגסטע עצה לדעתי, איז אראפנעמען די עול האדמורי"ם ורבנים מיט זייערע שווערע תקנות.

ביטע, פתח פיך ויאירו דבריך, מיר לעכצן צו הערן אביסל גוטע אדווייס אויף די קריטישע נושא!

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2017 6:29 pm
דורך להתודע
מיין עלטער איז אין די העכערע דרייסיג איך האב ב"ה א שיינע משפחה...
איך זיך פון מאל צו מאל זוך אויסגעבן דארכען פעדער און אביסל קאמפעני וואס קאווע שטיבל איז זייער רייך מיט דעם אין בעיקר צו קענען מיט האלטן, געבן תגובות, קענען פרעגן, ענטפערן, בכל הענינים וואס ווערן אויסגעשמוסט דא אין קאווע שטיבל.
און א חוץ פון דעם אז איך בין בטבע א מענטש וואס לייקט צו טשעטן און צו ניצן מיין פעדער

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2017 6:30 pm
דורך רעבישע אייניקעל
א רעביש קינד וואס פירט זיך נישט ווי א רעבישער ... איך וואוין אין וויליאמסבורג. איך בין א בעלזער חסיד. איך האב א גרויסע געפיהל צי מוזיק... איך וויל מיטטיילען אז נישט אייביג מיינט א רעבישע אייניקל א חניוק!!!!!!!!! געס וואט סקען אויכט זיין א רעבישער אייניקל וואס איז אביסל געשמאק...

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2017 6:33 pm
דורך טראכטכמוני
איך בין כלל חסידי און האב פון יונגווארג אויס געהאט אן אינטערעסע צו הערן און מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין די קאווע שטיבל אין צומאל אויך צולייגן מיין אייגענע צוויי-דריי צענט, יעצט וויל איך פארברייטערן אביסל מיין קאווע שטיבל אריין אין די ווירטואלע וועלט.